היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פרטים אויף ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א

פרטים אויף ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1958784

Baachi » 21/6/2006 03:15


ר' ישראל דוד איז דאך באקאנט פאר יעדן דורש תורה, איך מיין אז נישט נאר מאנסי, אונזערע ארץ ישראלדיגע חברים האבן ממש נישט געהערט פון איהם.    

סקען איינער ביטע דא געבען א באשרייבונג פון איהם?

זיין אפשטאם
זיינע רביס
זיין מהלך אין תורה

jewboy » 21/6/2006 08:42

.

oldpop254 » 21/6/2006 16:40

he is a talmin mivhak of rabbi koppelman shlite of lucern and he goes in his ways and qoute s him many times

אומדירעקט » 21/6/2006 17:04

אין דער בליק, זומער תשס"ד/ה איז געווען א גאנצע באשרייבונג איבער דעם מגיד-שיעור נפלא. (לסימנא בעלמא, זאל דיר זיין גרינגער צו טרעפן: אויפן פראנט דעקל איז געווען א ריזיגן בילד פון אים).

זיינע שיעורים זענען מורא'דיג צועהנדיג, ער ווארפט כסדר אריין טרעפליכע גלייך-ווערטלעך, וואס מאכט אז דער עולם זאל לאכן אויפן קול, מ'קען עס הערן אויך אין די טעיפס.

ער ווארפט צוזאם אין יעדן שיעור, אן א שיעור ספרים, בלשונם, אין איז גאר שטארק מדייק אז יעדער אות זאל קלאפן, אויף אזא אופן, אז ס'קען פשוט נישט אנדערש זיין פשט אין די ווערטער, נאר אז דער מחבר האט דאס ממש געמיינט.

ער קומט אריין צו די שיעורים מיט א פאק ספרים "וואס ער אליין שלעפט" חוץ וואס זיין בחור'ל (זיין זון) און א עסקן ברענגן. יעדעס ספר האט שוין אריינגעשטעקט אין זיך א צעטל/קליפ ער זאל עס גראד טרעפן. (די מקשיבי שיעוריו ווייסן שוין ווען ער גייט ענדיגן, ווען ער ענדיגט זאגן פונעם לעצטן ספר!).

ער שרעקט זיך נישט פון קיין פירמא, פערזאן, אדווערטייזמענט, אפילו מ'ווייסט וועלכע יחיד ס'שטייט דערינטער. ער מאכט נישט חוזק פון דעם מענטש פערזענדליך חלילה, נאר פון די פעולה וואס יענער טוט.

א דוגמא: פאר שבועות פון די קאלערפול עד'ס פון מילעכיג'ס, ל"ג בעומר די "פייער-סעיל'ס", ער לייגט דאס אראפ אזוי פשוט, אז מען מוז לאכן און וואסערע עולם הדמיון מ'לעבט היינט.

ער צונעמט דעם מענטש'ס "געפילן / הרגשים", גאר אפט, אויף פיצלעך, און מ'זעהט דעם אמת אין פנים אריין, אין ממש מ'לאכט פון זיך אליין.

ער איז משונה'דיג פונקטליך, ער האט שיעורים יעדע וואך איינס נאכן צווייטן, מיט א אפריק פון 10 מינוט, לדוגמא די שיעור יעדן זונטאג אויף תפלה, וואס לויפט פון 9:30 ביז 10:50 צופרי, דערנאך איז 10 מינוט הפסקה, און "פונקט" 11:00 לערנט ער שוין פאר מנחת חינוך. און דאס זעלבע ליל ששי די גמרא שיעור מיט די "סדרה-שיעור", שבת נאכמיטאג פרקי אבות ועוד, וואס איז ממש געריקט איינס פונעם צווייטן מיט אפאר מינוט.

דאס אינטערעסאנסטע איז, אז יעדע שיעור האט אן אנדערן גאנג. איינס לערנט ער פאר מיט הסבר, דאס צווייטע מיט ראשונים, דאס שטאט, די אנדערע שנעל. ס'איז צו באוואונדערן.

