היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מסיבת א"ש תמיד תורת חסד

מסיבת א"ש תמיד תורת חסד

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1962043

mefikel » 23/6/2006 18:51

נעכטן נאכט איז פארגעקומען די אימפאזאנטע מסיבה פון ישיבת תורת חסד און ענגלאנד, אונעם נייעם עלעגאנטן אימפעריעל זאל און וויליאמסבורג.

צו די מסיבה זענען ספעציעל געקומען צופארן געסט פון לאנדאן ועל צבאם הרה"צ ר' שמוא-ל בנימין קרויס שליט"א נשיא הישיבה, די נאמען פונעם מעמד א"ש תמיד איז געווען געווידמעט לעילו נשמת דעם אומפארגעסליכען מייסד וראש הישיבה הרה"ג ר' אברהם שמוא-ל שטערן ז"ל וואו מ'האט מעלה געווען זכרונו הבהיר.

די "סאטמערע מאמענט" איז אויך אריינגעקומען ווען די סיגוט'ע האבן געהאט חשק אז מ'זאל לאדענען ר' זלמן צום מסיבה, און ווען די מארגמים האבן זיך אנטזאגט, נישט וועלנדיג טשעפענען מיט די געפילן פון די באעהרטע וועלכע זענען סאטמערע חסידים, און ע"פ פקודת נשיא הישיבה, זענען געקומען קלאנגען אז רז"ל וועט ערשיינען אומגערופען כרגיל, מיט אן אויסרייד אז ער איז טאטע פון א געוועזענע תלמיד.

ווען די עסקנים זענען געוואור געווארן דערפון, האבן זיי פארשטייט זיך דאס אפגעהאלטן מיט אלע השתדלות'ער וב"ה שעלתה בידם.

לצים ווערטלען זיך, אז רז"ל האט געבראכן א רעקארד ווערנדיג א טאטע, זיידע און א רבי און די זעלבע דריי חדשים...........

עליו הכתוב אומר להחזיר עטרה ליושנה![בילד – נישט אפגעהיט]

טאראראם » 23/6/2006 20:16

אז ער איז אויס זיידע און אויס טאטע איז ער שוין געוואויר געווארן....

יעצט דארף ער שוין ווערן אויס רבי אויך . . . . . . ! ! !


                              והכל על מקומו יבא בשלום ! ! !

תוקן על ידי - טאראראם - 23/06/2006 20:24:15

פאטאקי08 » 23/6/2006 20:35

איך הער זאגן אז סאיז אריינגעקומען איבער צוויי שטיק
פון דעם מעכטיגן קאמפיין

איז עז אמת?