צוליב אסאך פארלאנגען אין תיבה אישית איז געטוישט געווארן דער קעפל
גל_עיני:
קרית יואל רבי פייט מיט באבוב |
מר גל עיני
מיר אינטערעסירט קנאפ באבוב
אבער לאמיר דיר דערציילן עטליכע פאקטן בנוגע סאטמאר
סאטמארע רבי ווערט מען נישט אויב באבוב א אדער באבוב ב' איז מסכים, סאטמארע רבי ווערט מען
ווען רובא דרובא סאטמארע חסידים זענען זיך מכניע און נעמען אויף א רבי
דער בלאט איז א סאטמארע צייטונג אמת און וואר, אבער דער בלאט ווערט נישט אנגעפירט,
דירעקטירט, מוגה דורך סאטמארע רבי
יעצט "מיין פערזענליכע שטעלונג" בנוגע 'דיין רבי' מיט 'מיין פאליטיק' איז אזוי
ר' אהרן וועלץ האט פארדינגן/פארבארגט בנינים וועט רמ"ד באבוב האט עס געדארפט, און רמ"ד באבוב
האט פארדינגן/געבארגט בנינים פאר ר' אהרן וועלץ שונאים ווען זיי האבן געדארפט
ווייטער, איך בין נישט ר' אלימלך דייטש'ס ווארטזאגער, נישט ר' שמואל ווידער'ס ווארטזאגער,
אבער איך פריוואט האב הנאה אז דו און אפשר נאך רמ"ד באבבו מענטשן פארשטייען אז די וועלט איז א
"טו וועי" סטריט,
א רבי ווערט מען נישט פון טיטלן און בילדער אין א צייטונג און אוודאי אז מען ווערט נישט אויס
רבי פון נישט בילידער און טיטלן אין א צייטונג
נאר וואס דען, מען דארף וויסן אז ווען מען גיבט כאפט מען צוריק
Mench:
מר. גל עיני
מאך דיך נישט טאמעוואטע
די ווייסט גאנץ גיט אז עס האט גאר נישט מיט די גאנצע קהילה
עס איז א צייטינג פון א פריוואטע מענטש מיילעך דייטש, און קיינער פון די קהלה שטיצט אים נישט מיט דעם, יעדער האלט אז ער טוט א עוולה נוראה, נאר ער מיט זיין גרויסען שכל האט באשלאסן נישט צו דעקן קארטשין
סא האב נישט טענות קעגען גאנץ סאטמאר נאר קעגען איין מענטש
yosefelye:
גל עיני,
אז דיין רבי, רבי מרדכי דוד מעג טשעפען מיט סאטמאר מיט זיין בנין,
פארוואס טאר נישט דער סאטמארער רבי שליט"א טשעפען מיט ענק מיט זיין צייטונג?
גל עיני, מיך אינטרעסירט די באבעווער מחלוקה ווי דער פאריעריגער שניי,
נאר אויב טראכסטי צו פארדינען מיט שרייבן אויף אונזער רבי אויף אזאך
וואס ער האט לגמרי נישט קיין שייכות, דאן, PLEASE MAKE MY DAY,
אויב פארלירט דיין רבי די מערכה אין באבעוו, איז א גרויס חלק צו פארדאנקן
דיין טפשות דא אויפן נעט, NOTHING PERSONAL
Mench:
ברענג נייעס צופעליג ביזטו נישט גערעכט
באבוב האט א גוטע טענה, און זייער א ערנסטע טענה
וואס עפעס זאל זיך סאטמאר אריין מישן אין א מחלוקה פון א פרעמדע קהלה?
עס איז ממש א חוצפה
פארוואס עפעס זאל דער בלאט אפמאכן ווער עס איז באבוב, ווען עס איז א ערנסטע מחלוקה, עניטיים נאך אזוי ערענסט ווי אין סאטמאר?
נאך דערצו ווען באבוב (48) האט ערנסטע און גערעכטע טענות קעגן באבוב (45) און אנדערש ווי דא (מיט זאלי) האט ר' מרדכי דוד די פולע רעכט צו זיין באבובער רבי, סא וואס האט דער בלאט אריין צו רעדען?