וואס ס'מיינט פאר אונז: פון עסן צו דער זעהט, און שלאפן אין באקוועם קען מען א ר' ישראל דוד'ן נישט אויסוואקסן.


** איך ווייס נישט צו דאס האסטו געבעטן, איך האב נאר אנגעהויבן דעם הודעה דיר צו מעלדן איבער'ן "בליק", און די פענע האט ווייטער געשריבן.

APPLE » 21/6/2006 19:33

זיין טאטע איז הרב שמואל עקיבא שלעזינגער  שטראסבורגער רב.

משפחת יפה שלעזינגער איז א באקאנטע משפחה פון רבנים אין אונגארן, מחברים פון צענדליגער ספרים,  אייניקלעך פון רבי ישראל דוד מרגליות יפה  בעל מחולת המחניים וועגען טיילונג, ולמעלה בקודש רבי משה לייב צילץ ראב"ד ניקלשבורג מחבר ספר שו"ת מילי דאבות.

זיין רבי איז הרב קאפלמאן.

צו קענען זיין דרך הלימוד קענסטו גיין יעדע נאכט צו זיין שיעור אין גפ"ת צו זיען זיין געוואלדיגע הבנה לומדות אין בקיאות, אדער צו זיינע נ"ך שיעורים.

די מגידות טעיפ'ס איז נישט קיין אינדיקעשאן נאר אויף זיין בקיאות

תוקן על ידי - APPLE - 21/06/2006 19:36:17

Baachi » 21/6/2006 20:51

אומדירעקט
עפפעל

יאשיקיכאכעם

ער איז א זעהר א קלארער לערנער, הן באגדה הן בהלכה. אבער זיין פרסום דורך די טעיפס איז אין אגדה אויף פרשת השבוע, נ"ך, אין  בעיקר אויף סדר התפילה וואס ער איז א ממש א חד בדרא  
 
קענט עפעס שרייבן אין אגדה וויאזוי איז לדעתכם זיין צו גאנג צו חסידות און חסידישע ספרים?

Nusen » 26/6/2006 05:04

ר אומדירעקט יפה דברת!

זייער א שיינע באשרייבונג א דאנק,

אבער וואס איז לגבי זיינע מחאות איך האלט אז ער נעמט שוין באלד איבער די טיטל פין וויזניצע רבי בעל המחאות
ממש אויף א יעדע זאך איז ער מוחה סדארף נישט האבן קיין טראפ סענס,
נאר וואס? לויט זיין השקפה איז יעדע זאך מותרות און א גלוסט

דאנט געט מי ראנג!

כולי עלמא מודי אז ער איז א ערליכע איד און ממנו ילמדו וכן יעשו, איך אליינס גייט צי זיינע שיעורים אין איך האב זייער הנאה איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען מיינע געפילן תוקן על ידי - nusen - 26/06/2006 5:05:26

Baachi » 26/6/2006 08:13

nussen

דו מוזט נישט מסכים זיין אויף זיינע מחאות, אבער זאג נישט אז עס מאכט נישט קיין סענס.

יעדע זאך וואס ער זאגט, איז ער מסביר בטוב טעם ודעת מיט א תורהדיגען צוגאנג וואס איז מלא חן.
דאס איז זיין תפקיד צו זיין אמוכיח בשער.
דו מיינס אוודאי וועגן דעם MALL?

Nusen » 26/6/2006 17:14

ניין די מאלל דוקא פארשטיי איך יא אבער פאריגע וואך ליל שישי האט ער מוחה געוען אויף די פירצה וואס הייסט BBQ וכהנה וכהנה

Baachi » 26/6/2006 20:22

nussen

פרעג איך דיך, האט א בארבעקיו א פלאץ אין א חסידישען שטוב?.

און טאמער מאכט ער שוין יא אמאהל מאיזה סיבה אזא טריעט פאר זיין משפחה, מעג ער כאטש וויסן אז לאו משנת חסידים היא.

ווער וועט איהם דערמאנען אז נישט ר' ישראל דוד?

פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם איז ...אוהב את התוכחות...

