מזל טוב!
בשם כל הקהל ווילן מיר וואונטשן א הארציגן מזל טוב פאר אונזער אלעמענס באליבטער 'קרעמער' שליט"א, דער בעסטער, געשמאקסטער, און תוכנ'פולסטער שרייבער אין די קרעטשמע. לרגל וואס ער האט דערגרייכט אריבער 3000 תגובות כן ירבו, כה יתן וכה יוסיף!!
בחדא מחתא ווילן מיר דא אויסדריקן א הערצליכן דאנק פאר אונזער געטרייער קרעמער, וואס איז פאר אונז אלעמאל דא משמח צו זיין און אויפצולעבן. וואס ווי מען קען זען איז טאקע רוב רבם פון זיינע תגובות דא ביי אונז אין די קרעטמשמע.
באזונדער שטייט ער אונז צו הילף צו זיין על המשמר צו היטן און אכטונג געבן אויף די קרעטשמע אז אלעס זאל זיין על צד היותר ברוחניות ובגשמיות. א ספעציעלן דאנק אייך קרעמער.
זאל דער אייבירשטער דיר העלפן דו זאלסט ווייטער קענען משמח זיין אידישע קינדער א גאנץ לעבן.
באזונדער וויל איך דיר מיין טרייער פריינד פריוואט אפגעבן א הארציגן מזל טוב מעומקא דליבא, דער אייבירשטער זאל דיר העלפן שטענדיג מיט הצלה ברוחניות ובגשמיות.
מזל טוב!!!
מזל טוב קרעמער! אריבער 3000 תגובות!!
איך בין איבערגענומען פון עמאציע זעהנדיג דעם אויסברוך פון גוטע וואונטשן פון גוטע פריינט געוואנדן אין מיין ריכטונג, ובפרט מיין איבערגעגעבענער ידיד דער ראש הקהל מר. יענטאאש ירום הודו (ביי תגובה #4,000 וועל איך אי"ה באשרייבן אונזער ערשטע טעלעפאן געשפרעך...).
איך האף אז איך האב מצליח געווען צו דערפרייען עטליכע אידן במשך די כמעט-יאר לאנגע תקופה וואס איך שרייב שוין דא אין קרעטשמע טאג איין טאג אויס (מיט געציילטע אפוועזנהייטן צוליב אויסערארדנטליכע סיבות).
און איך האף אי"ה זיך ווייטער צו דרייען דא צווישן די ווענט פונעם קרעטשמע ווילאנג די אומשטענדן וועלן ערלויבן.
אייער גוטער פריינט,
קרעמער
מאזעלטאוו, מאזעלטאוו, צו קרעמער צו די דריי-טויזנטסטע טעגיווע.
זעט זיך אויס אז דו האסט צען מאל מער צייט ווי זארעכ, ווייל זארעכ האלט אינגאנצן ביי די דריי הונדערטסטע...
גלייב מיר, העט איך געווען געהאט מער צייט, וואלט איך ווען אפגעשריבן אזאנס און אזעלעכס לכבוד די סעלעבריישן סערעמאני, פשוט ווייל איך בין פון די אמאליגע באזוכערס וואס געדענקען נאר דעם אלטן שענקער, בעת ער איז ארויפגעקומען אויף די ארענע. אנגעהויבן מיט די לאנגע ארטיקלען און אפהאנלונגען, וואס פלעגט לויפן טעגליך, און אזוי ווייטער מיט פאפולערע ק.נ.א. סטעישאן וואס האט אנגעהאלטן פאר א וויילע, וכו' וכו'.
נאר וואס דען? פארוואס טאקען נישט?
ווייל איך האב צען מאל ווייניגער צייט ווי אונזער חתן-קרעטשמער, וועלכער סעלעברייט דא דעם היינטיגן אווענט מיט זיין דריי טויזנטסטע טעגיווע, עד ביעס האגויעל.
מזל טוב לכבוד ידידינו היקר והנחמד ר' קרעמער
ער טוט דערקוויקען אונזערע דורשטיגע זעהלער טאג און נאכט, מיט זיין זעלטען רייכע פענע, מלא תוכן מלא הומאר מלא חן.
