עפענען מער קיין פרישע אשכולות דערוועגן.
עפענען מער קיין פרישע אשכולות דערוועגן.
צו די זאליס פון חדשות אנש סאטמאר:
קאנגראטולעישאנס פאר'ן אויסגעפינען אז איך בין קעווין פלאנקעט אליינס און איך האב געוואלט שיקן לעגאלע מעסעדזשעס פאר די דזשאדזשעס.
ווען איך האב געבעטן דעם מנהל ער זאל צוריקלייגן יענעם אשכול מיט'ן ענגלישן קעפל, האב איך שוטה זיך נאך איינגערעדט אז איך בעט פון אים דעם פארלאנג, ווייל איך וויל עס זאל זיין "כי בדבר אשר זדו עליהם", היות עטס האטס געעפנט א פארקערטן אשכול משוגע צו מאכן דעם עולם האב איך געהאלטן אז עס דארף זיין אזא סארט אשכול, אז יעדער זאל זען אז ענקער אשכול איז פוסטע נארישקייטן.
אבער עטס חכמים האטס מיר געעפנט די אויגן און מיר אויפגעקלערט אז די סיבה פארוואס איך האב געשריבן אזא בקשה צום מנהל, איז ווייל איך בין קעווין פלאנקעט און איך וויל שיקן לעגאלע מעסעדזשעס פאר די שופטים.
ענקער אויפקלערונג איז געווען קילורין לעינים, ישר כח.