ב"פ חומש סעודה בראשות כ"ק רבינו שליט"א
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1944696
קומענדיגע זונטאג פ' בהעלותך וועט פארקומען און בארא פארק די חומש סעודה פון כיתה א' און ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר מיט די השתתפות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א און הגה"צ רב דקהילתנו פון ב"פ
און מ'וועט זוכה זיין צו הערן דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
און דערנאך וועט די רבי שליט"א טיילן מתנות פאר די קינדער כנהוג רבינו זצ"ל הכ"מ
די זאליס זענען שוין פארנומען וואכן לאנג מיט דעם אז דער רבי שליט"א גייט זיין ביי די חומש
סעודה, זיי פרובירן אלע מיטלען עס צו שטערן, אבער אן ערפאלג.
זיי רעדן פון מאכן א עקסטערע חומש סעודה, וואו אפאר פון זייערע מענטשן - וואס טענה'ן אז זיי
זענען נאך אין די הנהלת המוסדות, ווי צב"ש דער הולך לערכאות מענדל שווימער - זענען געגאנגען
לאדענען רז"ל צו זייער חומש סעודה. אבער לויט ווי מ'שמועסט גייען זיי האבן אזוינע בזיונות
דארט פון דעם 'גרויסן' מספר פון קינדער, אז זיי קלערן עס נאך איבער.
ס'איז היינט געווען א מיטינג ביי רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א אינדערהיים, ווי ס'זענען געזעצן די גרויסע שישקעס, און פרובריט צו רופן טאטעס וואס האבן קינדער אין כתה א' זיי זאלן קומען צו זייערע חומש סעודה אין קהל חסידים ווי רז"ל וועט קומען, אבער נאכ'ן רופן 25 טאטעס און האבן איינגעזעהן אז פון דעם האבן קוים 14 האלב וועגס מסכים געווען מיטצושפילן, האבן זיי אויפ'ן רוף פון הדומ"ץ שליט"א געקענסעלט די גאנצע זאך.
אבער ווי ס'זעהט אויס וועלן זיי נאך עפעס אנדרייען ביז דעמאלס, ונחזה ונראה.
they claim in the other fourm that r,ahorn velts invitet r' z'l as of now he was not invitet
צוויי שלוחים, באצאלטע פון משה פראדל, (שווימער און פעדער) זענען ארויפגעקומען צו ר' אהרן וועלץ, אין אים "איינגעמאלדן" אז רז"ל גייט קומען צו די חומש סעודה, און זיי האבן אים געזאגט אז ער איז אחריות אויב עפעס געשעהט, האט זיי ר' אהרן געזאגט אז ער איז אחריות אויף די מענטשן וואס ער רופט, מענטשן וואס איר רופט זענט איר אחריות.
רז"ל האט שוין די לעצטע עטליכע יאר, יעדעס יאר געהאט א אייניקל ביי די חומש סעודה, (כ'גיי יעצט נישט אויסרעכענען, איר קענט זיך נאכפרעגן וועט איר זעהן אז ס'איז אמת), און מען האט אים גערופן יעדעס יאר, אבער איז קיינמאל נישט געקומען, פארוואס פונקט דאס יאר וויל ער אזוי שטארק קומען און דרייט איבער די גאנצע שטאט.
עכ"פ, כ'האב געהערט פון מיין באקאנטע א זאלי, כ'האב אים געפרעגט פארוואס ער וויל אזוי שטארק רז"ל זאל קומען צו די חומש סעודה, זאגט ער מיר, אז ער וויל ווייזן פאר זיין זון וויאזוי מ'קוקט אויס אז מ'לערנט נישט.
די זאליס האבן נאך איין ערענסטע פראבלעם צי לייזען פאר רז"ל קימט קיין בארא פארק
ווייל כידוע איז די עלעקטריק פין 53 זייער עמפינדלעך ווען א זאלי טרעט אריין דארט
עס האט זיך שוין פארלאשן עטליכע מאל ווען רז"ל פילאפ איז דארט געווען
אזוי אויך פאר זלמן לייב ט"ב. אין אזוי אויך פאר רח"ד,
בקיצור, די עלעקטריק דארט טויג נישט [בילד – נישט אפגעהיט]
במילא, פאר א עלעטרישען פארזיכערט נישט אז די פראבלעם איז געלייזט, קען רז"ל נישט קימען
אבער די פראבלעם איז, אז די ארונים לאזן עס נישט פאר רעכטן, ונזכה ונראה
תוקן על ידי - kj_village - 09/06/2006 18:56:15
ס'איז אויך דא אפאר בעקלעך וואס טויגן נישט דארט, צעבראכענע פיסלעך וכו'.