פאר דעם אליין, פאר די חוצפה, זענען ר' מרדכי דוד'ס מענטשן גארנישט שולדיג פאר סאטמאר
די ווייסט גאנץ גוט אז קאווערידזש אין א צייטונג איז מער וויכטיג אמאל ווי א בילדינג, ווייל ווען נישט וואלטן די ארונים נישט געעפנט א צייטונג
נאר וואס דען, דאס וואס איך שרייב אין פריערדיגען אשכול, דער בלאט איז נישט סאטמארס צייטונג, לערנטס ענק אויס
עס איז מיילעך דייטשעס צייטונג און ער וועט נישט אפמאכן ווער עס איז באבוב, און א ראי' האסטו, אז דער רבי שליט"א איז געגאנגען צו די גרויסע באבובער חתונה (פון רמ"ד, עטליכע חדשים צוריק), מיט א שטריימל, און איז געווען דארט דער ערשטער רבי
ווייל נישט מיילעך דייטש וועט אפמאכן וואס סאטמאר האלט, און לויט מיין אינפארמאציע, איז עס זיין אייגענע מיינונג, קיינער אין בלאט שטיצט אים נישט, אויסער, אפשר דער .... יאסי בראך וועלכער חנפ'ט זיך צו בענבארבער
נאר פאר גל עני, וואס ווייסט די אלע זאכן און מאכט זיך דא טעמעוואטע, זאג איך, אז פארפאלן, ער דארף נישט ווערן דערשראקן ווען דער בלאט טוט עפעס, ווייל עס איז נאר מיילעך דייטש וואס האט אפגעמאכט דערווייל נישט צי קאווערען געהעריג קארטשין
בא_ללמד:
מיין מיינונג איז אז דער בלאט איז א פריוואטער אייגנטום פון א יחיד, און איז נישט דער
סאטמארער רבי.
אבער גל עיני, פארוואס האסטו פארשטאנען - און איך האב עס אויך פארשטאנען - אז פאר געלט מעג
רמ"ד פארדינגען א בילדינג פאר די זאליס, טראץ וואס עס איז א מעסער אין רוקן פאר סאטמאר, אבער
געלט איז פאר אלעם.
און פארוואס פארשטייסטו נישט אז אלימלך דייטש מעג פאר אפאר דאלער פארדינגען זיין צייטונג פאר
רב"צ ?
אדרבא, נעמט אביסל פון וואס איר באקומט פון די זאליס און געט עס פאר אלימלך דייטש, וועט זיך
די גאנצע סיטואציע טוישן...
גל_עיני:
אונז האבען געבעטען מלך דייטש פון דעם בלאט אז ער זאל אונז נישט דעקען ווי לאנג ער קעהן נישט ארופ שלינגען אז אונז זענען באבוב, ווען ער איז שטיל וואלט איר נישט געהרט פון מיר, להיפך איך וואלט הנאה געהאט אלעס באבובער חסיד צו זיין נוטראל,
אבער דער בלאט האט זעך נישט גיקענט איינהלטען און געלעפן צו הייד פארק און גלייקט PIC צו טשפענען באבוב, ממילא אלעס באבובער חסיד איז אייער רבי געוערן ביי ניר
"האדמור" ר' אהרן מקרית יואל בן בעל הברך משה מסאטמער שליט"א"
פאר דער וואס זאגאט אז דער בלאט אז א יחיד דריי מיר נישט קיין קאפ, און אויב יא דען גיי גיב מלך דייטש פעטש ער זאל סטאפען צו אריין דרייען סאטמער און פאלטיק וואס באלנקט נישט צו איהם,
נאך מער, דער בלאט איז פונקט אזוי פרעואטע מלך דייטש'ס אזוי ווי די איד איז פרעוואטע משה פרידמאן'ס און אויב דער איד'ס קהילה האט מסביר געווען פאר משה אז ער מישט זיך און א פאלטיק וואס באלענקט נישט צו איהם, דארף דער בלאט קהילה מסביר זיין פאר מלך דייטש און בראך אויך
אונזער קהילה האט פארדינכען די בילדינג פאר טאפ דאלארס מיר האבען דאס נישט געגבען פאר FREE צו סעפורטען א זייט, מער פאר מיר האבען דאס געטוען האט די 53 קהילה אונז געזעגט אז זיי סעפורטען דאס פאר זייערא ריזענס,
בא_ללמד:
אין איין ווארט, מ'מעג טשעפען א פרעמדע קהילה פאר געלט אדער נישט ?