בלי שום תשלום גמול האט ער גענומען אויף זיך די אויפגאבע כי לו נאה ולו יאה
זאל אים השי"ת געבען אסאך פרנסה גרינגערהייט, ער זאלען קענען מהנה זיין אומגעשטערט.
מיט אלעם גיטען וואס ער ווינשט זיך אליין, בשיבה דשנים ורעננים.
מזל טוב מזל טוב
מא נוימער אומא נעדאבער
וועל איך טאקע נישט מער ווי אפגעבן א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטער שרייבער און געוועזענער ארענדער (און היינטיגער קרעטשמער) פארן מהנה זיין דעם עולם מיט די אינטערעסאנטע אינהאלטספולע שמייכעלדיגע און ערנסטע תוכנ'דיגע מאמרים, אין אלע צייטן זומער און ווינטער, און געזעהן אז אלעס זאל קלאפן און יעדער זאל זיך פיהלען באקוועם און אנגענעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט שטענדיג קענען משמח זיין אידישע קינדער און אין דער זעלבער צייט פרנסה בריוח געזונט און נחת.
ביי די וועי, איך וויל זייער שטארק הערן איבער דיין ערשטן געשפרעך מיטן ראש הקהל (מיט מיר וויל ער נישט רעדן, אפילו נישט אויף גאאגל), האב איך געקלערט איבער אן המצאה, אז איך זאל גיין ציילן אלע אנדערע ניקים וואס איך ווייס (אפשר אויך דיעזע וואס איך האלט) אז עס באלאנגט צו דיר, און עס דא ארויפלייגן, און אויב עס איז פיר טויזענט וועסטו מוזן ארויסגעבן די סודות.
שוין, איך וועל טראכטן דערוועגן, דער עיקר איז, אז דו זאלסט וויסן אז מיר אלע שעצן דא דיינע כוחות.
אין זכות פון מחי'ה זיין הונדערטער טעגליך וועלעכע קומען אריין אין א שווערע מינוט אין קרעטשמע אין כאפן א בליק אויף דיינע געשמאקע תגובות זאלסטו זוכה זיין מיט אלעם גוטן..
ראביי קרעמער
KEEP UP!!![בילד – נישט אפגעהיט]
איך שרייב דא נישט קיין סאך אבער ליינען ליין איך 3 מאל א טאג ערליך מקען זאגן אז דיין פענע אריינגעמישט ערליכקייט אין פיינקייט איז אומגלויבליך...
אין דעם זכות פון מהנה זיין יודן אויף א כשר'ן אופן זאלסטו זוכה זיין צו אלעס וואס די ברויכסט ..
הצלחה
איך וויל נישט זאגן צו דו ביסט מ.ב. צו נישט, ווייל איך וויל נישט
מצער זיין אנדערע אידן...
שפענציעל האב איך הנאה הנאה געהאט פון דיין לעצטע צוויי תגובות
עס האט באשטעטיגט וואס דו האסט
מיר געלייקענט אין אישי.
"געבענטשט זענען דו הענט
וואס טוען אליינס..." תוקן על ידי - שנאפס - 13/06/2006 8:36:01
תוקן על ידי - משנה_למלך - 13/06/2006 8:41:19
געבענטשט זאלסטו זיין!
מזל טוב, מזל טוב.
עלה והצלח,
איך שרייב אויך אין נאמען פון מיינע אנדערע ניק'ס
יישר כח פאר אלע ווארעם וואונטשער! אי"ה ביי אייך אויף (עכטע) שמחות.
שנאפס; לא זכיתי להבין עומק דבריך, נא להסביר (דא אדער אין אישית).