IT'S TOO GOOD TO BE TRUE
איך בין עומד ומתפלל ער זאל זיך באווייזן במלא הודו והדרו,
וואס איז, ס'קומט אונז נישט אביסל פאן?,
איך האב זייער מורא אז ער וועט שפילן עניו און ארויס טשיקענען,
ניין, ר' זלמן לייב, איר זאלט אייך נישט לאזן פון די פחדנים,
ווייזט אז איר האט יא ב...
קומטס קיין בארא פארק, מיר לעכטצן שוין זייער נאך אייך,
מיר ווען אייך אפווארטן בכבוד גדול הראוי לך.
אגב, האב איך געהערט אז דער פורים בית דין ארבייט שוין אויפן נוסח המחאה,
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 09/06/2006 19:31:15
כ'האב יעצט געהערט, אז איין יאר האט אפילו איינער פון רז"ל'ס אייניקלעך געווען דער וואס האט פארגעזאגט דער חומש, און ער איז אפילו דעמאלס אויך נישט געקומען. סתם א בעל מחלוקה, מיט א תירוץ אז ער האט אן אייניקל.
איך האלט (און איך האף) אז מ' זאל אים גארנישט טון, די עצם זיצן און זען ווי דער ברידער פראוועט רביסטעווע איז גענוג צער.
און פארדעם האלט איך אז ער וועט נישט קימען, די תירוץ וועט זיין נועם המידות.
איין סאטמאר,
זיי נישט באזארגט,
מען גייט עם גארנישט טוהן,
ווייל...
ער הינדעלט ארויס...
רז"ל גרייט זיך צו קומען מיט 100 שלעגערס פון וומס"ב
ער האט קודם געשיקט רז"ל פילאפ שליט"א מיט רח"ד כץ שליט"א נאר אזוי ווי זיי האבן נישט געוואלט זיי האבן שוין געהאט געניג
האט ער באשלאסן ער וועט מיזן אליין קומען
וועמער זעהן זונטאג וואס וועט זיין דארט.......
מי יתן והי'
WE CAN'T WAIT
ר' זלמן
PLEASE MAKE MY DAY,
נישט פארגעסן די לעטכעלעך...
רזל
"דאנט לעט דע דאר היט יו אן דע וועי אאוט"
אפילו ווען ער וויל שוין יא הערען א פסוק חומש לאזט מען אויך נישט
just got this massage in my phone from the zalis
sunday 11:15 askunim meeting in 11th ave shull boro park and williamsburg askunim must come
אין זייער נייע שיל איז שבת געהאנגען א צעטיל אז ר זל גייט קימען צי דעם חומש סעודה
די קשיא איז פארוואס די אלע יארען ווען ער האט אויך געהאט אייניקלעך וואס האבען אנגעהויבען צי לערנען חומש אין ער האט נישט געוואלט קיינמאל קומען אפילו ווען זיינע מענטשען האבען עיהם געבעטען
אפשר גייט ער קיקען צי מען טשעפעט נישט מיט עיהם דארט
די ביהמ"ד איז גענצליך פארשפארט,
אלע מנינים צו דאווענען זענען נאר אין בית חיה,
איך האב אליינס געהערט דעם שבת פון א גרויסע סיגעטער שישקע, אז זיי גרייטן זיך אויף א
קנאקעדיגע מלחמה היינט אין ב"פ, די סיגעטער אליינס קומט פייטן, זיי ווילן מיט אלע כוחות
טרייען אריינצושלעפן ב"פ קהל אין קאורט, און זיי האלטן אז נאר אויב סוועט זיין מהומות וועט
זיי עס געלונגען.
זיי פלאנען צו ברענגען אלע זייערע בוליס, מיט גארדס, מיט גיי ווייס וואס נאך.
איך פארשטיי בכלל נישט די ציל פונעם סיגוטער,
ער וויל קומען פייטען מיט די הענט?
מ'האט דאך אים קלאר געזאגט אז ער האט נישט וואס צו זיכען דארט, וועט אמאל בייפאלען פאר אונזער רבי צו גיין אין סאסמאן ק"י?
אז ס'איז נישט מיין, -אפילו איך דיסאגרי מיט דיר- גיי איך נישט...
ווילסט מיר זאגען אז די סיגוטער איז סתם א בה..???
