איך האב באקומען און אישי פון איינעם ער איז נישט צופרידן אז איך ברענג וועלטליכע נייעס און כל העולם כולו
וויל איך וויסן אויב ס'שטערט פארן עולם אדער נאר פאר איין מענטש
אז ס'איז געשריבן אין אידיש, אזוי ווי די טוהסט, בין איך נישט אנטקעגן. אבער סתן קאפיען אין פעיסטן נייעס וואס יעדער קען אליין לייענען אין געפינען, בין איך נישט מסכים.
וואס מער אלס בעסער, אבער נאר אויף אידיש.
מיך למשל האט געבאדערט נעכטן אז סאיז גארנישט געשטאנען וועגן די קידנעפינג מיט וואס די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער.
איך בין אויף די וועלט, און כ'האב דערוויל זיך נישט איבערגעדרייט.
עכטע_נייעס,
ס'זייער א גלייכע זאך, כל העולם איז געמאכט פאר "אלע" נייעס'ן איבער די גארער וועלט,
פארשטייט זיך אז עס איז בעסער ווען די שרייבסט עס אין אידיש,
אבער קענסט אויך אראפברענגען די לינק פין וואנעט די נעמסט עס.
ישר כח ענד קיפ איט אפ.
איך קען אויך באשטיין צו זען דא די נייעס, איך האב נישט קיין צייט צו קריכן, און איך בין
שטארק דאנקבאר פאר אלע וואס שפארן מיר איין די צייט און ברענגען די נייעס.
שטארק דאנקבאר פאר אלע וואס ברענגען נארמאלע נייעס און איבערגעזעצט אין אידיש קורץ און שארף
און מיט א לינק און אריינגעפעיסט
ווי אויך א דאנק פארן מנהל פארן אפשטעלן די וואס פלעגן ברענגען די נארישע בלאגס
ווער עס וויל דוקא זען שמש'ס זאכן קען גיין אין פורום אידישע נייעס אפסטעיט
ווי ער האט ב"ה אוועקגעמופט און דא און זיך דארט באזעצט
ס'איז א גוטע זאך ווען די ברענגסט די נייעס "קורץ און שארף" מיט א לינק פון ווי "די" האסט עס גענומען, נישט פון ווי יענער (פון וועם די ברענגסט עס נאך) האט עס גענומען.