שעפסל » 27/6/2006 00:23

באטשי, שכוייח פאר דעם שיינעם אשכול, איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערין עפעס פון זיינע שיעורים, איך האב קיינמאל פון דעם חשוב'ן איד נישט גיהערט.

אגב, אז מ'האט שוין גירעדט פון בארבעקיו, לאמער הערין פון די חשובע מיטגלידער דא, ווער ווייסט ווי שטייט און רש"י אז "פיצא" איז א מאכל בהמה?[בילד – נישט אפגעהיט]

shia550 » 27/6/2006 00:27

שעפסל איך מיין אז איך האב אמאל געזען זיינע שיעורים אין ארץ ישראל. YOU ARE MISSING OUT

קרעמער » 27/6/2006 00:27

בכורות ל"ח ע"ב רש"י ד"ה אכל לח, וז"ל: תבן ומספוא שקורין פיצ"א...

Baachi » 27/6/2006 00:36

קרעמער דו מיינסט אז דאס האט לבן הארמי געמיינט ...גם תבן גם מספוא רב עמנו..

לענין הרב שלעזינגער. ער דערמאנט לעצטנס אסאך דעם אמרי אמת. וואס איז געשעהן?

שעפסל » 27/6/2006 00:48

קרעמער, [בילד – נישט אפגעהיט] געב א קיק און "המתרגם" וואס עהר שרייבט דארט.

Nusen » 27/6/2006 16:33

רעב באטשי די ביסט נאך פין די חסידים הראשונים, די זאכן וואס איז אמאל געווען טריף איז היינט כשר אזוי גייט די וועלט. BTW ווען קען מען רעדן מיט הרב שלעזינגער? וועלכע צייטן אין טאג?

Nusen » 27/6/2006 18:09

ד"ה  אכל לח ויבש של גשמים
 
פין וואס רעדט די גמרא דארט?

[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 27/6/2006 21:42

שעפסל;

איך האב נישט קיין מתרגם, ביטע שרייב מיר וואס ער זאגט, יישר כחך.

Baachi » 27/6/2006 21:53

איך וואלט זעהר געוואלט ארויף לייגען א טעים פון ר' ישראל דוד. אבער קודם דארף איך צווי שטיקלעך אינפא

1) וויאזי מאכט פון א טעים איין MP3 פייל

2) וויאזוי פאוס מען דא א פייל? 

Nusen » 28/6/2006 02:22

וואס איז דאס וואס די האסט?
 
א טעיפ? אדער א סידי?  א סי די קענסטו מאכן MP3 דורך WINDOWS MEDIA PLAYER אין די מאכסט RIP
 
א טעיפ ווייס איך נישט אויב די קענסט

שעפסל » 28/6/2006 04:51

קרעמער, יעדע גמרא האט און סוף נאכן רא"ש דעם "המתרגם" וואס דאס איז מפרש די אלע לשונות בלע"ז פון רש"י און תוס'.

וז"ל שם: "אכל לח ויבש של גשמים, אם האכילוהו לרפואה תבן ומספא שקורין פיצ"א (וויידעפוטטער) שהוא שם כולל למאכל הבהמות לבד מתבן. עכ"ל.

Baachi » 28/6/2006 05:21

nussen

איך האב עס שוי איבערגעדרייט צו א MP3 פייל, מיט א פראגראם וואס הייסט Audacity

יעצט וויאזווי שיק איך דאס, אדער לייג עס אויף א פייל שערינג אוצר?

שעפסל

אם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים...

קרעמער » 28/6/2006 14:58

שעפסל;

איך ווייס גאנץ גוט וואס המתרגם איז, איך פארמאג אבער אין שטוב נאר ש"ס וואגשאל, און זיי האבן דאס ארויסגענומען (די לעזי רש"י האבן זיי אליין איבערגעטייטשט אויף לשון המדוברת בלעז).

מתתדייטש » 29/6/2006 03:37

?

סעמאן_פיש » 29/6/2006 08:49

yohcee718 » 29/6/2006 15:59

באטשי

בר בי (רב דחד יומא) קיו איז עפעס א פעלער??

