היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » קיקט איר איבער אייער תגובה נאכן דריקן שלח תגובה?

קיקט איר איבער אייער תגובה נאכן דריקן שלח תגובה?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1945486

3x0 » 8/6/2006 20:59

רוב מאל קיק איך איבער מיין תגובה נאר פארן דריקן שלח תגובה, זייער ווייניג מאל גיי איך צוריק צו די אשכול איבער צו קיקן וואס, אדער וויאזוי איך האב געשריבן.

cano » 8/6/2006 21:13

ביי מיר ווענט זיך עס וויפיל צפיות עס זענען ציגעקימען נאכען פאוסטען די תגיבה אויב זעה איך אז קיינער האט עס נאך נישט געקיקט עפען איך עס אויף און איך ליין עס איבער כמה וכמה פעמים

קרעמער » 8/6/2006 22:14

קנאי;

מען דארף אביסל ארומטוישן דיינע ווערטער, דו שרייבסט:עפען איך עס אויף און איך ליין עס איבער כמה וכמה פעמים...

איך וואלט געשריבן:עפען איך עס אויף כמה וכמה פעמים און איך ליין עס איבער...

ובזה אתי שפיר מה שלפעמים מצינו אלפי אלפים ורבי רבבות צפיות על אשכול של מה בכך...

(איבערגעליינט פארן דרוקן שלח תגובה)

דן_25 » 8/6/2006 22:18

קרעמער,

נאדיר [בילד – נישט אפגעהיט] 

איך_הער » 8/6/2006 22:34

געווענטליך קוק איך עס איבער פארן דריקן שלח, אויס(ז?)ער אויב ס'איז צו לאנג, ( לידיעה בעלמא ווייל קיינער האט דאס דאך נישט געפרעגט )
נאכדעם קוק איך עס אייביג איבער , אמאל גראד און אמאל שפעטער .

סאכדעס » 9/6/2006 18:52

איך הער נישט, וואס איז דאס אמאל 'גראד' ווי קומט אריין די ווארט אין די שורה? העסט ווען געברויכט שרייבן - טייפן - קלאפן - זאגן אמאל באלד און אמאל שפעטער.

איך_הער » 9/6/2006 22:08

סאכדעס וויפיל מינוט איז אפגעטיילט באלד פון שפעטער ?