היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "עזר התורה" אדער "יסודי התורה"?

"עזר התורה" אדער "יסודי התורה"?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1944677

געגאנגען » 8/6/2006 04:00

אין קר"י איז שבועות געשטאנען אויף די צעטלעך אז נאך שבועות גייט די חבורה פון עזר התורה זיך
טרעפן מיט די חבורה פון יסודי התורה, און מ'גייט אנהייבן צו לערנען די זעלבע מסכתא.

וואס האלט דער עולם, ווער דארף מיטגיין מיט וועם?

לכתחילה וואלט איך געהאלטן אז עזר התורה דארף איבערנעמען, נאך אלעם איז שוין דארט דא אפאר
הונדערט מענטשן וואס האבן אנגעהויבן מיט די ציל פון ענדיגן ש"ס, און זיי האלטן שוין אויף א
שטיקל וועג, פון די אנדערע זייט קען מען זאגן אז פונקט פארקערט, "למה נגרע", פארוואס זאלן די
אנ"ש פון די גאנצע וועלט נישט קענען ענדיגן ש"ס נאר די אידן פון קרית יואל?

נאך א זייטיגע נקודה איז, אז די דף היומי האלט יעצט ביים ענדיגן שקלים, און לויט ווי כ'הער
פלאנט עזר התורה נישט צו לערנען שקלים נאר גיין גלייך צו ר"ה, איז די שאלה צו ס'איז נישט
אביסל מיאוס אז ביידע זאלן כמעט ענליך לערנען (כאטשיק ס'וועט זייער שנעל קאלעפסן, ווייל עזר
התורה לערנט נאר א עמוד)?

די זעלבע שאלה איז בנוגע די נאמען, וועלכע נאמען זאל בלייבן?

וואס האלט איר?

ברוינפן » 8/6/2006 04:59

ס'איז נישט משנה מיט וועלכע גרופע מען לערנט, די גאנצע חילוק צווישן די צוויי גרופעס איז דאכט זיך מיר איינס פאר דער ארבעטער קראפט און די צווייטע איז פאר מענטשין וואס האבען צער צייט צו לערנען.

לענין פון זיך צוזאמטרעפן מיט דעם דף היומי, איז באוואוסט פונעם רבי'ן דער בעל ויואל משה זצוק"ל אז ער האט געזאגט אז דף היומי איז א געוואלדיגע זאך נאר א שאד אז די אגודה האט עס גענומען אונטער זייער נאמען