| דאָס פרומע בייכעלע |
| אין דער היינטיקער וועלט קען מען אַזוי נאָר רעדן ברמיזא ווייל אַז דער בן נח זאָל נאָר אַרויסזאָגן דאָס וואָרט ''פעטע אידן'' קען ער פאַרלירן זיין פּאָסטן און טראָגן קין'ס אַ צייכן כל ימי חייו. די אפּוטרופוסים פון כלל ישראל, פון דער איי.די.על ביז דעם וויזנטאַל צענטער, וועלן אים אָנקלאָגן, און די באָראָ פּאַרקער ערב רב וועלן מאַכן מהומות קעגן דער פירמע |
קטלא קניא |
אַ קאָלעגע ביים ארבעט האָט מיר געפרעגט צי עס איז עפּעס דאָ אין דער אָרטאָדאָקסישער דיעטע וואָס איז גורם אַז אַלע ז-יינע קליענטן פון אַ געוויסן עלטער, אידן יראים ושלמים, פאַרשטייט זיך, זענען עפעס אַזוי... און ער האָט נישט געענדיקט. איך האָב אים אַרויסגעהאָלפן און אים געפרעגט צי ער מיינט נישט אפשר אַז זיי זענען עפעס אַזוי בעלבתיש ביים גאַרטל, אַזוי כריסה בין שיניהדיק, שמנת, עביתדיק? ער הייבט אָן צו שמייכלן און ער שאָקלט מיטן קאָפּ אַז ער מיינט טאַקע דאָס און גאָרנישט עפּעס אַנדערש. פאַרשטייט איר, רבותי? אין דער היינטיקער וועלט קען מען אַזוי נאָר רעדן ברמיזא ווייל ער זאָל נאָר אַרויסזאָגן דאָס וואָרט אידן און דערנאָך פעט, קען ער פאַרלירן זיין פּאָסטן און טראָגן קין'ס אַ צייכן כל ימי חייו. די אפּוטרופוסים פון כלל ישראל, פון דער איי.די.על ביז דעם וויזנטאַל צענטער, וועלן אים אָנקלאָגן, און די באָראָ פּאַרקער ערב רב וועלן מאַכן מהומות קעגן דער פירמע. דאָס איז אָבער דווקא ווייל ער איז אַ בן נח. מיר אידישע קינדער האָבן אַ היתר ווייל ווען נישט ווי האָט משה רבינו געמעגט זאָגן ''שמעו נא המורים'' און ''כי עם קשה עורף הוא''. אלא מאי, מיר מעגן און זיי נישט. איך פאַרפאָר שטאַרק ווייל אינגאַנצן ווילן מיר אַרומרעדן דאָס ערנסטע נושא פונעם פרומן בייכל. איך האָב מיך איינגעהאַלטן מיט אייזערנע קייטן פון אים זאָגן, ר' איד, כלומר ר' גוי, דו ווייסט וואָס אַ איד מאַכט נעבעך מיט? דו האָסט דיך דווקא פאַרלייגט אויף אידישע קינדער אין זייערע שווערסטע יאָרן פון די בן ארבעים לבינה, ווען די קינדער וואַקסן אונטער און מען דאַרף זיי חתונה מאַכן? דו האָסט אַ מושג סאַראַ שבעה מדורי גהינום דאָס איז טרעפן אַ געהעריקן שידוך? טרעפן די ריכטיקע זאַך און יענער זאָל דיר אויך וועלן, פרעגן אויס וועגן דעם חתן צי די כלה בסוד סודות אַז אַ צווייטער זאָל נישט אַרויסכאַפּן און נאָך אַ שדכן זאָל נישט קאַליע מאַכן? און אַז מען ברעכט שוין טעלער ווייסט דו וואָס די הוצאות זענען? פון אויסשטאָפירן, ביז אויסמעבלן אַ דירה און איך רעד שוין נישט פון דער שבת שבע ברכות. דער קאָפּווייטאָג בלויז פון טרעפן אַ זאַל, דו ווייסט וואָס דאָס אַלעס מיינט? נו, איז פּונקט אין דער עלטער פאַרגינסט דו זיי נישט אַ טעלער טשולנט? וואָס נאָך האָט אַ איד פון ז-יין עולם הזה אַז ער קען אפילו דאָס נישט, איז זאָל ער דאָס אויך נישט טאָרן? ווער דו אַ איד אויף איין טאָג וועלן מיר זען ווי דו האַלטסט דאָס אויס. ווען איך זאָל מיט אים אָנהייבן וואָלט איך מיט דעם נישט געענדיקט. איך וואָלט אים אויך מסביר געווען אַז פאַר אַן אמתן חסידישן איד איז גאָר שווער צו האַלטן דאָס בייכל אין די ראַמען. ער זאָל נישט עסן, איז דאָך אָפּגערעדט אַז מען קען אים נישט בעטן. ווער