איך פיר גאנץ א חסיד'ש שטיב מיינע קינדער זענען גאנץ פיינע כאנאקעס און מיר מאכען כסדר דורך זומער BBQ

אויב טאקע איז ער מוחה אויף דעם מאכט ער ביליג זיין תורה

איך קען אים נישט אבער ס'איז משמע אז ער איז א גרויסער ת"ח, מוז מען שווייגען אין אים אויסהערן מיט כבוד אבער איך האלט אז עס איז מעשה שטן ווען מ'צודרייט רבנים און רייצען זיי לכל מיני מוחאות סתם לשם מוחאה.

לעמעך » 29/6/2006 23:00

איך האב א גוטע סייט ווי מען קען הערן ר ישראל דוד שלעזינגער שליטא מיט נאך רבנים



http://toratapes.net/page2.html

Nusen » 29/6/2006 23:13

בס"ד
 
לעמעך א גרויסן ישר כח אייך
 
די זכות זאל דיר ביישטיין.

Nusen » 19/3/2007 10:42

איך דארף וויכטיג א בילד פין הרב ישראל דוד שלעזינגער שליט"א

ווער עס קען מיך העלפען זאל עם די זכות ביישטיין בזה און בבא

Nusen » 26/3/2007 09:25

נו עני באדי??????????

זייער וויכטיג פליז העלפ

Baachi » 26/3/2007 19:27

רוף מערכת "כל העולם כולו" אדער די אנדערע צלמים (גראמט מיט מכבים...)

פארלעסליך » 27/3/2007 20:47

לעצטענס געליינט אז מען האט געבעטן ר' ישראל דוד שליט"א אז ער זאל קומען ערגעץ רעדן אויף די גוי'אישע שפראך (ענגליש), און האט בשום אין אופן נישט געוואלט הגם ער געהערט אינגאנצען נישט צו די סאטמארע קרייזען ווי באקאנט, כדי נישט עובר צו זיין אויפן חרם פון חת"ם סופר נישט צו דרש'ענען אויף די גוי'אישע שפראך.

tzvibp28 » 27/3/2007 22:24

קליין קעפעלדיג.......

Baachi » 27/3/2007 22:39

צבי

רעדנדיג פון קליין קעפלדיקייט

דו קענסט דעם איד?

Nusen » 2/12/2007 23:08

איך וועל בעטן נאך איינמאל,

איך האב נאך אלץ נישט מצליח געווען צי באקומען א שיינע בילד פין הרב ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א,

פליז פליז העלפץ מיך ארויס, א שיינעם דאנק,

איש_מאנסי » 3/12/2007 18:58

איך האב לעצטענס גיהערט פין א ערשטע האנד גאר גיפערליכע מעשות אוף ר' ישראל דוד, ער האט זיך אראנגעמישט ערגיץ וכו' איך קען נישט זאגן קאן פרטים אבער אויב עס איז אמת זענען מיר אף צרות אז דאס זענין אינזערע שיינע אידען

פארלעסליך » 3/12/2007 21:33

אסור לקבל לשון הרע!

_________________

הכל שריר וקיים

Nusen » 3/12/2007 23:53

המהרהר אחרי רבו, כאילו מהרהר אחרי השכינה!

(עיין רש"י שם: רבו לאו דוקא, אלא כל רבי בעיר שלו)

חוץ פין דעם, עס שטייט קלאר אין די משנה "הווי דן את כל האדם לכף זכות"
ווייסטו דען אויב די מעשה איז אמת? און לאמיר שוין זאגן אז די ווייסט אז די מעשה איז אמת, די קענסט דען ביידע צדדים??

לאז זיך ארויס דערפון, עס וועט דיר ממילא נישט בעסער מאכן, איז פארוואס זיך משוגע מאכן

--------------------------------------
סייג לחכמה שתיקה

איש_מאנסי » 4/12/2007 00:48

די פרעיגסט מיך אויב איך קען ביידע צדדים אודער די זאגסט אז ניין?

