היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע: זק"א איז א פארגאנגענהייט !

באמבע: זק"א איז א פארגאנגענהייט !

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1959769

בא_ללמד » 21/6/2006 21:29

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1959537

לאמיר האפן אז יעצט וועט די ארבעט איבערגענומען ווערן דורך עסקנים וואס זאלן באמת מיינען לשם
שמים !

בא_ללמד » 21/6/2006 21:43

תיקון טעות: נישט ממש א פארגאנגענהייט, נאר די באצאלטע ארבעטער זענען אפגעזאגט געווארן (אריינגערעכנט דעם פוקר, שנה ופירש'ניק, יהודה משי זהב), די ארגאניזאציע וועט ווייטער אנהאלטן דורך וואלונטירן.

wassa_dif » 22/6/2006 00:12

חסדי הוי-ה

natrul » 22/6/2006 02:01

בחסדי השם,
 וואס מען דארף שוין מער נישט אזוי צוקומען צו די געטרייע ארגנזיצע זק"א,
נאכן קוין זיין  בחסדי השם, באמבעס,
און הלואי זאל מען קענען אינגאצען פארמאכען!

ברוינפן » 22/6/2006 02:52

קען זיין אז טאקע אט די פורקי עול פון זק"א האבען אנגעברענגט די שטראפען פון הימל, (איך מיין נישט אלע וואלאנטירן אין די ארגאניזאציע, ס'איז דארט דא באמת פיינע יודען וואס מיינען דאס ערנסט למנוע ניבול המת ווי אויך צו העלפן אידען בצר להם) לאמיר האפען אז מיט זייער אויפלעזונג וועט מען זיך דערבארעמען פון הימל און אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות, אזוי וועט שוין סייווי נישט זיין קיין באמבעס, וה' יאמר לצרותינו די

natrul » 22/6/2006 03:44

ברוינפען,
 ווי איך זעה פון דיין תגבות ביסטו נישט פאנאטיש,
האלסטו טאקען אז זק''א איז פורקי עול,
נאר ווייל זיי שטיצען די מדינה,
און צינדען ווייער פארקס וכדומה?

ברוינפן » 22/6/2006 04:17

natrul

די פאקט האט באוויזען טאקע יעצט ביי די מעשה אין אשדוד אז דער ראש פון זק"א יהודה מ"ז האט מיטגעארבעט מיט די דארטיגע משטרה און געבעטן זיינע אונטערטאנען אז מ'זאל אויפזיכען דעם גוף און עס איבערגעבן צו די פאליציי, נאכדעם וואס ער האט געזען וואס א שערוריה ער האט אנגעמאכט האט ער געזאגט אז ער האט נאר געמיינט צו העלפן די עלטערן, מיר ברויכען נישט זיין הילף ווען דאס איז מנוגד צו דת תורתינו הקדושה

מבקש_האמת » 22/6/2006 04:51

naturl. משי זהב איז נישט נאר אפגעפרעגט ביים היימישן ציבור, ער איז אפגעפרגט אין די גאנצע מדינה אלס געלטגייציגער פארדארבענער פארשוין, וואס וועט טון אלעס אין דער וועלט פאר אפאר טאלער אדער אביסל "אטענשאן". און אויסער דעם איז אנצינדן די פייער ווארקס פאר זיך פונקט גענוג צו ווייזן די פארדארבנקייט וואס ליגט אין די צוויי פוסיגע זאך. [האסט אפשר געהערט אמאל זיין אינטערוויו: אתה מדליק משואה או ... ? פוי!]