נישט קיין משלים, נישט קיין פשעטלעך. יא, אדער ניין.
גל_עיני:
ניין
גל_עיני:
איין שאלה יעדער שרייבט דא אז מלך דייטש איז איחיד ווען קרית יואל חסידים ווילען שטארק אפעס קענען זיי אים סטאפען, איך האלט אז יא,
און אז זיי סטאפען אהים נישט וואס זאל איך טראכטע?ן אז זיי ווילען א פייט
Kj_village:
הערטס אויס אויף מיט ענקער דיפלעמאטישע שפראך
גל עיני,
מיר האבן גאנץ קנאפ אינטערעסע צי הערן צי די ריפסט אן אונזער רבי אדמו"ר מסאטמער צי נישט
בכלל קיקסטע אויס צי זיין זייער א אנגעווייטיגטער מענטש {סארי....}
אדמו"ר ווערט מען ווען די חסידים טיען עס
נישט ווען די צייטונגען טיען עס
פארשטאנען???????????
בא_ללמד:
איך האלט נאך אלץ אז אלימלך דייטש איז א יחיד (פאר אינטערעסאנטקייט, שמואל ווידער איז יא נוטה
צו רמ"ד וועגן געוויסע סיבות). אבער דא איז גאר א צווייטע שאלה.
אויב דו האלטסט אז מ'טאר נישט טשעפען א צווייטע קהילה פאר געלט, פארוואס האבן ענק פארדינגען
דעם זאל פאר די זאליס ?
Kj_village:
פאקטן
1}קהל רמ"ד האט געבעטן לכתחלה קיינער זאל זיי נישט דעקן אין די צייטונגען
מילא וואס ווילסטע יעצט???
2}רב"צ האט 55-60 פראצענט פינעם עולם,
עס מאכט מער סענעס אים צי ריפן אדמו"ר שליט"א ביז די פסק קימט ארויס
3}אונז חסידי סאטמער האבן שוין לאנג געשלאגן כפרות מיט די אלע רביליך
וואס זיכן אריין צי שטיפען זייער נאז ווי אימער זיי קענענן נאר, אומגעפרעגט
מיר האבן שוין געניג געליטען פין זיי ביז היינט
מיר דארפן נישט קיינעמ'ס ארקענוג, מיר זענענן געניג גרויס
אין מיר ווייסן אז מיר האבן א רבין, אן דעם וואס עפעס א רבי'לע אדער אפאר פרעמעדע מענטשן זאלן עס ארקענענן
ברענגנייעס:
גל עיני
דו מישט 10 פאקטן
נומער איינס, זאגסטו אז 53 האט מסכים געווען איר זאלט פארדינגן די בילידינג פאר די זאליס,
וואס איך פערזענליך האלט זיכער אזוי, זאל זיי זיך גיין נישט קיין חילוק וואו
אויב דאס איז אמת, זיער מעגליך זייער מסתבר אז יא, איז מיין טענה נישטא מער
נומער צוויי, א ויב האלטטו אז פאר געלט טאר מען נישט טשעפען א צוייטע חסידות, וויל איך דיר
פרעגן, [קענסט סיווואו זאגן וואס דו וילסט] וואס וואלט איר געטאן ווען 53 וואלט נישט מסכים
געווען, איז דער תירוץ "טאפ דאלער" גענוג, אדער איז דא גענוג נאר אלץ צירוף
נומער דריי, דיין מימרא אז משה גבאי פארשטייט און ער מישט זיך נישט מפני היושר, מפני השלום
