עס דרייט זיך ארום א שמועה א ביל געיטס דער מייקראספט פארזיצער גייט ארויס פון דעילי ווארק און וועט מער נישט זיין אינוואלווד און מייקראסאפט'ס יעדן טאגיגע ארבעט איך בין נייגעריג אויב איינער האט עפעס א קלארן באריכט
הויפט זייט » היי טעק » ביל געיטס ארבעטסלאז
ביל געיטס ארבעטסלאז
3 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1953992
ער גייט טאקע נישט זיין איוואלווד אינעם טאג טעגליכן ווערטשאפט אבער ער גייט נאך אלץ מאכען די
גרויסע דעסיזשנ'ס און דאס הייבט זיך הערשט אן און 2008.
(גענומען פון וואס איך האב געשריבען ערגעץ אנדערשט) כ'האב לעצטענס געהערט אז אין די לעצטע
דריי יאר האט ער גענומען ארלויב פון די ארבעט גאנצע אכט טאג אלעס אינאיינעם....
btw ער איז היינט צוטאג'ס ווערט (לויט די לעצטע פארבס מאגאזין) א קיימא לן פון פופציג ביליאן
טאללער צו פארשטיין אביסעל די נומער האב איך אמאל געהערט פון איינעם פשט אין א ביליאן דאללער
אז אויב איינער האט א ביליאן און ער געט אויס א יעדען טאג טויזענט דאללער 365 טעג א יאר וועט
עם נעמען 2900 צוויי טויזענט ניין הונדערט יאר צו ענדיגען דעם איינעם ביליאן אין אנדערע
ווערטער אז אויב איינער וואלט געהאט א ביליאן ביי די צייט פון חורבן בית המקדש און ער וואלט
געטוהען ווי אויבען דערמאנט (טאמער ער לעבט פאר שטייט זיך) האט ער נאך בערך ניין הונדערט יאר
צו ענדיגען דאס גאנצע ביליאן....
יעצט טראכט ער האט 50 שטיק דערפון..........
הלוואי אלע אידען אזוי ארבעט'ס לאז