היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אוענס בלייבט ריכטער אויף די קעיס.

אוענס בלייבט ריכטער אויף די קעיס.

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1946576

ארגינעלער » 9/6/2006 20:31

דער אפעלאט ריכטער האט יעצט דערלאנגט א מעכטיגן שאס פאר די זאליס


זיי האבן געוואלט אז די אפעלאט זאל אפהאלטן אלע אראנדזש קאונטי ריכטער פון פירן דעם קעיס אין אראנדזש קאונטי איבער דעם נייעם בית המדרש.

דער ריכטער האט געזאגט ניין. עס קען יא בלייבן. און אוענס קען ווייטער פירן די קעיס.

ער האט אבער צוגעגעבן, אז די TRO זאל אראפגענומען ווערן, ביז ווילאנג די לאיער פון די אנקלעגער קענען אריינגעבן א געהעריגע מאושען נישט קיין EX PARTE...


די זאליס זענען גוט צישאסן

שורשנגח » 9/6/2006 20:41

פון די זאליס זענען געקומען אלע לאיערס. העק און פעק.


יעקב בערעלע
שלום דייטש
יוסף מרדכי כהנא

סקאט מאלען
לינדע בראון
דזשעק שערידען

זיי האבן איינגעלייגט וועלטן אז דער ריכטער זאל אפשטעלן די קעיס, און אורטיילן אז קיין שום ריכטער אין אראנדזש קאונטי קען עס נישט אויפנעמען.

פון די ארונים איז געקומען איין לאיער.
ריטשערד מעהען

און ער אליין האט זיך פארמאסטן מיט אלע זאליס לאיערס
און דער ריכטער האט געאורטיילט אז אוענס קען יא בלייבן דער ריכטער.

די TRO קען רואיג צוריקגעלייגט ווערן דורך ריכטער אוענס, אויב מ'וועט אריינגעגעבן א געהעריגע מאושען, נישט קיין איינזייטיגע עקס פארטי.



בא_ללמד » 9/6/2006 20:42

זיי עס בעסער מסביר.

זיי האבן געזאגט אז וויבאלד מ'האט זיי נישט מודיע געווען פון פאראויס זאל מען אראפנעמען די טי.אר.או. האט דער אפעלאט ריכטער געזאגט אז מ'זאל נאכאמאל צוזאמען צוריקגיין צו אוען צו באקומען די טי.אר.או.

חיי שעה איז אויך געלעבט...

געשמאק » 9/6/2006 20:44

ווער איז געווען דער ריכטער ?

volvi06 » 9/6/2006 20:45

SPOLZINO

שורשנגח » 9/6/2006 23:12

דא זעט מען דעם שאס וואס די זאליס האבן געכאפט.

ווען ריכטער ספאלזינא האט אפגעווארפן זייער פארלאנג אז קיינער פון אראנדזש קאונטי זאל נישט קענען אויסהערן די UTA קעיס.

דער ריכטער האט עס דראסטיש אפגעווארפן.


[בילד – נישט אפגעהיט]

הבדלה_מנין » 10/6/2006 02:49

א אינטערעסאטע זאך, פאר די קעיס האט מען געבעטן דא אין פורום אז מען זאל זאגן תהילים אז מען זאל נישט אראפנעמען דעם TRO (זעה לינק http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1945819 )

און דער Judge האט אראפגענומען אראפגענימען דעם TRO

אויף דעם lawsuit , וואס מען האט אריינגעגעבן נאר צו קענען בעטן א TRO פאר יום טוב אז מען זאל נישט קענען ניצען דעם נייעם שול פאר טישן האט דער Judge געגעבן 30 טעג אריינצוגעבן פאפירן.
א אפענער פלאפ פאר ענק!.

אבער וואס טוט מען דא וואס גייט מען פארקויפן פאר די מאסן אז זיי זאלן בלייבן העפּי?
זייער פשוט מען הייבט אן ספינען, מען מאכט פונעם עיקר א תפל און פונעם תפל אן עיקר

די פראסידשירעל ליגעל זאך, וואס מען בעט אסאך מאל אפילו מען ערווארט נישט דאס צו געווינען, טייטש מען אויס ווי א מעכטיגער געווינס און דער עיקר, אראפצונעמן דעם TRO וואס דאס האט מען פארלוירן, מאכט מען עס אוועק מיט א פאר תירוצים כאילו עס איז נישט געווען עפעס וויכטיג.

You keep spinning,
 as we keep winning!