א שרעקליכע קריזיס קומט פאר אין קרית יואל און אויך אין אנדערע געגנטער. אסאך יונגעלייט וואס האבן אוועקגעבארגט זייער קרעדיט קארטלעך האבן זיך געטראפן מיט שווערע צענדליגער טויזנטער דאלאר אין חובות.
דער מצב איז איום ונורא. עס האלט ביי דעם אז אסאך יונגעלייט האלטן ביים גיין באנקראט און פיל ערגערס רח"ל.
עס מוז אונטערגעשטראכן ווערן אז די פאראנטווארטליכע זענען היימישע ביזנעסלייט, פיינע אידן, וועלכע האבן אלעמאל געהאלפן און געטאן טובות פאר אידן, אבער ליידער זענען זיי געפאלן צו א שווערן פינאנציעלן מצב וואס האט געפירט דערצו אז זיי קענען נישט באצאלן זייערע הלוואות און דאס האט געפירט צו דעם קרעדיט קארט דיזעסטער.
האפנטליך וועט די מעשה יעצט לערנען א לעסאן פאר יעדן איינעם אז מען בארגט נישט אוועק א קרעדיט קארט אפילו פאר א ברודער.
נ.ב. ביטע נישט אריינמישן אהרוני זאלוני פאליטיק. עס זענען דא געליטענע אויף ביידע זייטן. עס איז א רחמנות אויף אלע יונגעלייט וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן.