היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היי טעק » פאלם אדער פאקעט פיסי?

פאלם אדער פאקעט פיסי?

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1945692

יאגעלע » 9/6/2006 00:02

שוין געלייגט אין אנדערע פורמס' אבער קעןזיין אז מען האט וואס מוסיף צו זיין, לייג איך עס אויך דא, דא איז עכט די פלאץ פאר דעם.

איך וויל מיר יעצט קויפן אזא סארט מאשינקעלע (פארוואס דען נישט?) און איך וויל וויסן אויב איינער האט עקספיריענסט דערמיט, צו וויסן וואס פון די צוויי זענען בעסער.

אויך אויב מען קען האבן קאנעקשען צו די נעט דורך דעם (זשעי נעט?..)

און די חילוק צווישן עס האבן צוזאמען מיט א סעל אדער עקסטערע.

און וועלכע זענען די בעסטע פון די הונדערטע מינים

האט איינער א PALM TX און ואס איז ענליך צו דעם אין די פאקעט פיסי?

קאמענטאטאר » 9/6/2006 02:57

איך ברענג דא אריין א צווייטע פארום איך וועל קודם פעיסטן מיין אלטע דרשה

אז איינער האט שוין געענטפערט קען איך שוין נישט בלייבן שטיל, דער חילוק צווישן א Palm און א Pocket PC איז ווי דער חילוק צווישן א בערזל און א סיגרעט לייטער וואס הצד השווה שבהן איז אז ביידע ליגן אין טאש, א Pocket PC איז א קליינע Version פון א געהעריגע Computer וואס ארבעט אויף Windows דאס הייסט אז אריינצוגיין צו פראגרעמס דארף מען גיין צו Start וכדו' עס איז אסאך בעסער און e-mail ווי די ענליכע דעווייסעס און די שנעלקייט ווענדט זיך וואס פאר א פראסעסאר עס האט און עס איז בעיקר נוצבאר פאר מענטשען וואס זענען כסדר אויפן Computer ווייל עס טרענספערט פיילס ווצב"ש ווארד און עקסעל אזוי ווי אויפן Desktop וואס די אנדערע קענען נישט ווייל מ'דארף האבן ווינדויס פאר דעם אבער אויב נישט דאס איז די סיבה פון קויפן דאן קען עס זיין א "פעין אין די נעק" נעמענדיג אין באטראכט אז רוב מענטשען האבן Palms און נישט Pocket PC's דעריבער וועסטו נישט קענען "ביעמען" צווישן דיינע חברים קיין שום פראגראמס ווייל די צוויי דעווייסעס פארשטייען זיך נישט ווי אויך א SD קארטל פון א Palm קען מען נישט לייענען און א Pocket PC און אזוי אויך פארקערט, א Pocket Pc מיט א גוטע Resolution איז צענדליגע מאל קלארער פון א פאלם סקרין ווי אויך איז דא פארשידענע Fonts, בקיצור א קליינע Computer און א פאלם איז זייער א נוצבארע ארטיקל צווישן מענטשען חברים און סתם אזוי "ביזי באדי'ס", און וועגן Net איז אזוי Jnet איז נאר שייך אויב עס גייט דורך א קאמפיוטער וואס האט Jnet אבער נישט דורך א Wireless Card אדער א פאון וואס דאן וויל איך שוין נישט רעדן

קאמענטאטאר » 9/6/2006 03:01

יאגעלע האט אויף דעם געענטפערט ווי פאלגענד

(קאמענטעטאר יעצט מיין איך האב שוין נישט וואס צו לייןג דארט אבער איך וועל עס דאך לייגן. איך האב געזען די פורם און סאיז זייער אינטערעסאנט.)

דו האלטסט מער פון א פאלם ווייל מען קען גרינג קאמיוניקעטען צווישן זיך אבער חוץ דעם איז א פאקעט פיסי בעסער?

דערווייל זעט אויס אז א PALM TX איז נישט שלעכט . קענסט זיך אויס מיט דעם?