דער אייבישטער זאל העלפן אז איבער יאר זאלסטו האלטן ביי 9000
כדי נישט צו זיין המונע טוב מבעליו וועל איך מיך אויך לאזן הערן
דריי טויזענט איז א נאמבער א גרויסע ,
רוב דערפון ביי אונז און קרעטשמע לעבן א כוסה ,
יעדן פראבירט צו זיין מהנה ,
יעצט איז דו צייט צוריק צו צאלן פאר די כוחות דיינע ,
טאקע אלעס אן קיין שום באצאלט נאר יענעם צו דערפרייען ,
ווען מ'נעמט ארויס די פרוכט וואס מ'האט געטוהן אנזייען ,
יעדער גיט ארויס די געפילן און מ'טוהט זיך באדאנקען מיט פרייד ,
זעט מען אז עס איז ווערט געווען אויס צו געבן אביסל די צייט ,
על כן בעט מען טאקע פון א יעדן איינעם אן אוינאם ,
ניצן די כשרונות און ארויס ברענגען אינטרעסאנטע פוינטס ס'מוז נישט זיין און א גראם ,
טראץ די צייט ערלויבט נישט צו סאך אבער עטליסט זאל עס האבן א יודישן טעם .
מזל טוב און יישר כח קיפ איט אפ
יעדעס ווארט וואס איך וועל נאר צושרייבן צו דיר, איז גענצליך איבריג, געשמאק, אויפגעלעבט, נייעס, פירן מעסעדסזש פון איין ניק צום צווייטן, וכדו' וכדו' יכלה הזמן, קרעמער מזל טוב.
אין יעצט א ווארט צו אלע שרייבער'ס (קרעמער, געסט מיר רשות עס צו שרייבן אין דיין אשכול?...)
איך וויל איבערגעבן איין מעשה (צווישן אסאך) וואס איך האב געהאט מיט קרעמער, וממנו ילמדו. קרעמער זיי נישט ברוגז.
געווענדליך איך, און די אנדערע פיר יונגעלייט דא אין אפיס, ווען זיי קוקן הייד-פארק, צו ווען זיי רעדן אויף מעסענדזשער זענען זיי אזוי פארטוהן דערין, איך מיין מ'דארף עס ליידער נישט מסביר זיין.
איין טאג, איך שמועס מיט קרעמער, פלוצלינג שרייעט ער, אוי געוואלד, א קינד, איין מינוט, רחמנא לצלן, איך שטיי געשפאנט, דערשראקן, און ער שרייט, אוי כ'ווייס נישט, זיין מאמע איז דארט וכו' וכו'
גייט דורך פיר מינוט שרעק, און דער קרעמער איז מיר מסביר וואס איז געשעהן.
ווער ס'ווייסט ווייסט, אז קרעמער'ס טישל איז ביי די פענסטער, אינמיטן די שמועס מיט מיר זעהט ער ווי קעגן איבער, אויף די אנדערע זייט גאס לאנט זיך אן א קליין בעבי, אויפן האלב אויפגעמאכטן פענסטער אן קיין ראטשעס וכו', קרעמער האט געהאנדלט שנעל אין פלינג, געכאפט דעם טעל. ביכל, געגעבן א רוף מעלדן דעם שכן פון די מעשה, און ברוך השם די חברה הצלה האבן נישט געהאט דארט קיין יד.
איך וואלט עס נישט באמערקט!! וויאזוי ער יא? מסתמא ווייל סוף כל סוף הייסט ער "קרעמער".
מזל טוב מזל טוב,
זאל עס זיין מיט אסאך מזל, נאך אזא טאג האב איך נישט קיין כוח מאריך צו זיין.
