היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » א פראגע צו האחדות הרבנים

א פראגע צו האחדות הרבנים

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1968189

אייןסאטמאר » 29/6/2006 00:55

איך וויל דא פרעגן די התאחדות הרבנים, אדער זייער וועד המסדר.

די התחאה"ר וועלעכע פארטרעט אלע היימישע רבנים, נישט נאר סאטמאר, און אויך אלע היימישע קהילות.

רבינו שליט"א און זיינע מענטשן זענן זיכער אריין גערעכענט צווישן זיי, אפילו איר ווילט אים נישט אנערקענען אלס סאטמאר רב און קהלה, (קיינער דארף נישט זייער אנערקענונג) אבער זיי באלאנגען זיכער צו די קרייזן.

פרעגט זיך א קשיא, פארוואס ווען מ' מאכט א יום תפלה ווצב"ש דעם פארגאנגענעם זינטאג, און מ' רעכענט אויס די בתי מדרשים ווי מ' גייט זאגן תהלים, רעכענט מען אויס ראדני און פאפא אבער די ביהמ"ד המפואר הופער ווערט געצליך איגנארירט?

וועט איר זאגן אז זיי ווילן נישט מישן קיין פאליטיק, דערמאנען זיי נאר די אפעציעלע קהלה, זע איך אז אין קר"י ווערט יא דערמאנט ביהמ"ד ויואל משה.

איז א ווינדער אז טויזענטער אידן ווילן נישט מיטשטיין צו די מערכות וואס התחאה"ר ארגענעזירט?

פעשי » 29/6/2006 01:44


איין סאטמאר

אין פארוואס וויל דיין רבי זיין אליין נשיא אויף התאחדות אין נישט מיט זיין ברידער צוזאמען

ווי איז דארט יושר?

פאטאקי08 » 29/6/2006 01:45

איין סאטמאר

וואס פרעגסטו?

יעדער איינער ווייסט שוין וואס סאכדעס איז
די זעלבע קאמפעני וואס 550 בעדפארד און 152 ראדני איז

נאר ב"ה עס איז דא יודן וואס זיכן די לעצטע צוריק צוראטעווען פון די הענט פון די רשעים

אבער סאכדעס איז שוין היינט היסטאריע און סאיז נישט דא איינער וואס זיכט עס צוריקצוברענגען

סאו איך ווייס נישט פארוואס די פאמפסט דא אז סאכדעס פארטרעט אונז אדער 13 הופפער

אוודאי נישט!!!

הבדלה_מנין » 29/6/2006 02:01

זיי וואלטן זייער גערן געוואלט אריינרעכענען 13 הופער אלס איינע פון די שוהלן וואס נעמען אנטייל אין דעם יום תפילה אבער זיי האבן פשוט נישט געוואלט שטערן די שיעורים אין מסכת סוכה

ברוינפן » 29/6/2006 02:39

הבדלה, איך מיין אז איך ווייס ווער דו ביסט, איך האב א חבר וואס האט אייביג די זעלבע CORNY איידיעס ווי דו

גאסט » 29/6/2006 03:21

פעשי איך זעה אז עס טוט דיר וויי

אוי האט ער געטון א גוטע זאך מיטן זאגן געב עס פאר מיין ברודער. אזוי האט זיין ברודער עס אויך נישט באקומען.

פעשי I FEEL YOUR PAIN