קאמענטאטאר » 9/6/2006 03:32

יעצט וועלן מיר ממשיך זיין אן דארפען פאשען אויף פרעמדע פעלדער

יאגעלע
איך האלט נישט אז די מאטיווירענדע סיבה פון קויפן איינע פון די צוויי דארף זיין דאס קאמיוניקעטן צווישן מענטשן א פאלם איז זייער א איזי גאואינג מאשין, מען האקט אויף א אייקאן און עס עפענט זיך א Application, מען יאגט זיך גיט מען עס א לעש אויס אן קיין הקדמות, עס מאכט פראבלעמען מאכט מען Reset דריי מאל ווי לאנג ס'ווערט וואויל, עס איז כמעט נישט מצוי מען זאל מיט א שלעכטן קליק עס לייגן אין דער ערד,

להבדיל א Pocket PC גייט נישט אזוי, אויב א אומוויסענדער גייט אריין למשל און File Explorer און גיט א מעק אויס עפעס וואס קוקט אים נישט אויס וויכטיג האט ער גרויסע אויסזיכטן פאר אסאך קאפוויי און די קומעדיגע פאר טעג אינקלאדינג צו פארלירן אלע זיינע "וויכטיגע" טעלעפאון נומערן" און שוין באצאלטע דאונלאדעד פראגרעמס און ווי אויך אז איינער פרובירט צו מאכן חכמות און אריינלייגן און אויסמעקן יעדן צווייטען טאג אנדערע פראגראמס וועט דער מאשין אדער קראנק ווערן אדער גאר זיך אוועקלייגן אויף אייביג ח"ו און עס וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו ווי אויך נישט קיין Hard Reset דערבער דארפסטו וויסן וואס די ווילסט

עולם_2 » 9/6/2006 04:27

יאגעלע
palm tx איז איינע פון די בעסטע מאשינען וואס זיי האבן געמאכט עס האט א הערליכער סקרין און גענוג מעמארי  און בלאטוט און וויי פיי און עס קומט מיט אסאך פיטשערס  וואס אנדערע פאלמ'ס האבען נישט געהאט למשל מ'קען עס ניצען מיט עקטיוו סיענק און עס האט ווינדא'ס מידיא פלעיער און א אדאובי רידער פאר פאלם ועוד.. עס איז באמת גאנץ א גיט שטיקעל
יעצט פון פאקעט פיסי אויף די מדריגה איז דא
acer n50 פאר בערך 260$
hp  iPAQ  rx1950 פאר בערך299$ אבער עס האט נישט קיין בלאטוט
איך גענק נישט יעצט אויף די מינוט נאך אבער מ'קען קויפען גיטע געניצטע אויף פארשידנע פלעצער פאר גיטע פרייזען ....
יעצט א סאפט ריסעט מיינט אזוי ווי boot אדער ריסטארט אויף א געהעריגע קאמפיאטער און מ'טוט דאס דארוך אריין דריקן א געוויסע באטטען און א הארד ריסעט מיינט אז מ'מעקט אויס די מעשיען אינגאנצען און עס פאנגט זיך צירוק אן ווי ווען מ'האט עס געקויפט נאר מיט די מיט געקימענע פראגרעמ'ס .
נאך איין זאך לענ"ד אויב ווילסטו עס פאר ביזנעס  און טאג טעגליכען לעבען און פאר געימ'ס אדער מאלטי מידיא בכלל .. איז א פאקט פיסי געווענליך בעסער..
אויב אבער דארפסט עס נאר פאר א גיטע ארגענייזער דעמאלט איז בעסער א פאלם וועגען עס אי ז מער יאזער פרענדלי..
אויב די קענסט אביסעל מער שרייבען פארוואס דו ווילסט עס ניצען האף איך דיר צו קענען געבען מער פרטים אויף געוויסע מאשינען ועוד..
די בעסטע איז ווען די האסט ווען א מעגליכקייט אויסצוטרייען ביידע מינים..
יעצט צוויי נאוט'ס..
פון עקספיריענס די פאקעט פיסי איז טאקע נישט אזוי גערינג ווי קאמענטאטער שרייבט אבער עס האט מיר נישט גענומען מאר ווי אפאר וואכען זיך אויס צו קענען מיט עס נאכען ניצען פאלם פאר יארען ( יעצט ניץ איך ביידע אבער מער מיין פאקעט פיסי)
נאך אזאך ווען מ'קויפט דאס ערשטע מאל א pda ווייסט מען נישט וואס מ'קען אלץ טוען\נישט טוען דערמיט אבער מיט די צייט זעעט מען אז מ'קען אלץ ניצען מיט אביסעל מער מעמארי אדער א שנעלערע פראסעססאר וכדומה .....
עס זענען היינט דא צו באקימען אזויפיל ערליי מאשינען וואס יעדע איינע איז שטארק אין א אנדערע זאך במילא שרייב אביסעל מער פרטים וואס דו ווילסט קענען טוען דערמיט... 

