היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער הספד אין "דער איד"

דער הספד אין "דער איד"

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1961987

יענקעלע11 » 23/6/2006 18:02

איי איי, האט דער איד הקדוש אראפגעלייגט א וואונדערבארן הספד אויף הרב הצדיק הקדוש והטהור שמו הולך לפניו, עניו חכם וצדיק, מורינו רבי חיים דוד כ"ץ ז"ל (זאל לעבן), איך האב מיך פשוט באלעקט די פינגער און געקוואלן, אז מיר האבן געהאט אזא זכי' צו האבן ביי אונז אין בארא פארק אזא גרויסן גאון וצדיק אלץ דיין,

אינטרעסאנט, ווי לאנג ער איז געווען דיין האב איך בכלל נישט געוואוסט פון זיין גדלות, יא, גאנץ א שיינער תלמוד חכם, און ער האט טאקע געהאט הונדערטער מענטשן ביי זיינע שיעורים (ער האט פארגעלערנט בערך 178 טאג א יאר, און יעדן טאג האט ער געהאט בערך 5-6 מענטשן, נו האט ער געהאט א יאר שיינע פאר הונדערט מענטשן), יא, די אלע זאכן האב אויך געוויסט, אבער "חכמה (?), ענווה (?), ויראה (?), שנאת ממון (כא, כא, כא, - יחזקאל בראך בלע"ז), אהבת אמת ([בילד – נישט אפגעהיט]) , וכו' וכו', פון דעם אלעם האבן מיר בכלל נישט געוויסט, ממש דער ממשיך דרכו פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע, (וועם ער נעבעך קיינמאל נישט געקענט) יא, ער איז דער דולה ומשקה לאחרים, דולה פון וואס, ער איז נעבעך דולה רשעות, חילול השם,  שברי לב  און עגמת נפש, און דאס איז ער משקה לאחרים, 

איך האב נעכטן גערעדט מיט א היימישן באקאנטן איינגעזעהענער רב, וואס איז גאר א קרוב משפחה פון אונזער געוועזענעם דיין, האט ער זיך אזוי ביטערלעך אפגערעדט, אז אנשטאט צו ווייזן א מוסטער וויאזוי מען דארף זיך אויפירן, וויאזוי מען דארף אוועק לויפן פון מחלוקת כמטחוי קשת, איז גאר דער דיין, דער וועג ווייזער פאר מחלוקת רח"ל, ווען אין וויליאמסבורג זענען די צעווילדעוועטע חברה, י"ב וכת דיליה, זענען אין בארא פארק די חיות אנגעטוהן באיצטלא דרבנן, און זיי פאר אורזאכן א חילול השם איום ונורא, אזא מענטש טאר קיין דיין נישט זיין ביי אידן, מען דארף זיי מחרים זיים, ע"כ בערך זיין לשון, 

און דאס אז דער איד האט עם אזוי שיין מספיד געווען, ווייזט שוין זיין מהות, זיין כאראקטער, (דער איד האט נאך קיינמאל נישט שיין באשריבן קיין ערליכען רב אדער דיין), לא בחינם הלך הזרזיר אצל העורב אלא מפני שמצא מין את מינו, מיר קענען אלע אויסשרייען א גרויסן "ברוך שפטרנו". 

אייןסאטמאר » 23/6/2006 18:41

האסט געזען וואס זיי שרייבן וועגן די דרשה פון הרב ביק שליט"א, אז ער האט געזאגט אשרנו מיר האבן אזא דיין?

יענקעלע11 » 23/6/2006 18:47

יא, איך האב געזען,
אבער ווי איך פארשטיי האבן זיי נאר געשריבן א האלבן סענטענס,
ווארשיינדלעך האט הרב ביק, (וואס האט מקבל מרות געווען פון רבינו שליט"א ברבים ביי זיין
הספד אויף רבינו זי"ע,) אזוי געזאגט, אשרינו, אז מיר האבן אזא דיין  ב"ה משלח געווען, 
אין ספינקא קען ער רוהיג זיין דיין, אבער נישט אין סאטמאר,