פריער באקומען א מעסעדזש אז די פסק גייט זיין אין דריי שעה ארום.
וואס מיינט עס?
די גאנצע גאס שמעוסט דערפון און מ'שמועסט אז אינז פאלירן זייער שטארק
לאמער זאגן תהילים
is this a new game or what
can anyone confirm
איך האב אויך קודם אזי געטראכט, אבער לויט ווי איך הער איז עכטע נייעס גערעכט
צום באדויערן איז עס אמת.
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, אלעס איז לטובה.
איך בין מקבל דעם גזירת הבורא באהבה רבה ואין לנו רשות להרהר אחריה.
If it comes out in 3 hours how do you know what it will be
מנהלים
איך האב געמיינט אז מען טאר נישט שרייבן פון די פסק ביז עס איז דא פעיפער'ס
עס איז נישט קיין יושר
איך קען נישט צוריקגיין ארבעטן פשוט ווייל איך בין אנגעצויגן וואס די פסק גייט זיין און די אלע רומאר'ס קוקט אויס ווי עס איז גארנישט מיט נישט
בארואיגט אייך, אונז פארליר מיר גארנישט.
אונז גיי מיר מארגן צוריק געהעריג צו אונזערע בתי מדרשים און מוסדות.
פארלירן קענען נאר די זאליס. מיר האבן גארנישט וואס צו פארלירן. פארגעסט נישט, דער קאורט איז געווען איבער זייערע בנינים נישט איבער אונזערע. וואס יא? עס וועט אונז קאסטן אפאר דאלאר זיך אויפצובויען פונדאסניי.
עס איז קיין שום ספק אז ביז אפאר חדשים פון יעצט וועט סאטמאר צוריק ווערן די גרעסטע קהלה אין וויליאמסבורג כמאז ומקדם.
מיר וועלן האבן די שענסטע בתי מדרשים, תלמודי תורה, ישיבות און בתי חינוך.
בארואיגסט מיך
יישר כח פאר גוטזאגער
צוליב די אנגעצויגנקייט פונעם ציבור האבן מיר געמאכט אן אויסנאם און געלאזט דעם אשכול.
ביטע נישט עפענען קיין שום אנדערע אשכול ביז ווילאנג ס'קומט ארויס דער פסק.
ביטע נאר ברענגען קראנטע נייעס און נישט פארדרייען א קאפ פאר'ן עולם מיט קיין האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס.
אויב האב איך גוט פארשטאנען די קאורטס וועבסייט איז נאכנישט דא קיין פסק
איך האלט ווייטער אז מיר גייען פארלירן (ווייל איך האב אלעמאל געהאלטן אזוי, נישט ווייל עפעס האט מיר יעצט געמאכט אזוי טראכטן.)
אבער דער רומאר פון היינט איז לכאורה נישט אמת. עס איז נישט נתחדש געווארן גארנישט.
שוין די באלאן האט געפלאצט די טאג איז דורך אין קיין פסק איז נישטא, איך האף אז פון היינט אין
ווייטער וועט דער עולם שוין נישט ווערן אזוי אנגעצויגן ווען עפעס שטייט אויף הייד פארק, נישט
לכאן, אין נישט לכאן.
מארגן אי"ה פארט מען שוין אין קאנטרי, רבותי גייטס ענדיגן צוזאם פאקן זיך, אין העלפן די בני
בית, וואס האט נישט געהאט ענקער הילף היינט צוליב די נערישע הייד פארק.
דער עיקר נישט פארגעסן צי זאגן יעדן טאג תהילים אין געבן צדקה און מתפלל זיין צום בורא כל
העולמים אז מיר זאלן געווינן די געריכטן, אין כ"ק רבינו שליט"א זאל פירן די קהלת סאטמאר בכל
קצוויי תבל על מי מנוחות מיט הרחבת הדעת אין האבן מנוחה פון די אלע וואס ווילן צוברעכן די
קהלה אז זיי זאלן נישט האבן קיין שום שליטה, עד ביאת גוא"צ בב"א.
א פרייליכן געזונטן זומער ~ ווינטשט העטעכפעטעך
תוקן על ידי - כל_העולם - 29/06/2006 0:28:01