סאכדעס האט געמיינט צו זאגן: ווארשיינליך איז [די ווארט] פילייכט די זעלביגע אויסדרוק ווי ווארשיינליך,
יעצט איז שוין בעסער? (עס איז געווען א שווער שטיקל סאכדעס)
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » אידישע ווערטער: שאלות
אידישע ווערטער: שאלות
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1955222
בלאט: 1 2
דער דאיען האט א שמייכל פון איין אויער צו די צווייטע, אבי מ'פרעגט שאלעס.
בעני דער דאיען באדאנקט זיך פאר דיר פערזענליך מיט איהם פרובירן צו פארשטיין געבן.
בעני דער דאיען באדאנקט זיך פאר דיר פערזענליך מיט איהם פרובירן צו פארשטיין געבן.
פילייכט מעג (טאר) איך אויך אין דיזע שמועס אריינרעדן.
ווארשיינליך באדייט א מסקנה וואס איז מער פון בלויז אויבנאויף.
ס'טייטש, איך זאג, למשל, אז יענקל איז א ריעל עסטעיט שפעקולאנט, איך צי אבער נישט מיין מסקנה פון א אובנאויף אפשאצונג - וויי כ'האב אים געהערט רעדן אין מקוה פון פליפן אין די נארט'ס. נאר איך האב סך שטערקערע אנדייטונגן - ווייל ער קימט צו מיר אין גמ"ח אז איך זאל אים אויסשטעלן טשעקס צו דעם באנק און יענעם באנק, צאלענדיג די פעטע מארטגעדזשעס.
לכאורה איז ווארשיינליך יא דאס ריכטיגע ווארט פארדעם אין לשה"ק. אין ענליש איז דאס נאנטסטע ווארט PRESUMABLY.
פילייכט איז לכאורה אין ענגליש PERHAPS. כאטש דאס איז זייער ענדליך צו MAYBE איז די צוויטע א "געמאכטע" ווארט, MAY BE, ס'איז מעגליך, ס'קען זיין.
אינעם נעקסטן שיעור, ווען מיר זיך מעיין זיין אין די ווערטער: מעג, טאר, מוז דארף. מ'בעט דער עולם זאל זיך פארקוקן די היסטאריע, ס'טייטש וויאזוי מ'פלעגט די ווערטער נוצן, ווי אויך להלכה וויאזוי ס'איז ריכטיג צו זאגן.
אינעם זעלבן שיעור וועלן מיר אריינפלעכטן די ענין פון "דאבעל נעגעטיוו". וואס כידוע איז א דאבעל נעגעטוי א פאזאטיוו.
מ'בעט דעם עולם צו קומען צייטליך, מ'וועט קענען אריינפרעגן.
איך האפ אז אן עוורידזש בחור וועט אויך קענען מיטהאלטן דעם שיעור.
ביילייפיג=בערך=APPROXIMATELY
וויאזוי זאגט מען AVERAGE אויף אידיש? דורכשניטליך, מיטלגאטיג, OTHER?
מ'קען אויך זאגן 'מיטלמעסיג'
ואון טאקע ואסערע ווארט איז "מיטלגאטיג" עס קומט לכאורה "מיטלגאטונג" מיט א נ' ווייל די שורש איז 'גאטונג'
פילייסט ביסטו גערעכט מיט 'גאטונג'
AVRAGE, ווען איז די שיעור?
לערע=שיעור=LESSON
עס דאכט זיך מיר אז די ריכטיגע ווארט איז 'בייערלייפיג' נישט 'ביילייפיג' אדער 'בייעלייפיג'.
---
'פארלייפיג' מיינט אויך עפעס אזוי ווי 'במושכל ראשון' 'אויבנאויף', ניין?
קרעמער; פון וואו נעמסטו די אויסלייג פון 'בייערלייפיג'?