יעדער זאל קלאר וויסן:
תשס"ה האט רז"ל געהאט 2 אייניקלעך נפתלי שלום ב"ר אלטר גלאנץ און חיים ב"ר יעקב בער
ער איז נישט געקומען
תשס"ד האט רז"ל געהאט אן אייניקל ליפא ב"ר יצחק ראזענבערגער
ער איז נישט געקומען
תשס"ג האט רז"ל געהאט אן אייניקל יואלי ב"ר אלטר גלאנץ
ער איז נישט געקומען
תשס"ב האט רז"ל געהאט אן אייניקל שמואל מאיר ב"ר אלטר גלאנץ
ער איז נישט געקומען
ס'זעהט נישט אויס ווי ער האט צו שטארק ליב די אייניקלעך
דאס יאר תשס"ו האט ער אן איינקל ליפא ב"ר אלטר גלאנץ
זאל ער יעצט אויך נישט קומען
די זאליס האבן יעצט געשיקט אויף זייער מעסידשעס אז רז"ל גייט און ב"פ און אלע זאליס זאלן דארט זיין פינטקליך
נ.ב. רז"ל איז שוין און ב"פ פאר א לוויה
דאס איז די מעסידש
d Rebbe Shlita will Be"H Bashain d Chimish Sidah in 53th B"M, Der Oilom is asked "please come & b on time Please"
און 53 איז דא א צעטיל אז נאר טאטעס און זיידעס וועט מען אריין לאזען
רח"ד כץ שליט"א האט היינט נעבך נישט געקענט פארלערנען ווייל מ'האט געדאווענט אינטען
וויפיל אזזיגער איז געריפן די חימוש סעודה?
יעצט הייסט
מ'גייט אריין לאזן רז"ל מיט נאר צוויי מענטשן
און ער וועט קענען זיטצן לעבן הרב ר' בעריש שליט"א
קיין איינער וועט נישט אריין געלאזט ווערן אן אן אינוויטעשון די פאליציי וועט דאס אונפארסן
איך זעה אז מ'האלט שוין אויף א וועג, זיי פאנגן שוין אן צו פרעגן צו רז"ל זאל יא קומען צו נישט.
zalys_A_1
איך וויל דא פרעגן וואס האלט דער עולם, דארף רבינו שליט''א גיין אויף ב''פ 53 צום חומש סעודה זונטאג, אדער בעסער זאל ער נישט גיין, אין עס איבער לאזן פאר דער וואס רייזט ארום, אלס ''כל אתר ואתר'', *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:NAMESPACE PREFIX = O />
אין אזא צייט ווען סאיז נאך נישט מסודר די פאקטישע פירערשאפט (ע''פ דין תורה אדער קארט) אין דאס גאנצע בעלות אין 53 קוקט אויס ביזדערווייל אין זייער הענט ווי זיי טיען דארט ככל העולה על רוחם פארשפארן אין לעשן וכדומה איז אפשר בעסער נישט צוגיין, אפילו ער איז א זיידע אין ר' אהרן נישט,
אדער זיך נישט וויסענדיג מאכן פון אפאר ווילדע רוחות, יונגע היץ קעפ,
האלט דער עולם אז אינזער עולם וועט זיין צופרידן פון דעם געגייעכטס אדער נישט?
וויפיל אזזיגער איז געריפן די חימוש סעודה?
יעצט געקומען א מעסעדזש אז די רבי איז אויפן וועג אהין, און סאיז זייער
וויכטיג אהינצוגיין יעצט.
דאס איז אן אשכול פון ווילי יונג און ח.א.ס
רבינו שליט"א חומש סעודה 1:15 שארף
19:25
נשלח ב 11/6/2006
ווילי_יונג
אלע אנשי שלומינו זענען געלאדענט אנטיילצונעמען בשמחת רבינו אין ביהמ"ד 53 סטריט.
רבינו שליט"א וועט אנקומען 1:15 שארף און מיר וועלען האבען די זכי' אויפצונעמען בכבוד הראוי לכבודה של תורה.
מען בעט דעם עולם זאל דארט זיין גענוג פרי אז עס זאל נישט קומען צו קיין אומאנגענעמליכקייטען
דרייניטץ שרייבט אזוי אין אנדערן פארום:
רבינו שליט"א גייט אויפען נארמאלען וועג בדרך התורה, מען האט איהם געלאדענט צו א חומש
סעודה פון זיין אייניקעל, ער האט אנגענומען די איילאדענונג און ער וועט אי"ה באשיינען.
וואס די ארוינים וועלען טוהן דאס איז זייער פראבלעם, זיי וועלען פארגיסען אסאך טינט שפעטער
דאס אלעס צו פארענטפערען, אזוי ווי די מעשה מיט די שטיינער אויף הרבנית הצדיקת תליט"א מיט
עטליכע וואכען צוריק, זיי וועלען אוודאי לייקענען אלעס און זאגען אז זיי האבען גארנישט
געטוהן, דאס וועלען מיר לאזען פאר זיי אויסצוארבעטען די תירוצים.