קאמענטאטאר » 9/6/2006 04:56

נאט נייס פון מיין Dell Axim האסטו בכלל נישט גערעדט, איך האלט עס איז א אויסערגעווענליכ'ס

עולם_2 » 9/6/2006 05:14

קאמענטאטאר ווען איך האב געשריבען אבער מ'קען קויפען גיטע געניצטע אויף פארשידנע פלעצער פאר גיטע פרייזען .... האב איך אינזין געהאט דעלל'ס ליין אוו פראדעקט'ס אבער היות עס זענען דא נאך האב איך עס נישט ארויס געשריבען.

קאמענטאטאר » 9/6/2006 17:48

מחול לך

יאגעלע » 9/6/2006 19:02

מסתם איז טאקע דא די בעסטע פלאץ צו רעדן פון דעם (מדארף נאר אריבערופן אלע פון די אנדערע פלעצער)

איך וועל עס מאכן קורצער די ליסט פארוואס איך דארף עס.

איך פאר אסאך ארום צו קאסטעמערס און איך שרייב נאוטס וואס זיי דארפן און וואס זיי האבן קאמענטס אויף פארשידענע זאכן, און ביז יעצט שרייב איך עס אראפ און איך וויל מיר גרינגער מאכן און האבן יעדע קאסטעמער און נאוטס דערנעבן.

מסתם איז סיי פאלם און סיי פאקעט פיסי די זעלבע ביי דעם.

אז איך האב שוין אזא זאך פארוואס זאל איך נישט האבן א דבר השלם?

די וויי פיי געפעלט מיר אז איך וועל קענען טשעקן מיין אימעיל און בראזען די וועב ווען איך בין ערגעץ אין די מרחקים (אויפן פאן וואלט געועון די בעסטע אבער דאס וויל איך נישט דערוייל,פאר פארשידענע סיבות... ) וויל איך וויסן ווי שנעל עס גייט אויף דעם און אויב איז דא עפעס וואס מען דארף קוקן ווי למשל די פראסעסער וואס זאל עס מאכן שנעלער א.ד.ג.

בכלל ווי שנעל גייט די נעט דערויף, אזוי שנעל ווי א קאמפיוטער מיט וויי פיי?

איך וויל קענען דאונלאדען זאכן פון די נעט און עס שפעטער לייענען, אויך שרייבן וויל איך אויף ביידע שפראכן , אידיש און ענגליש (אפשר וועל איך דורך דעם שרייבן מער דא אויפן היידפארק... ווייל אסאך מאל קען מען ווארטן ביי קאסטומערס און סדא צייט)

אויך אויב מען קען דאונלאדן ווידיא קליפס פון גוגעל למשל. מסתם דארף מען האבן אסאך מעמארי דערצו אבער אפשר קען מען האבן א קארטל צוצולייגן.