---
'פארלייפיג' האט אויבנאויף אין מיין מושכל ראשון אן אנדערע באגריף,
פארלייפיג = 'אזויווי עס האלט יעצט' אדער 'ביזדערווייל'
למשל דער פאלגענדער זאץ
חיים יענקל וועט פארלייפיג זיך נישט באטייליגן, אויסער אויב עס וועט אריינקומען א טוישונג אינעם צייט וועט ער יא קומען
דער חילוק פון 'פארלייפיג' און 'אויבנאויף - במושכל ראשון' איז, אז 'אויבנאויף - במושכל ראשון' זאגט מען ווען איך זאג א זאך אדער סברא און איך וויל צולייגן אז איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער אדער אז איך האב נישט יורד געווען לעומק הדבר און עס קען זיין אז איך בין טאקע נישט גערעכט, משא"כ 'פארלייפיג' איז אזאך וואס איך בין יא זיכער דערמיט אויפן יעצטיגן מצב נאר איך וויל באווארענען אז עס קען זיך טוישען אויב עפעס א צווייטע געוויסע זאך (אין וואס די דאזיגע זאך ווענדט זיך) וועט זיך אויך טוישען. כנלע"ד (וועא"מ) ביילייפיג פארלייפיג לכאורה במושכל ראשון אויבנאויף ווארשיינליך מיטלמעסיג מיטלגאטונג, (איך האף אז עס נישט געשריבן דאבעל נעגאטיוו=פאזיטיוו).
---
און אז מען רעדט שוין פון פארלייפיג און נאךלייפיג וואס טוהט זיך מיט 'לייפיג' אליין? ווען נוצט מען דאס?
בעני;
איך נעם עס פון דארט וואו דו נעמסט די אויסלייג פון 'אויסלייג', גראד פון מיין מח, אזוי געדענק/דענק איך.
בנוגע 'פארלייפיג': פארלייפיג ביסטו אפשר גערעכט, אבער אז מען וועט יורד זיין לעומקן של דברים (אריינדרינגן "אין דעריין" כלשון קדשו של הראש ישיבה הגר"מ שליט"א וד"ל) וועט מען פילייכט קענען אויסארבעטן אז עס איז נישט גענצליך אזוי.
פון וואנעט נעמסטו די "אין דעריין" ביסט א תלמיד?
תלמיד פון וועמען? דו ווייסט דען פון וועמען איך רעד?
וואס איז די באדייט פון די ווארט "אפיר"
צפון: מ'נעמט 'אפיר' דעם באהאלטענעם אפיקומן.
דער מלמד האט 'אפיר' גענומען (גענעמען?) די אלע וואס זענען געגאנגען צו יוסף שפיל (שפיעל?)
דער מנהל האט דיר 'אפיר'גענומען און 'פאר'געהאלטן... ניין? (אנדערע זאגן: אפירגעהאלטן, אבער דאס איז לכאורה נישט ריכטיג).
עס איז נישט שייך צו פרעגן וואס מיינט 'אפיר', איידער דו ווייסט וואס עס מיינט 'מיינט' און וואס עס מיינט 'וואס'.
עס איז נישט שייך צו פרעגן וואס מיינט 'אפיר', איידער דו ווייסט וואס עס מיינט 'מיינט' און וואס עס מיינט 'וואס'.
קרעמער,
די האסט אפירגעזוכט עפעס וואס איז נישט רעלעוואנט (?) אוודאי איז שייך צו פרעגן וואס מיינט 'מיינט'?
די ריכטיגע ענטפער דעמאלטס (דענסמאל) איז:
מיינט:
א)באדייט (פילייכט, איז דאס א לשון משובש)
"טאנצ'ען 'מיינט' מאנווערירען מיט די פיס ארויף און אראפ"
ב) אויסדריקען אויף א דריטען פערזאן אז ער/זי איז נישט זיכער
"משה ברוך 'מיינט' אז ער וועט זיין מארגען און ווילי"
ערהאלטן אין אישי פון איינער וואס ציטערט פאר זיין אייגענעם שאטן (אזוי קוקט אויס, ער ליינט דא יעדן טאג, אבער האט נאך קיינמאל נישט געשריבן ביי אונז!):
אז איך וויל ארויסברענגען
'אייער גארטל איז ארפאגעפאלן'
מיז די ווארט 'אייער' געשריבן ווערן 'אייערע'
אדער קען אויך זיין גוט 'אייער'
א דאנק
_______________
אז איך וויל ארויסברענגען
'אייער גארטל איז ארפאגעפאלן'
מיז די ווארט 'אייער' געשריבן ווערן 'אייערע'
אדער קען אויך זיין גוט 'אייער'
א דאנק
_______________
קרעמער, עס קוקט אויס אז איך ווייס נישט?
מיז די ווארט 'אייער' געשריבן ווערן 'אייערע'
אדער קען אויך זיין גוט 'אייער'
דער ענטפער אין מיין מיינונג איז: ס'ווענד זיך ווי אינעם זאץ די אייער ווערט פלאצירט.