ווייסט דען נישט אַז אַ נזיר ברענגט אַ קרבן חטאת ווייל ער דערווייטערט זיך בלויז פון וויין, איז דאָך כל שכן אַז עס איז נישט אויסגעהאַלטן זיך צו אָפּזונדערן פון כלערליי עסנוואַרג. און אַז מען רעדט פון חסידים איז דאָך דער דרך הבעל שם געווען אַז בכל דרכיך דעהו, כלומר מען קען מעלה זיין די ניצוצות אפילו פון אַ טשיז דייניש. ואם תמצי לומר אַז מען קען עסן געזונטע מאכלים, דאַרף מען דאָך עסן מיט אַ הכשר ומה נעשה אַז די בעלי מכשירים קלייבן אויס אויף זייערע פּראָדוקטן קוקיס און קענדיס מיט די קאָלירן פון דער תחש פון דער משכן? ווייטער, אַז מעט עסט שוין יאָ איז זיך אַביסל געניטן אויסצוברענען די קאַלאָריען אינגאַנצן אומדערהערט. ראשית כל, וואו נעמט מען דערצו צייט? וואו האָט אַ איד אין די יאָרן ווען רחיים בצוארו צייט זיך אַ ריר זיך צו טאָן, ווער רעדט נאָך פאַרברענגן אַ שעה אויף אַ שפּאַציר מאַשין? בכלל, מען קען דאָך גיין שפּאַצירן אומזיסט איז וואָס דאַרף מען דערצו אַ מאַשין? אָבער דער עיקר איז דער מאַנגל אין צייט. מען קומט אַהיים פון דער אַרבעט אויסגעהרגעט, איז נאַטירליך צו כאַפן אַ שטיקל דרעמל. מען דאַרף דאָך עפעס עסן, און דערנאָך אַ שיעור, און מנחה מעריב, און מען דאַרף צוגיין זאָגן מזל טוב ביי אַ שמחה, און אַז נישט דאַרף מען זיך באַווייזן ביי אַ קבלת פנים אדער אַ דינער און וואו נעמט מען די צייט אויפן גיין אין דזשים? און כוח דארף מען דאָך אויך דערצו. וואו נעמט מען די כוחות זיך אויסצומאַטערן אויף געוויכטן און טרעט מאַשינען ווען גיין קויפן חלות זאַפּט אויס אַלע כוחות, אויף ברכו קען מען זיך בלויז געבן אַ קוימישן הייב פון אונטן, און ווען מען שטייט אין דער ריי אין דעם באַנק מוז מען האַלטן אין איין איבערבייטן די פיס ווי מען בייט וועש ערב די ניין טעג? על הראשונים אנו מצטערים זאָל מען זיך צונעמן פרישע האָרעוואַניעס? איך רעד שוין נישט וואָס מען וועט זיך אָנטאָן ווען מען גייט. אַ איד וואָס האָט אַ בוגרת אין דער היים קען זיך דען ערגעץ באַווייזן אין דזשים הויזן און אויסזען ווי אַ פּויער בן פּויער? איך וואָלט אים אויך געדאַרפט אָפּווענדן די הוה אמינא וואָס מען וואָלט געקענט אויסדרינגן פון זיינע ווערטער, אַז חסידישע אידן אינטערסירט נישט זייער געזונט. איך וואָלט נישט געטאָרט צולאָזן אַז מען זאָל מוציא לעז זיין אויף צענדליקע קהלות קדושות בישראל. ווי קען מען זאָגן אַז עס אינטערסירט אונז נישט דער געזונט ווען מיר זענען אַזוי מקפּיד צו טרינקן שליוואָוויץ צווישן די פיש און די פלייש? אפילו אַז דער שליוואָוויץ האָט זיך קיינמאָל נישט באַגעגענט מיט אַ פלוים, אַ שלינג געבט מען אַלץ. און גאָר ערלעכע אידן געבן זיך אויך אַ וואַש די פינגער נאָך די פיש און אַ רייב אין די וואָנזעס, אַזוי שטאַרק זענען זיי חושש לסכנתא, און דווקא זיי זענען די ווייניקסטע מסוגל צו גיין אין אַ דזשים. זאָל מען נאָר צוקוקן ווי אידישע מאַמעס געבן פאַר זייערע צאן קדשים וויטאַמינען כאילו עס ליגן אין זיי סגולות פון ר' ישעיהלע קערעסטירער און ר' שמעלקע סעלישער ביחד. אמת, מען שטאָפּט זיי אויך אָן מיט חזירייען אָבער רחמנא ליבא בעי און זיי מיינען עס דאָך ערנסט. זאָל ער קומען אין שוהל אַריין אויף אַ מאָנטיק אָדער