מדי דברו אפשר איז אויך גוט א GPS



עולם_2 » 13/6/2006 05:55

יאגעלע אז דו זיכסט א דבר השלום וועסטו מיזען ווארטען נאך אביסעל עס גייט ארויס קומען א מאשין פון hp די ערשטע אזא אויפען מארקעט עס גייט זיין די HP iPAQ hw6900 עס גייט זיין א פואן במילא גייט עס האבען gprs און edge קעיפעבאל און עס גייט האבען בלאטוט און וויי פיי און אויך א gps רעסיווער און א קעמרע (ווענט זיך וועלעכע ווערזשען)אבער עס גייט לויפען און די פרייז געגענט פון זעקס ביז ניין הונדערט דאללער פלאס סערוויס..... יעצט וועגען gps אפי' מ'האט א מאשין וואס האט נישט קיין gps קען מען דאס אלץ צוקויפען פאר אפאר הונדערט דאללער פאר שרייבען נאוטס זענען בדרך כלל טאקע ביידע גוט אבער פאקעט פיסי האט מיט איין זאך מער אז די קענסט צולייגען צו א נאוט א וואויס נאוט ביי פאלם לויט ווי איך וויס איז עס אביסעל אנדערש דהיינו דו דארפסט עפענען וואויס און דארט קען מען אביסעל שרייבען יעצט למשל אז דו ווילסט צולייגען א נאוט ביי א קאסטעמער און די האסט נישט קיין צייט (אדער פארוואס אימער) צו שרייבען איז ביי א פאקעט פיסי קענסטו צו די קאנטעקט צו לייגען א וואויס נאוט...(אגב אויב איינער ווייסט צו ביי די היינטיגע פאלם'ס קען מען עס אויך טיען זאל ער ביטע מודע זיין איך האב עס נישט געקענט מאכן אויף מיין טאנגסען t3) יעצט וועגען אינטערנעט איז אזוי מ'קען האבען אינטערנעט אויף ביידע דארוך דריי וועגען 1) אז מ'האט א סמארט פאון אדער א pda/phone וואס דעמאלט קען מען האבען אינטערנעט אויף די מאשין אליינעס דארוך די סערוויס וואס מ'האט פון די פאון קא. gprs אדער 1x וכו' די מעלה דערפון איז אז מ'דארף נישט זיין לעבען א וויי פיי אדער בלאטוט קאנעקשען נאר וואו אימער דיין פאון כאפט קענסטו ארויף גיןן אויף די וועב.. די חיסרון דערפון איז ביי א סמארט פאון אז עס איז זייער א קליינע סקרין און עס איז נישט קיין טאטש סקרין ועוד און ביי א pda/phone איז דער חיסרון אז עס איז אגרויסע מאשין און עס איז אביסעל שווער דאס צו האלטען צום אויער ווען מ'רעדט דערויף ( אבער איך זעע אז אסאך מענטשען טיען דאס מיט די treo.. 2) איז דארוך בלאטוט דהיינו אז דיין פאון האט בלאטוט און דיין מאשין האט בלאטוט או די האסט אויף דיין פאון א דעטע פלען קען מען מאכען א קאנעקשען פון די פאון צו די מאשין און ניצען די סערוויס פון די פאון (איך מיין אז מיט ווערייזען קען מען נישט) 3) איז דארוך וויי פיי דהיינו אז דו ביסט אויף א פלאץ ווי עס איז דא א וויי פיי סיגנעל און דיין מאשין האט וויי פיי קען מען (חוץ אויב עס פארלאנגט זיך א פעסווארד) זיך קאנעקטען צום סיגנעל און דאס איז די שנעלסטע אבער דאס איז נאר אויב דו טרעפסט א אפענע סיגנעל בדרך כלל איז דא ווייפיי און אלע גרויסע אפיסעס אבער עס איז געלאקט און פארלאנגט א פעסווארד חוץ האטעל'ס עירפארט'ס וכד'... אידיש קען מען האבען אויף ביידע, שרייבען אויף די אינטערנעט איז אזוי ביי פאלם געדענק איך נישט אזוי גיט במילא אויב איינער קען ארויס העלפען און שרייבען צו מ'קען שרייבען למשל אויף הייד פארק דארוך א פאלם ויישר כח למפרע, אויף פאקעט פיסי איז אזוי איך נוץ דערווייל איינס מיט ווינדאס מאביל 2003 סעקענד עדישען און איך קען טאקע אריין גיין כמעט איבעראל אבער לגבי שרייבען מאכט זיך ביי געוויסע וועבסייטס א פראבלעם (למשל אויף הייד פארק קען איך נישט שרייבען) איך האב געהאט גערעדט צו די קאמפאניס זאגען זיי אז געוויסע וועבסייטס נעמען נישט אן קיין דעטע פון ווינדאס מאביל 2003 סעקענד עדישען אבער אויף די נייע ווינדאס מאביל 2005 ארבעט אלעס איך האב נאך נישט געהאט די מעגליכקיייט דאס אויס צוטרייען במילא איך קען דא אויך ניצען העלפ פון איינעם וואס ווייסט.. עס זענען גראדע דא פארשידענע וועב בראזערס וואס מ'קען דאונלאדען וואס דארפען זיין בעסער ווי מאביל אינטערטננעט עקספלארער אבער ביי מיר ארבעטן זיי עפעס נישט געהעריג... מ'קען ביי ביידע דאונלאדען זאכען פון די וועב אבער ביי ביידע קען מען נישט דאונלאדען קיין קליפס פון גוגעל ווידיא ווייל גוגעל ניצט א ספעציעלע ווידיא פלעיער וואס איך נאך נישט געזען מאביל אבער סתם קליפ'ס (נישט פון גוגעל ווידיא) קען מען יא.. צום שלוס אויב ווילסטו גיין דארוך pda/phone ווענט זיך עס אין דיין קערריערר (ווערזען אדער ספרינט וכו') ווילל א יעדער האט עפעס אנדערש.. אויב ווילסטו גיין ענדערש נאר מיט א pda מיין איך אז ענדערש א פאקעט פיסי ס'נעמט טאקע לענגער זיך אניגאנצען אויס צו קענען דערמיט אבער איך מיין אז וועסט עס מער אינדזשאוען ... אדרבה אז איינער האט עפעס צו צולייגען כל הכבוד ביטע נעם נישט אן נאר מיין מיינוג נאר טריי אויס ביידע......... אז די האסט נאך ספיקות אדער פאר סיי וואספארא העלפ אדרבה פרעג...

