הרוצה לשקר ירחיק עדותו !!!
נאך די האלב מיליאן דאלער וואס די סגוטער האבן אריינגעלייגט צו ווייזן אז זיי האבן מענטשן, און נאך וואס זיי האבן ארויסגעשלעפט פון אלע בונקערס יעדן וואס האט נאר די מינדעסטע סימפאטיע מיט זיי, נאכן אנציען ממש דעם מאקסימום וואס זיי קענען. זענען די סיגוטער געבליבן דאס גענאר פון שטאט ווען זיי האבן נישט געקענט צאמשלעפן קיין דריטל עולם פון וואס איז געקומען אויף סאטמאר כמעט אן פראפאגאנדע. יעדער האט איינגעזען אז עס איז א פארמעסט פון א ליליפוט מיט א ריז !
די אמעריקאנער גאס האט עס גראד געוואוסט, און זיך נישט געלאזט פארנארן, נאר די איזראעליס וואס האלטן נישט געהעריג מיט וואס דא גייט פאר, האט מען געקענט פארדרייען א קאפ מיט די באבע מעשיות.
אין די אר"י צייטונגען זעט מען טאקע איבעראל - פאר גוט באצאלט, פארשטייט זיך - בעיקר די סיגוטער פיקטשערס. און דאר האבן אויך א חלק איינגעזען דעם אמת.
די צייטונגען מיט געהעריגע קארעספאדענטן אין אמעריקע האבן אבער יא גוט געוואוסט.
די "משפחה" האט בעל כרחם געמוזט אריינלייגן אפאר פיקטשערס פון די ריזיגער עולם ביים טיש און באגלייטן.
אין "כל העולם כולו" איז דא מעכטיגע פיקטשערס פון די טויזנטער מענטשן.
אפילו אין די נייע סיגוטער אויסגאבע (בשתפות מיט אנשי רמ"ד פון באבוב, לכאורה פון דארט קומט די אטאקע אויפן בלאט וד"ל) "כלל ישראל", האבן זיי אויך געמוזט אריינלייגן קנאקעדיגע פיקטשערס, וואו מ'זעט קלאר אז די סיגוטער זענען בערך א דריטל פון סאטמאר !
ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן !!!!!!