דאָנערשטיק און צוקוקן ווי מען ציט אַרויס ביים מי שברך פאַר אַ חולה צוריבענע צעטלעך מיט די נעמען פון האַלבע שפּיטעלער, און נאָכן דאַוונען זאָגט מען אויס אַ יום תהילים פאַר שאר חולי ישראל. ועוד, איך האָב אַמאָל אַליין געזען אַז אין אַ שוהל האָט אַ דאָקטאָר געגעבן אַ שיעור בעניני געזונט. אמת, עס איז געוועזן ניטל, אָבער עס שטייט דאָך בלויז דרך ארץ קדמה לתורה, מה שאין כן אויף געזונט ענינים מוז מען וואַרטן ווען עס איז דאָ איין מאָל אַ יאָר אַ ביסל פרייע צייט: ניתל. זענען דאָך דאָ בפירושע ראיות אַז היימישע אידן זענען יאָ מקפיד אויפן געזונט. בכלל לאָמיר נישט איבער טרייבן די געזונט ענינים. חיה נעני האָט אויסגעזען ווי זי האָט געשוואַנגערט אין יעדן אָדער און פונדעסטוועגן האָט זי געלעבט ביז זיבן און אַכציק ויש אומרים איבער די תשעים. יאָ, דער דאָקטאָר זאָגט טאַקע אַז פון זיין פעש קען מען באַקומען 'דייאַביטיס', כלומר, אידיש גערעדט, ליידן פון צוקער, ר''ל נישט אויף קיין שום א.יד געוואונטשן, אָבער מען קען דאָך אָן דעם אויך דערפון ליידן. קליינע קינדער קענען אפילו ליידן דערפון. און ביי יונגעלייט אויסגעדאַרטע האָט זיך שוין געמאַכט אַז זיי זענען צאַמגעפאַלן פון אַ האַרץ אַטאַק. ממילא בעל כרחך אתה חי ובעל כרחך אתה מת, אַז דער פון אויבן גיט יאָרן לעבט מען צי מען וויל צי נישט. ווי אַ גוטער איד האָט געזאָגט ורפא ירפא, דאָקטוירים זאָלן היילן און ווייניקער איינטיילן וואָס מען מעג און וואָס מען טאָר נישט. דאָס אַלעס האָב איך אים געוואָלט זאָגן. למעשה, האָב איך אים געזאָגט אַז דער פּראָבלעם איז נישט בלויז אַ אידישער אָבער ביי אונז עס איז אַ קאָמבינאַציע פון פוילקייט, פון פאַרנאַכלעסיקייט און פון עם הארצות. איך האָב אים געזאָגט אַז זיינע קליענטן זענען זייער כיטערע צו מאַכן אַ פּאָר דאָלער אָבער זיי האָבן נישט קיינע טעלעוויזיעס און זיי לייענען נישט די צייטונגען ממילא זענען זיי וויניקער באַקאַנט מיט די עפעקטן פון פעטקייט. אפילו אַז מען כאַפּט יאָ אַ צייטונג, זענען זיי אינטעריסירט אין די נייעס און אין די פינאַנס בלעטער און נישט אין די ווייבערישע בלעטער פון געזונט. ממילא עסט מען כדת משה וישראל וכמאמר הכתוב וישמן ישורון. נאָך איין זאַך, האָב איך נישט צוגעלייגט, אַז ווען מען זאָל מאַכן אַן עירוב איבער גאַנץ אַמעריקע וואָלט אפשר אַ היימישער איד געגאַנגן פון ברעג צו ברעג צו פאַרלירן אַפּאָר כזיתים פון די לענדן. נאָר אַז צו מאַכן אַן עירוב אַפילו אין אַ קליינער שטאָט קען צופירן צו אַ ברידער-קריג איז דאָך קל וחומר פאַר אַזאַ גרויסער מדינה. ממילא כל זמן מען איז אין גלות וועט דער בייכל וואַקסן צוזאַמען מיט די צרות און זאָל שוין זיין ותחזנה עינינו, אמן. |
| טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל". |
קטלא באשרייבט 'דאס פרומע בייכעלע'
דו ווילסט ברענגען גוטע שרייבערס?
אפשר ברענגסטו אראפ שלום עליכם?
דער פארשוין איז א פאלנער אפיקורס! און איין עם הארץ דערצו,ער לעבט איין אומגליקליך צוריסן לעבן. וואס דארפסטו איהם אראפ ברענגען, כל הרוצה וועט איהם אויף זוכן.
זיינע ליצנות פון דברים שבקדושה גייט ער בדרך המסורה לו פון מענדעלי מוכר ספרים אין מאיר אייזיק גראב. ער איז גארנישט מחדש.