שנאפס » 13/6/2006 11:11

מ'קען שרייבן מיט א פאלם אויף היידפארק. והא ראיה א דיליינסט יעצט די ווערטער

עולם_2 » 14/6/2006 06:58

יישר כח שנאפס פאר די אינפארמעישען אגב וועלעכע browser ניצטסטו וועב פראו אדער בלעזער אדער א אנדערע

שנאפס » 14/6/2006 18:36

איך נוץ פייערפוקס, אויף מיין פאלם האב איך בלעיזער און נעטסקעיפ. איך האב גענוצט בלעיזער צו שרייבן אויף היידפארק.

יאגעלע » 14/6/2006 18:54


שנאפס, דו האסט א פאלם פאן אדער א PDA?

דערוויל האב איך געטראכט אויב מיט א פאלם גיי איך מיט א TX דא האב איך די פרייזן

http://www.bizrate.com/pda_handheldcomputers/pid358007345/compareprices__nwylf--__sort--__userzip--11211__zip_go--Calculate.html

איך האב ליב J&R אבער זיי קענען נישט ביטען די פרייז. אפשר לוינט זיך יא צו גיין ביי א סטאר וואס איך קען אנקומען ביי עני פראבלעם?

וואס איז עקוויוועלענט צו PALM TX ביי פאקעט פיסי? מיט די פרייז און אייטעם?

עולם_2 » 15/6/2006 03:37

שנאפס יישר כח יאגעלע איקוועלענט צו א פאלם tx וואלט איך געזאגט אז די axim x50v אדער axim x51v זענען פאנטאסטישע מאשינדעלעך ( כ'גלויב קאמענטאטער וועט עגריען דערצו) דא האסטו א לינק צו זעען פרייזען און אינפא. http://www.pricegrabber.com/search_attrib.php/page_id=12 אז די זעעסט דארט עפעס וואס געפעלט דיר און ווילסט וויסען מער אינפא. שעם זיך נישט צו פרעגען. אגב פאר מ'קויפט דארט עפעס דארף מען גוט קיקען אויף קאסטומער ריוויאס אויף די ספאסיפיק סטאר,

קאמענטאטאר » 15/6/2006 05:24

Agreed
איך האב נישט געטראפן דערווייל קיין איינס וואס זאל קומען אפילו נאנט און פארמעסט דערמיט, נישט און פראסעסאר שנעלקייט וואס די שנעלסטע ביי HP איז 416 מעגא הוירץ און מיין Axim איז 624, נישט און Resolution וואס די נייע HP איז דוכט זיך 260 ביי 260 אדער עפעס ענליך און די Axim X51v איז 640 ביי 480, ווי אויך גייט אריין אויף אמאל אין די Axim סיי א SD Card און סיי א CF Card און איך מיין אז די 51v נעמט אויך א MS און רוב אנדערע Brands גייט געווענליך נאר א SD, (עס קומט בעיקר צונוץ פאר Digitel Camera Card וואס מ'קען גראד אריינלייגן אינעם סלאט און איבערקוקן, אימעיל'ן, אויב דאונלאד'ט מען Resco Photo Wiewer קען מען אויך שיקן דורך IR און Bluetooth) בקיצור ווען איך האב געסוירטשט פאר א דבר השלם (אן א פאון) האב איך נישט געטראפן א מעלה ביי א צווייטע וואס די Axim זאל עס נישט האבן און ווי אויך פארקערט. 