Baachi » 4/12/2007 20:48

אזוי האב איך נישט ליב מקבל צו זיין קיין לשון הרע

אבער פון אזא איש מהימן ווי דער חשובער ניק, וואס חזקה על ניק שאינו משקר. במילא  אז ער אליינס שרייבט אזוי און נאך דערצו ברמז.

גיי איך שוין אויס מעקן פון מיין הארד דרייו (אין מוח) אלע הונדערטער שעות פון שיעורים נפלאים ומעוררים לאהבת וליראת השם.

איך גיי אויך אויס שטעלען א צעטל אין די בתי מדרשים פאר כל הקהל הקודש,  

שרייב נאר ווען גייט זיין דיין חנוכה שיעור.

אגב, דו ביזט געוועזן א צד אין די פרשה פון וואס דו שרייבסט?

עפשטיין » 4/12/2007 21:56

די עצכ"ח חברה-לייט זענען זייער בייז אויף הגאון רבי ישראל דוד שליט"א וועגען זיין מערכות פאר מציצה בפה און נאך.

veaz » 5/12/2007 20:29

בעיני איז ער דומה צו הרה'צ מוויזניץ מאנסי שליט'א מישט זיך אריין און עסק שאינו שלו, געווענטליך איז זייער שווער מקבל זיין פון איינעם וואס איז נישט קיין נאה דורש ונאה מקיים, ווייסט איינער ווי זיין $40.000 קאך ביי זיך אינדערהיים (נייע הויז) האלט?

Baachi » 6/12/2007 01:05

veaz

לפי מיטב ידיעתי איז עס א הוילער שקר. ווייל ער איז אזויפארנומען מיט זיינע שיעורים און מיט צרכי הפרט ווי מען בעט איהם בהחלט זיך אריין צו מישן אז ער האט נישט קיין צייט דעם קאפ אויפצוהייבן.

איך ווייס פאר א פאקט פון מיינע אייגענע אויגען אז ער האט געוואינט ביז יעצט זעהר פשוט, זעהט אויס אז אפאהר נגידים האבן איהן געוואלט מהנה זיין.
איך וועל עס אי"ה מברר זיין.

יעצט איין א פערסאנאל נאוט

איש מאנסי
veaz

סטוט מיר זייער לייד אבער יידען וואס דרייען זיך אין אפיקורסישע אין אין טמאנע פארומס, איז נישט מעגליך ליב צו האבן א תלמיד חכם א צדיק ווי ר' ישראל דוד שליט"א.

איך נעם עס אהן פאר א ריזיגן קאמפלעמענט פאר איהם

"ולא תתורו אחרי לבבכם - זו מינות (איש מאנסי) ואחרי עיניכם- זו עריות (veaz) אשר אתם זונים אחריהם"

תוקן על ידי - baachi - 06/12/2007 1:12:59

איש_מאנסי » 6/12/2007 19:14

BAACHI מאכט זיך נישט וויסענדיג פין וואס איך האב עהם געשריבן אין תיבה אישית איך האב עהם געשריבען קלאהר פין וועלכע מעשה איך רעדט קימט ער דא אהער אין מאכט א רעש אין ער וויל נישט וויסען דעים "אמת"

aaatozzz » 6/12/2007 21:08

איך האב געהערט פון מיין זיידען ז"ל א ווארט פון דעם נודע ביהודה אויפן פסוק אין משלי מצְדִּיק רָשָׁע וּמַרְשִׁיעַ צַדִּיק תּֽוֹעֲבַת ה' גַּם שְׁנֵיהֶם, אז עס זיינען דא מענטשען וואס זאגען אז זיי זיינען צו פיין און איידל צו האקען אויף די רשעים, זאגט מען איהם אבער אויף צדיקים קענסטו יא שימפען אלא מאי די קענסט נישט ליידען די צדיקים, דאס איז דער טייטש גם שניהם איינץ איז מגלה אויפן אנדערען,

דאס איז די זעלבע ביי די קנאים, זיי האקען אויף אלע ערליכע אידן, וועסטו מיינען אז זיי זיכען דעם אמת, קוק ווי זיי דעקען זייערע זאכען, זעה דעם הכשר פון התאחדות הרבנים, און זייער הנהגת הרבנות בכלל, וכו',