,מפני ווייל איר האט אים געבעטן, איז נאויוויטעט פון העכסטן גראד, ער האט קודם גענומען א צד
שארף פאר אנשי רב"צ מבאבוב, און ווייל ער איז גוט מיט רח"ש בן רב"צ מבאבוג, נאר ער האט צוריק
געדרייט, וווייל די טענות וואס אנשי רב"צ מבאבוב ניצן ביי די דין תורה [ און מיט וואס זיי
פארן גאנץ גוט ביי די דין תורה, לפי השמועה] איז די זעלבע טענות וואס די אהרונים וואלטן ווען
גענוצט ווען עס וואלט ווען געווען א דין תורה אין סאטמאר, ממילא האט משה גבאי זיך געטראפן בין
פטיש לסדין, אבער מצדי האלט וואס דו ווילסט אבער ביטע שרייב עס נישט, ווייל עס איז כמעט אזוי
גוט, ווי די מימרא פון משה גבאי אז רבינו בעל ברך משה זצ"ל איז נישט געקומען צו די חתונה
ווייל מען האט אים אוועק גענומען א דירה האט ער נישט געוואלט קומען
נומער פיר, דיין סטראשע אז די רופט נישט סאטמארע רבי מער נישט מיטן נאמען נאר אלץ אדמור קרית
יואל, מאכט מיר לאכן, נאר נאך איין זאך שרייב עס נישט דא אויפן פארום, ווייל די מדרגה פון
קינדישקייט דערפון ברענגט אראפ דעם ניווא פון דעם פארום
גל_עיני:
KJ
Don't be a hypocrit
אונז אין באבוב וויסען שוין איבער א יאר אז חסידים מאכען א רבי און נישט די צייטונגען
אבער דיר וויל איך פרייגען אויב די וויסט פון דעם, פאר וואס האט אויסגפעלט דער בלאט?
למעשה איז קלער אז רובא דרובא פון די שרייבערס און די ליינערס דא האלטען אז מלך דייטש איז WRONG און ער סערועט נישט סאטמער ארבטען אנקעגען אונז,
מיר טיט ווי פאר וואס טשעפט אונז דער בלאט וואס האט ער פון דעם?
אונז האבען גיעפערט דעם בלאט געלאט םאר עד'ס און ער נאמט נישט
גל_עיני:
KJ
OUCH
נאך אמעל שלעכט געזעגט,
די און דיין בלאט מישען זיך אריין,
סי איז שוין איבער א חודש פון סאטמער רבי'ס פטירה האסטו געהרט א ווארט פון אונז? ניין!
אבער דער "גרויסע" בלאט האט זאך יא געמישט ביי די "קליינע רבלעך", מדוע?
Kj_village:
אנטשולדיגט, בארואיגט אייך
די מציאות איז היינט, אז א קהלה מוז האבן א צייטונג
אבער נישט אז די צייטונג מאכט די קהלה/רבי
איך האלט אז מיילך דייטש איז נישט ראנג, ווייל
1}ווייל רב"צ האט א גרעסערע עולם
2}ענק האבן געבעטן מען זאל ענק נישט דעקען!!!!
מילא האט עס רב"צ באקימען, אוועק נעמען פין עם קען מען עס שוין נישט!!!!!!!!!!!!!!!!