שנאפס » 15/6/2006 19:11

יאגעלע; איך האב א TX קויף נאר ביי א סטאר וואס דו טראסט, פאלם'ס קאסטומער סערוויס זייגט אין די מאסן

יאגעלע » 15/6/2006 23:21

איך האב שין כמעט געארדערט די TX אבער נאך ווייזן די AXIM האב איך געזען אז עס זעט אויס סאך בעסערע מאשין אויבן אויף. די פרייז איז טאקע אביסל מער, אבער סהאט אסאך מער זאכן .

(די axim x50v  האב איך עפעס ניש געטראפן. )

איך האב אביסל געלייענט די רעוויוס און זייער אסאך שרייבן וועגן א GPS . מען קען עס בעסער צולייגן צו דעם ווי צו א TX?

עפעס רעדט מען אויך אז עס האט זייער אסאך BUGS איך ווייס נישט פונטליך וואס סמיינט אבער אויס מיינט עס אז סמאכט מער פראבלעמס ווי די TX דארף איך שוין מער טראכטן.

איך קוק אביסל ארום זע איך אויך רעדן וועגן PALM LIFE DRIVEאפשר טאקע א גרויסע קלאץ אבער וויפיל מער איז עס לאמיר זאגן פון די TX?

וועלכע פון די צווייי קען מען למשל שרייבן בעסער און לייענען אידיש אויף די אינטערנעט?

וואס מיינט עטץ, איך וועל צום סוף ארויסקריכן מיט עפעס?

וועל מיר זען וואס קאמאנטאטאר פון עקזים, און שנאפס פון פאלם וועלן אפמאכן...

טענקס לאודס תוקן על ידי - יאגעלע - 15/06/2006 23:30:09

שנאפס » 16/6/2006 00:23

שטיי אוועק פון דעם לייף דרייוו, עס האט צופיל פראבלעמן. 1) עס ארבייט שטייט. א סאפט ריסעט נעמט צוווישען א מינוט און צוויי, א הארד ריסעט נעמט אפ טו דרייסיג מינוט. 2) די גאנצע איידיע פארוואס די צאלסט מער פאר די לייף דרייוו איז צוליב די עקסטערע פלעש מעמארי וואס דאס האט. צוקויפן SD קארטלעך איז ביליגער, גרינגער, און זיכערער. 3) בעטארי לייף איז קורצער אויף די לייף דרייוו ווייל די פראסעסאר איז אווערקלאַגט, אומנויטיגט.

קאמענטאטאר » 16/6/2006 01:55

וועגן Bugs ווייס איך נישט און וועגן GPS איז אזוי: פאר די X50v וואס דאס האב איך, קען מען צוקויפן א עקסטערע קליינע GPS Receiver וואס מ'פלאגט עס איין פון אונטען דארט ווי מ'קאנעקט עס צום קרעידל, אבער די X51v האט שוין א Built In GPS Receiver

יאגעלע » 26/6/2006 23:47

וואס הייסט בילט אין רעסיווער?

אז מען דארף גארנישט צוקויפן צו האבן א GPS? עס קומט שוין אויף דעם?

מיר האט נישט אויסגעזען אזוי

דערווייל האלט איך דא

איך האב געזען א גוטע רעויו

http://www.pocketnow.com/index.php?a=portal_detail&t=reviews&id=697

דא איז איין עקסים

http://www.saveateagle.com/221-9720-v33.html

דאס איז די טאפ מאדעל און אויך זייער א גוטע פרייז 358 . ווער ווייסט אויב מען קען זיך פארלאזן אויף זיי. זענען זיי אגוטע קאמפאני?

http://www.saveateagle.com/aximx51624sapp-v000.html?ovchn=PGR

ביי דעל אליין קאסט עס נישט קיין סאך מער. בעטן בערך 375

http://search.dell.com/results.aspx?s=gen&c=us&l=en&cs=&cat=prod&k=axim+x51v

איינער ווייסט די חילוק פון איינס ביז די אנדערע? האום אדער ביזנעס? און די צען מיני?