דאס איז געווארען א נחלת הציבור עס איז זייער לייכט אוועק  צו מאכען די גרעסטע גדולים [ווער געדענקט די פאשקיווילן אויף ר' משה פיינשטיין זצ"ל?] און לעומת זה גרויס מאכען דעם גרעסטען ..... דער ברך משה הקדוש והטהור, ואידך זיל גמור,

דער אמת איז אבער אז תלמידי חכמים זיינען דא היינט אין הונדרעטער, אז נישט אין די טויזענטער, עס זיינען אבער דא ווייניג וואס האבען דעם מזל צו ווערען מפורסם, 

אבער איינער וואס איז א גרויסער ת"ח אין ער איז נאך גוט און מחדש זיין אין דרוש, אין קען זאגען שיינע דרשות, מאכט ער טעיפס און ווערט א סטאר, אלץ נישט שלעכט,

אבער ווען דער ת"ח הייבט אן מוסרן זעה עפעס אויס אז די מדות זיינע זיינען נישט 100%, בפרט ווען ער האקט אויף וואס עס לאזט זיך, 

די ת"ח האקערס צוען צו מענטשען וואס האבען ליעב די סחורה, בפרט ווען איינען איז א ת"ח, א בעל מחדש, א רעדנער, מיט גוטן סטייל, און אויף א האקער איז עס געשמאק פאר מאנכע, זעה ירחמיאל דאמפ,

אגב זעה רש"י ב"ב ריש י' ע"א וז"ל בעלי אגדה מתוך שהן דרשנין ומושכין את הלב הכל מכבדין אותם

בכל זאת זאג איך נישט קיין מיינונג אויף הרב שלעזינגער ווייל איך קען איהם נישט, איך האב נאר געהערט א טייל פון זיין דרשה וועגען מציצה בפה אין זיין שארפקייט איז נישט געווען פאר מיר,

לכבוד חנוכה וועל איך דא מעתיק זיין א ווארט פון די פריערדיקע [מען ווי 400 יאהר צוריק],

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בה [אבות פ"ד מ"כ] פירוש אל תחשוב מה שאמר "ונקה לא ינקה" [שמות לד ז] שהוא כולו פורענות ומדת הדין, אלא הוי מסתכל בשאר אותיות שיש עמהם, דהיינו ו'ה' מן ונקה, וי'ה' מן ינקה, שהוא שם של ד' אותיות ושל רחמים, וזהו מנותר קנקנקים נעשה נס לשושנים, רצה לומר שהנותר מק'נ'ק'ן' הוא עשה לאבותינו בימי חנוכה.

_________________

בן_עמרם » 6/12/2007 23:06

וואס איז פשט פון veaz?



מען נעמט טאקע אן דא מנובלים? אין בחדרי חרדים איז דא א תקנה אז מען טאר נישט שרייבן אין קיין אומאויסגעהאלטענע און מנובלישע פארומס.

חןטוב » 7/12/2007 00:21

ווייל ער איז  נאך דא א מעמבער פאר ער האט געשריבען אין די מבואות המטונפים.

ערליכעאיד » 7/12/2007 03:02

איך האב נישט געהאט די זכיה צו בערען פון דעם ר' שלעזינגער
אויב איינער קען אפשר ענטפערן צו וועלעכע קרייזען געהערט ער?
וואס לערענט ער פאר?
מוסר?
אגדה?
הלכות? וכדו'
און ווי לערענט ער פאר ברבים?



דעם ניק "וועז" ברויך מען ארויסווארפען פון דא!!!!!!!
ס'איז א חרפה און א בושה אז אזא איינער זאל קענען דא שרייבען צוזאמען מיט היימישע אידען

Nusen » 22/12/2009 05:56

האט איינער בילדער פין זיין נייע בית המדרש?

איך האב געהערט אז סאיז א מוירעדיגע שיינע בנין, ווי ס'פאסט פאר א בית מקדש מעט.