כ'וועל עס דיר מסביר זיין אויף ענגליש, כ'מיין דאס זעלבע איז מיט אידיש.
YOUR און YOURS
THIS WAS YOUR QUESTION
THIS QUESTION WAS YOURS
ס'איז אן אריכות צו מסביר זיין פארוואס ס'איז אזוי, און איך קען נאר דעם הסבר אין ענגליש, ועוד חזון למועד.
מיין שאלה איז: אייער "אייער" פון פאר פסח איז געוואשענע אדער אומגעוואשענע?
[בילד – נישט אפגעהיט] תוקן על ידי - average - 28/06/2006 5:01:34
אדער קען אויך זיין גוט 'אייער'
דער ענטפער אין מיין מיינונג איז: ס'ווענד זיך ווי אינעם זאץ די אייער ווערט פלאצירט.
כ'וועל עס דיר מסביר זיין אויף ענגליש, כ'מיין דאס זעלבע איז מיט אידיש.
YOUR און YOURS
THIS WAS YOUR QUESTION
THIS QUESTION WAS YOURS
ס'איז אן אריכות צו מסביר זיין פארוואס ס'איז אזוי, און איך קען נאר דעם הסבר אין ענגליש, ועוד חזון למועד.
מיין שאלה איז: אייער "אייער" פון פאר פסח איז געוואשענע אדער אומגעוואשענע?
[בילד – נישט אפגעהיט] תוקן על ידי - average - 28/06/2006 5:01:34
באקומען און אישי/פרטי פון יוני26 (איינער קען אים?)
es iz doe a alte galizjane vort "az men nemt zich afir helft der basefer" vegen dem tailt de psevorsker rebe ales 4 fier stiklech knobel fier stiklech tsaide la derech kichlech. afir nemen maint zamnemen oif galitsjanis
פרייע איבערזעצונג:
עס איז פארהאו אן אלט גאלאציאנע ווערטל "אז מ'נעמט זיך 'אפיר' העלפט דער אייבירשטער" דאס איז דער סיבה פארוואס דער פשעווארסקער רבי (ר' יענקעלע?) פלעגט שטענדעג אלעס טיילן פער-פיר, פיר שטיקלעך קנאבל (מוצ"ש), פיר שטיקלעל צדה לדרך קיכלעך(?)
'אפיר' נעמען, מיינט צוזאמנעמען אויף גאליציאניש!
ע"כ דברי יוני, מכאן ואילך דברי מפוקל הצעיר
איך רעספעקטפולי דיס-עגרי, ווייל ס'שטימט נישט ביי צפון עי' בהגדש"פ ע"פ באר יהודא ודו"ק
ס'נעמט אבער נישט אוועק די קרעדיט פון יוני, איבערהויפט פאר'ן איבערגעבן פשעווארסקער מנהגים, חזק ואמץ! כה לחי!
אז מ'רעדט שוין פון אייער קען מען דאך נישט פארגעסן פון " אייער נעכטן און אייער אייער נעכטן " .
איך הער אז מ'קען נישט פארגעסן?!
זעהסט דאך אז דער עולם האט פארגעסן, אלא וואדען? ברוך שמסר עולמו לשומרים, ולא השבית לנו גואל, נאך גוט אז דו דערמאנסט מיך.
זעהסט דאך אז דער עולם האט פארגעסן, אלא וואדען? ברוך שמסר עולמו לשומרים, ולא השבית לנו גואל, נאך גוט אז דו דערמאנסט מיך.
וואס טוט''סעך מיט די סאפיקס (SUFFIX) אציע איבערטייטשנדיג די ענגלישע ATION?
לדוגמא:
TRANSPORTATION=טראנספארטאציע
וואו איז די מקור?
שאלה איבער "פארלייפיג":
איז עס ענליך צו דעם ענגלישן ווארט YET ?
בכלל קען מיר איינער אפטייטשן ריכטיג דאס ווארט YET?
לכאורה (ווארשיינליך, PERHAPS, מסתמא) האט עס צוויי אפטייטשן, איינס איז "יעצט" אדער "נאכנישט" (He didn't came yet); און די אנדערע איז ??? (I asked him to give it to me, yet he did not)...
איז עס ענליך צו דעם ענגלישן ווארט YET ?
בכלל קען מיר איינער אפטייטשן ריכטיג דאס ווארט YET?