איז א מעלה צו קויפן ביי זיי אליינס?

PALM TX

קען איך באקומען ביי J&R פאר 269 ביז מיר אינדערהיים, די ביליגסטע פון אלע פלעצער אויף די נעט.

אבער איך האב נישט קיין 30 טעג רעטורן פאליסי.

עולם 2/קאמענטאטאר/שנאפס ווער נאך קען העלפן?

יאגעלע » 30/6/2006 00:52

אינטערעסאנט זיי באשרייבן די חילוק צווישן פאלם און פיסי
 
http://palmtops.about.com/cs/pdafacts/a/Palm_Pocket_PC.htm
 
ווי אזוי צו קויפן די ערשטע PDA
 
http://palmtops.about.com/cs/palmtutorials/ht/How_Buy_PDA.htm
 

סך הכל לייענט דא וואס שטייט

http://www.consumersearch.com/www/computers/pda-reviews/index.html

דאס שרייבט ער נאך די עקזים X51V

but if you need an organizer more than an entertainment device, one of the Palm PDAs in our Fast Answers chart might be a better choice.

וואס מיינט עס?

עולם_2 » 30/6/2006 03:51

יאגעלע
דאס מיינט ווי כ''מיין אז כ''האב פריער געשריבען אז היות א פאלם איז גרינגער זיך צודערלערנען און אנצוקומען צו א פראגרעם איז אזוי גרינג ווי צו דריקען אויף א סימבאל במילא אויב דארף מען עס נאר פאר פונקציעס ווי אדרעס בוך, נאוטס, וכדומה דאן איז דער פאלם געמאכט פאר דיר.
אויב אבער וויל מען אז עס זאל זיין מער א קעפעבול מאשין מיט אנדערע זאכען ווי געים''ס קליפ''ס און אינטערטעמענט בכלל דאן איז בעסער א פאקעט פיסי.
גראדע איז מיר אינטערעסטאנט פארוואס פונקט יענער שרייבט עס דארט נאכן שרייבען אז דער tx  קען אלעס טוהן פונקט ווי דער דעלל חוץ מעמארי און פול מאשען ווידיא (וואס כ''גלייב אז עס איז שווער צו זעהן דער חילוק),,,?

יאגעלע » 9/7/2006 04:56

שוין ווייטער בין איך דא מיט מיינע שאלות.

איך וויל נאר פרעגן אפאר זאכן וואס איז מיר שווער געווארן ווען כהאב געלייענט די רעוויוס

די שאלה אי ז ביי ביידע אבער בעיקר ביי די פאלם

קען מען סעיווען א פעיזש? למשל איך בין ביי א וויי פיי האטספאט און איך לייען עפעס און וויל אוועקגיין קען איך סעיווען די פעיזש איך זאל עס קענען ליענען שפעטער אויכעט?

ביי א פאלם איז נישטא מאלטי טעסקינג, ווי ארבעט עס ווען איך וויל קליקען צו  אלינק און סעפענט זיך, ווי גיי איך צוריק צו די אלטע פעיזש?


אויך ווי ארבעט למשל ווען איך וויל מאכן דא א תגובה אדער איך וויל שיקן פאר איינעם א אימעיל מיט א פאר לינקס אדעק קאפיען א פאר שורות פון אפאר פלעצער , למשל קען מען זען ווי איך האב אויבן געמאכט אין א תגובה איך האב געפענט א פאר ווינדאוס און געקאפיט און געפעסט און עס ארויפגעלייגט, ווי אזוי מאכט מען עס ביי א פאלם?

שנאפס » 12/7/2006 08:29

Yes you can save pages, just tap the menu button then tap save. It's always a good idea to look around for tips in any program, you might find some very usefull tips; yet it will give you a better general look on the palm os.

To go back to a previous page tap the back arrow

you can copy any url and paste it in memos

תוקן על ידי - שנאפס - 12/07/2006 8:31:25