איך פארשטיי דיין שמחה וואס דו רעדטס זיך איין אז עס איז געקומען צו א פירוד (רשעים... - אין דיין דמיון) צווישן אונז, אבער עס איז ווייט דערפון. באטשי האט בלויז געזאגט זיין מיינונג וואס ער האלט בנוגע קטלא קניא, און צו מען זאל אים אראפברענגען.
ולעצם הענין. לאמיר זאגן אז דעם שטיקל וואס שיע האט אראפגעברענגט איז ריכטיג, און מען רעדט דא פון איינעם וואס שרייבט אפיקורסות, נעמט דען דאס אוועק פון די ריכטיגקייט פון זיינע ווערטער?
יעדער איז פארנומען מיט האקן אויף קטלא קניא וואס פאר א שייגאץ ער איז און כאטש וואס יעדער ווייסט וועגן אים צו זאגן, עס איז גלוי וידוע פאר יעדן דעם אלגעמיינער וועבזייטל און אז קטלא שרייבט דארט, און יעדער וואס דרייט זיך אויפן נעט האט זיך שוין זיכער אין אים אנגעשטויסן , און מען האקט און קנאקט און מען פארגעסט פונעם וויכטיגן נושא וואס ער ברענגט און לייגט עס אזוי געשמאק אראפ.
עס איז נישט ווייט צו זאגן אז א חלק פון דעם עולם דא קומט אן צו פיל ערגערע מקומות ווי צו קטלא'ן אבער עס איז גוט צו זען ווי פיינט מען האט א כופר ומין...
.... I am sure you'l find a few good things there too
... and atleast he was not a satmarer[בילד – נישט אפגעהיט]
און פונקט אים ברענגט דער דיפלאממאט אהער?
באטשי
סדא אדרויסער יש אומרים אז מדארף גארנישט זוכען מיט גרויסע ליכט
איבעראל קען מען טרעפן חסרונות , ווער האט נאר מעלות?
יאגעלע
קיינער האט נישט בלויז מעלות, און אויף מיר געזאגט וויפיל מעלות ק"ק סאטמאר האט.
דער פראבלעם איז זייער התנשאות אויף יעדן איינעם, דאס ברענגט נאטירליך ארויס א רייץ אויפצוווייזן די גרויסע פעלערן וואס געפונען זיך ביי זיי אליין .
דאס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
יאגעלע וכל שם וחניכא דאית ליה, און אלע אנדערע
אלץ א נאנטער פערזענליכער (יא מיט די צייט קען איך איהם שוין פערזענליך, הגם נישט אויפן פנים, אבער מיט זיינע שיטות און דעות יא) ידיד מיט דיפלאמאט, ווייס איך קלאר אז ער האט נישט געהאט דא קיין שום אנדערע סיבה ארויפצוברענגן די ארטיקל פון דעם עקלהאפטיגן קטלא, נאר צוליב וואס איהם שטערט באמת אז אידן געבן זיך נישט אכטונג אויף דעם וואג, און אין דעם זענען געשלאגן אלע קרייזן און שיכטן, און ליינענדיג זיין ארטיקל, זעענדיג אז קיין כפירה און מינות איז נישט דא אין דעם (הגם איך זעה יא) האט ער עס ארויפגעברענגט דא פאר'ן ציבור הרחב סתם פאר די אינטעסאנטקייט פון דעם ארטיקל.
אלזא בעט איך אייך טייערע חבירים טוט נישט דן זיין א מענטש פאר איר קענט איהם.
The Interesting part of what you write is : that you saw apikorses in that article... and
so did everyone else except diplomat...,that just proves the point much better...
he has a big magnifying glass for all the wrong things done in satmar and elsewhere where
he dosen''t belong...but he diden''t see anything wrong in that dirt bag who is an open hearted apikores
you made the point much clearer
איך מיין אז יאגעלע האט נישט קיין פראבלעם מיט קטלא קניא, נאר מיט מיר, ווייל איך האב געלערנט אין א צווייטן חדר ווי ער.
שם_אחר,
ווי זעסטו די כפירה?
דא:
אַז דער פון אויבן גיט יאָרן לעבט מען צי מען וויל צי נישט. ווי אַ גוטער איד האָט געזאָגט ורפא ירפא, דאָקטוירים זאָלן היילן און ווייניקער איינטיילן וואָס מען מעג און וואָס מען טאָר נישט.
אדער דא:
זאָל שוין זיין ותחזנה עינינו, אמן.
?
איך רעד נישט פון זיינע אנדערע ארטיקלען, איך רעד בלויז פון דעם וואס איך האב נאכברענגט.
ווען שרייבסטו אין אידיש, און ווען אין ענגליש?
i never wrote in yidish , i dont have the keybord or program for it
... nice try
And you dont write articles from an apikoras even that particuler one is clean
ששששששש
שטיל זאל זיין[בילד – נישט אפגעהיט]
קטלא קניא איז א סאטמארע[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]