לכאורה (ווארשיינליך, PERHAPS, מסתמא) האט עס צוויי אפטייטשן, איינס איז "יעצט" אדער "נאכנישט" (He didn't came yet); און די אנדערע איז ??? (I asked him to give it to me, yet he did not)...
Tobbaco_Sniff
Learn English before you try to compare it to Yiddish
(no offense, sorry)
ביידע אפטייטשן זענען ''יעצט/היצט'' ניין?
''''פארלייפיג'' איז שוין דא געווען דיסקוסירט עי'' לעיל
הרב פינקל
איך קען נישט אזא שלעכטן ענגליש, אויב דו קענסט וועסטו טאקע זעהן אז YET קען מען נישט איבערטייטשן אין אידיש... איך האב שוין גערעדט דערוועגן צו עטליכע מומחים אין ענגליש...
און "פארלייפיג" האט מען טאקע אויבן גערעדט (בשעת איך בין נישט געווען אין קרעטשמע), ממילא דערפאר האב איך אצינד מגיב געווען דערויף... יישר כח פארן מעורר זיין!
פארלייפיג/במושכל ראשון/אויבנאויף וואלט איך געזאגט אז YET קען מען איבערטייטשן "דערווייל" אדער "למעשה".
עכ"פ די צוויי משלים פון שמעק טאביק מאכן צענט (איך ווייס אז MAKE SENSE ווערט נישט איבערגעטייטשט "מאכן צענט", איך נוץ עס נאר בדרך משל ודוגמא) מיט דעם איבערטייטש.
אגב: וויאזוי זאגט מען טאקע ''חושים''/SENSES אויף אידיש?
עכ"פ די צוויי משלים פון שמעק טאביק מאכן צענט (איך ווייס אז MAKE SENSE ווערט נישט איבערגעטייטשט "מאכן צענט", איך נוץ עס נאר בדרך משל ודוגמא) מיט דעם איבערטייטש.
אגב: וויאזוי זאגט מען טאקע ''חושים''/SENSES אויף אידיש?
מיין אידישע דיקשאנערי זאגט" חושים: "דערטאַפּן".
צי ווייסט איינער פון וואו נעמט זיך דער ווארט "נישט"? אין די אלטע צייטן פלעגט מען זאגן "ניט" אָן אַ שׁ', אדער (אין רוסלאנד?) "ניקס". אבער עטליכע ווערטער זענען געבויעט אויף דעם אויסדריק "נישט" - ווי למשל "נישטיג" (ווי נישטיג איז א קליין פליגעלע אקעגן א גרויסן עלעפאנט!)
צי ווייסט איינער פון וואו נעמט זיך דער ווארט "נישט"? אין די אלטע צייטן פלעגט מען זאגן "ניט" אָן אַ שׁ', אדער (אין רוסלאנד?) "ניקס". אבער עטליכע ווערטער זענען געבויעט אויף דעם אויסדריק "נישט" - ווי למשל "נישטיג" (ווי נישטיג איז א קליין פליגעלע אקעגן א גרויסן עלעפאנט!)
אז איר קאכט אייך שוין יא אין אונזער באליבטע יידישע שפראך דאן באלעקט אייך די פינגער מיט אטא די ארטיקל
http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=1891
http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=1891
חוש/חושים וואלט איך אויסגעטייטשט שפירן, מען קען שפירן מיט די הענט/פיס/נאניע און דער מוח צוגלייך
ברוינפן;
איך מעג מחולק זיין?
אפשר בין איך צו'שפיר'ט (צע'חוש'ט.. לויט דיר), אבער איך שפיר נישט אז די פינעף חושים ווערן איבערגעטייטשט אלס פינעף שפירן, מיט די אויג זעט מען, מיטן אויער הערט מען, מיט די האנט קען מען טאפן, מיט די צינג שפירט מען (מיט די נאז קען מען טאקע אויך שפירן א גערוך, אבער עס איז מיר שווער אנצונעמען אז חושים טייטשט זיך איבער שפורן).
מען מעג מחולק זיין. אבער אז דו וועסט אריינטראכטן דערון וועסטו זען אז בעמת איז דאס יא שפירן, ווייל אלע די אויבנדערמאנטע זאכען זענען מוסקלען וואס מאנעוורירן דעם חוש הריח/השמיעה/טעם און אזוי ווייטער, אלזא האלט איך אז דאס איז יא שפירן
בלאט: 1 2