מען דארף ווארטן אויף בי"ד
גל_עיני
זיי נישט אזוי פאני, קיינער איז ענק גארנישט שילדיג, ווארט רואיג ביז די פסק קימט ארויס
מיר ווארטן שוין 6 יאר אויף די פסק, קענט עטץ ווארטן לכל הפחות צוויי יאר
צום לעצט,די רדיפות וואס חסידי רמ"ד האבן אויסגעטיילט פאר רב"צ בן מוהר"ש
ענדעלט זייער שטארק צי די רדיפות וואס די זאליס האבן אויסגעטיילט פאר רבינו שליט"א בן בעל ברך משה זי"ע הכ"ם
זיי מיר אין האב מיר
גל_עיני:
KJ
אויף דיין ערשטע שאלה וואס איך וויל יעצט,
תשובה:
ווי לאנג די קענסט נישט ארופ שלינגען אז אונז זענען באבוב (וויל אזוי האבען די חסידים מחליט געוען) שרייב גארנישט לא מדובשך ולא מעוקצך
אבער זיי מסביר דא פאר דיינע סאטמער חברים פאר וואס שרייבסט יא ווען מען בייט דיר נישט צו שרייבן
גל_עיני:
ברענגנייעס
אויף די געלט שאלה וועס די האסט געפרעגט,
סי איז דא אגרויסע חילוק מאכען געלאט צו האלפען באגרובען א שונא, אדער מאכען ביזנעס מיט א שונא,
מאן טער נישט מאכען גאלט האלפען באגרובען א שונא
מאן מעג מאכן ביזנס מיט א שונא
אויף דיין פוינט אז סי מאכט דעם פורם ביליג, און עס מאכט דיר לאכען,
געדענג סי איז אפשר שארף אבער עס האט דיר געבאדערט אז די זאלסט "גיט" פארשטיין מיין פוינט
Kj_village:
גל
אנטשולדיגט, איך ווייס נישט ווי די האסט געזעון אין מיינע ווערטער אז ענק זענענן נישט באבוב
זיכער ביז די דין תורה זענענן ביידע באבוב
אבער נישט יעדער מוז אזוי האלטן
אין מיילך דייטש האלט נישט אזוי,אשר על כן??
לכבוד_שבת:
הגה"צ רבי יושע רובין שליט"א אבד"ק באבוב באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ווען ער האט אים איינגעלאדענט צו די חתונה פון זיין טאכטער, דער סאטמאר רבי שליט"א האט מיט כבוד והערצה אויפגענומען דעם באבוב'ער רב שליט"א און מכבד געווען מיט פירות.
געגאנגען:
גל עיני. סאיז א טו וועי סטריט.
ווען ענק האבן פארדינגען די האל פאר די סיגוטער אויף שבת, האבן ענק זיך אויסגענומען א תנאי אז
די איד מוז שרייבן אויף ענק אדמו"ר מבאבאוו.
ביז דעמאלטס האסטו נישט געהאט קיין טענות אויף קיינעם, אבער בעסער געזאגט ביזט געווען גערעגט
אויף יעדן, ווייל יעדער האט ענק בויקאטעט, אדער וועגן געלט, אדער וועגן אנדערע סיבות.
למעשה יעצט ווייל ענק האבן פארדינגען די האל פאר די סיגוטער, דארף מיילעך דייטש טוישן די
ליניע און ענק רופן אדמו"ר מבאבאוו ?
אביסל קאמאן סענס.
גל_עיני:
KJ
אשר על כן שרייב נישט גארנישט, לא מדובשך ולא מעוקצך אזוי ווי מיר האבען געבעטן
סי האט דיר געדוירט אביסעל לענגער ווי דיינע סאטמער חברים צו פארשטיין אז מלך דייטש פירט א אייגנע פאלטיק, יעצט אז די חאפסט שוין היתכן איר לאזט איהם דאס מאכען אונטער קרית יואל נומען אנקעגען דעם רצון פון רוב פון אייער קהל,
דער פאקט איז אז דער גרויסע גאס האלט אז דער בלאט בריינקעט ארויס דעם קרית יואל רבי'ס צד
איך_הער:
גל ממש א קלייניגקייט , ס'האט גארנישט מיט די דעבאטע דא , זיי אזוי גוט און טייפ א ביסל שטאטער וועסטו נישט מאכן אזויפיל מיסטעיקס מ'קען כמעט נישט ליינען וואס דו שרייבסט , אדער פאר דו דרוקסט שלח תגובה געב א קוק איבער שנעל און פאררעכט אלע מיסטעיקס . יישר כח.