מיר ווייסען אז מיר האבען ברוך השם א מנהיג אמיתי, א גאון וצדיק, חכם ומתון וואס כל דרכיו
בהשכל ובצדק, רבינו שליט"א פיהרט זיך ווי מען דארף זיך צו פיהרען, און די ארוינים וועלען
מוזען נאכדעם עסען די קאנסעקווענצען פון זייערע ווילדע שריט..
דאס איז אלעס חוץ די עצם זאך אז די מוסדות שטייען עכ"פ על פי תורה אונטער נשיאותו פון כ"ק מרן
רבינו שליט"א אזוי ווי ער איז אויפגענומען געווארן בתוך ימי השבעה דורך רוב חברי הקהלה, חברי
הנהלת הקהלה, חברי הנהלת המוסדות אלץ רבי און מנהיג פון סאטמאר אין בארא פארק.
אבער חוץ מזה וואס איז נאך תלוי במחלוקת, די עצם זאך אז מען האט איהם געלאדענט און ער האט דאס
אנגענומען איז די נארמאלע זאך צו גיין און זיך נישט אפהאלטען צוליב די סטראשע פון טעראר פון
נידעריגע עלעמענטען.
נאכאמאל עולם כמנהגו נוהג ושוטים שקילקלו עתידים ליתן את הדין.
נאכדעם מאכט ער עס בקיצור אין דריי קשיות:
1- איז דא א נארמאלע סיבה אז א זיידע וואס מען רופט צו א חומש סעודה זאל נישט האבען
קיין רעכט צו קומען? (אפילו אויב ער איז אין די פריערדיגע יארען נישט געקומען)
2- דארף מען זיך אפהאלטען פון טוהן נארמאלע זאכען נאר ווייל בריונים סטראשענען מיט טעראר אז
מען וועט מאכען איבערקערענישען??
3- וואס איז נארמאלער? אז כ"ק רבינו שליט"א וואס איז א זיידע און מען האט איהם געלאדענט זאל
קומען? צו אז דער טענטער בכל אתר ואתר זאל קומען סתם איבערצודרייען די שטאט און מאכען
איבערקערענישען און כאאס אין א פלאץ ווי עס קומען זיך צוזאם הונדערטער קליינע כיתה א'
אינגלעך.
דער ענטפער איז פשוט'ער פון פשוט!!!!!!!!
דער סיגוטער קען קומען פונקט ווי יעדער טאטע און זיידע!!!!!!!!!
ער איז הונדערט פראצענט בארעכטיגט צו קומען, ער קען זיצן דארט וואו אלע טאטעס און זיידעס
גייען זיצן. מ'קען אים אפילו געבן א שיינעם פלאץ אין די חלקת הרבנים אזויווי ס'פאסט פאר א רבי
פון 1500 מענטשן.
אבער סאטמארער רבי איז דא נאר איינער!!!!!!!
און דארט וואו סאטמארער רבי זי"ע איז געזעצן אמאל, דארט גייט זיצן דער היינטיגער סאטמארער רבי
שליט"א!!!!!!!!!!!!!!
און אויב דער סיגוטער וועט קומען מיט זיינע טעראריסטן און טרייען צו מאכן מהומות, וועט מען
אים ווייזן פונקטליך וואס מ'טוט אין ב"פ פאר איינעם וואס מאכט מהומות, און נאך פאר די אויגן
פון הונדערטער תשב"ר שלא טעמו טעם חטא!!!!!!!!!
אויב ס'שמעקט נישט פארן סיגוטער, זאל ער גיין מאכן א עקסטערע חומש סעודה, אדער זאל ער זיצן
וואו ער באלאנגט.
אויף סאטמארער רבי'ס פלאץ האט ער נישט קיין רעכט צו זיצן, אפילו אויב אפאר טעראריסטן האלטן
אנדערש!!!!!!!!!!!!!
שטעלטס ענק פאר אז הרב ר' ארי לייב גלאנץ מנהל המוסדות מיט אפאר מנהלים גיין יעצט צום רבין שליט"א און לאדענען עם צו קומען אויף א באזוך און די סאטמארע קעמפס ווי ער האט אן אייניקעל אדער און שטאט און חדר
וואס וואלט ער געטון???????
די סיגוטער האבן יעצט ארומגעשיקט א מעסעדזש אז דער סיגוטער קומט נישט ווייל ס'גייט זיין מוזיק...
נישט געשריבן וועלכע סארט מוזיק...