עס ליגט מיר נאך זייער גיט אין זכרון ווי שיין און געטריי די האסט מיך א ווילד פרעמדע מענטש
ארויסגעהאלפן איך זאל קענען שרייבן יודיש .און ווי אזוי צי מאכן א ניק ,די גאנצע פראדוצור וואס האט מיר אויסגעקקיט צי זיין ווי א בארג און די האסט מיך מיט הללס געדילד מסביר געווען איינמאל און נאכאמאל וכ"ו
די ביסט באמת א מענטש מלא מעלות ספעציעל דיין שרייבן איז ממש א עקסטרע ברכה פון הימל ווי שיין די שרייבסט שטענדיק צי דערזאך ,די ביסט אינדערהיים אין יעדע ענין וואס מען זאל נאר אנרירען הן עניני דעלמא והן עניני דשמיא ,ועל כלם וואס מען דארף ארויסברענגען איז אז אזא איינער ווי די וואס שרייבט אזוי סאך און אפט מיין איך אז די האסט נאך קיינמאל נישט וויי געטין א צווייטען יוד מיט דיין שרייבן נאר אדרבה ציריק געהאלטן א צווייטן
פון צי שרייבן עפעס וואס מען דארף נישט , גלייב מיר איך וואלט באמת זיך געפרייט דיך צי באקענען פערזענליך
נב "דעס וואס מען הערט נישט פון מיר (כאילו איינער איז אינטערסירט) איז אז דאס שרייבן דורכן קיבארד קימט מיר אן זייער שווער אן אלטן בער לערנט מען נישט טאנצען ,דעס שטיקעל אליינס נעמט מיר שוין באלד א 20
מיניט בלי גוזמא אבער ליינען קען איך יא ב"ה בין איך מיך טאקע מחי" מיט דיינע שטיקלעך
צים ווידער זעהן ידידך
ממממממממזזזזזזזזזזזזזזזזזזזללללללללללללללללל
טטטטטטטטטטטטוווווווווווווווווווווווווווובבבבבבבבבבבבבבבבבבבב
ההההההההעעעעעעעעעעעעעערררררררררררררעעעעעעעבבבבבבבבב
קקקקקקקקררררררררעעעעעעעעממממממעעעעעעעערררררררר!!!!!!!!!
בבבבבבבבבבבייייייייייזזזזזזזזזזזזטטטטטטטטטט
מממממממממממממממייייייייייייייייייייייייררררררררררררר
מממממממממממממממממממממממששששששששששששש
ממממממממממממחחחחחחחחחחחחיייייייייייייייייייייי'''''''''
יייייייייייייייייעעעעעעעעעעעעעעדדדדדדדדדדדדןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןן
טטטטטטטטאאאאאאאאאאאאגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגג
אאאאאאאאייייייייייייייייןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןן
ייייייייייייייייייייייייעעעעעעעעעדדדדדדדדדדדדדדדדדעעעעעעעעעעעע
נננננננננננננננאאאאאאאאאאאאככככככככככטטטטטטטטטטטטטט
דדדדדדדדיייייייייי בבבבבבייייייייזזזזזזזטטטטטטטט
אאאאאא ממממלללללאאאךךךךךך פפפפפיייןןןן
ההההההיייייייימממממממממללללל אאאאאאיייייןןןןןןןןןן
אאאאאא ררררררררבבבבבבבבבבביייייי
פפפפפפפיייייןןןןןןןןןן חחחחססססססיייייייידדדדדדדדדםםםםםם!!!!
ווווואאאאלססססטטטטטט גגגעעעקקקקעעעעעננננננטטטט
זזזזזזייייייןןןןןןןן אאאאאאאאא גגגגררררוווויייייססססעעעעע
רבי
א שאד די ביזט נישט א רעביש קינד!!!!!!!!!
בענקל34;
וועלקאם בעק, איך האב שוין אסאך מאל געקלערט אויב דאס וואס איך האב דיר געהאלפן מיט א יאר צוריק איז נישט געווען בגדר למען לא ניגע לריק, ווייל מיר הערן פון דיר (אייך) זייער זעלטן. יעצט - מיט די תגובה - האט זיך עס מיר שוין אויסגעצאלט מיט פראצענט... (אגב, א דאנק קומט זיך אויך פאר בן-הרחמן וועלכער האט זיך דאן אנגעשטרענגט דיר ארויסצוהעלפן).
ווארצל;
מיט אזעלכע ווארצלעך ווער דארף נאך חסידים?
In our world 3000 hits will put you in to the hall of fame
נאך איין מזל אז איך בין נישט אין 'דיין וועלט', וואס וואלט איך געטאן אין די HALL OF FAME ארומגענומען מיט אזויפיל לעבעדיגע און פארשטארבענע שווארצע ספאנישע און ווייסע ערלים?
חן חן לכם.
..לשבעת הניקים של קרעמער.......