היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » איך הער נישט

איך הער נישט

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1953226

קרעמער » 16/6/2006 01:36

מסתמא איז דאס ווייל איך בין א מאן, און ווייס.

איר לאכט?

א שטודיע צייגט אז שחורים ('טונקעלע' אויף די איידעלע 'קול-מבשר' שפראך) הערן בעסער ווי די ווייסע מענטשן, און אז פרויען הערן בעסער ווי מענער!

קומט אויס אז איך האב צוויי סיבות נישט צו הערן וואס איר רעדט (איי וועט איר פרעגן: אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות? איך הער נישט!)

http://wavy.com/Global/story.asp?S=5037478

איך_הער » 16/6/2006 01:49

ס'איז דא צוויי זאכן וואס מ'קען דיר ענטפערן נאכן לאזן הערן אזא סטעיטמענט ווי דיין קעפל.

1) דשאסט טו בעד.

2) אזוי ווי דער בדחן רש"א דים זאגט אזא צייט , ווען הערסטו אויף צו זעהן ?

מלוה_מלכה » 16/6/2006 22:45

איינער האט אמאל זיך נאכגעפרעגט אויף א בחור ביים ראש ישיבה, אן אלטער איד וואס הערט קוים, צי יענער בחור קען לערנען, האט אים דער ר"י געענטפערט :
לויט ווי איך הער קען ער לערנען.....