היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מוראדיג אינטערסאנט, פרובירט עס אויס

מוראדיג אינטערסאנט, פרובירט עס אויס

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1942885

אייןסאטמאר » 6/6/2006 18:41

גענומען פון בחצרות חסידים, ווער פארשטייט וויאזוי דאס ארבעט?


http://stwww.weizmann.ac.il/manor/hachiva_kamutit/game.html

פאקטיש » 6/6/2006 18:51

קוק אויף די נומער 9 וועסטו זעהן, אז דער סימבאל איז אייביג דער סימבאל פון נומער 9 עס איז דא אויף ענגליש אויך

אייןסאטמאר » 6/6/2006 19:03

איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט

קושקע » 6/6/2006 19:18

די חכמה איז אז נאכדעם וואס מ'נעמט אראפ די אייגענע נומבערס פון סיי וועלעכע 2 נומבערס, וועט עס אלס זיין א נומבער וואס מ'קען צוטיילן אין 9, (איך כאפ נישט פארוואס), ממילא וועט עס אלס אויסקומען איינע פון די נומבערס, 9,18,27,36,45,54,63,72,81,90, אז די באמערקסט האבן די אלע נומבערס די זעלבע סימבאל.

אייןסאטמאר » 6/6/2006 19:40

ביסט גערעכט, עס איז טאקע נישט קיין קונץ

פאטאקי08 » 6/6/2006 19:44

..

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 06/06/2006 20:17:38

פאטאקי08 » 6/6/2006 19:46

יעדעס מאל נאכדעם וואס די קליקס אויפן באקס און די גייסט צוריק
טוישן זיך די סימבאלן

אייןסאטמאר » 6/6/2006 19:53

אבער אלץ האבן די אלע נומבערס 9,18,27,36,45,54,63,72,81,90  זעלבע סימבאל

פאטאקי08 » 6/6/2006 19:59

גערעכט קושקע!

אלעמאל האבן די נומבערס די זעלבע סימבאל

יעצט רעכן אזוי 9 טיימס עני נומבער וועט עס אויס קומען א נומבער וואס מען קען צוטיילן אויף ניין אויך וועט די נומבער אויסקומען 9 במספר קטן

9*1 = 9
9*2 =18 1+8 =9
3*9=27 2+7 =9

11* 9 = 99 9+9 =18 1+8 =9

אזוי ווייטער

יעצט רעכן עני פון די ניין נומבערס
ווי 9 18 27 36 45 54 63 און ווייטער...

און לייג צו עני נומבער וועט עס זיין במספר קטן יענע צוגעלייגטע נומבער
למשל:
 18 +3 = 21  2+1 = 3

27+6 = 33 3+3 6

און אזוי ווייטער

די וועב סייט הייסט דיך טון פארקערט טראכטען עני נומבער און נאכדעם אראפנעמן און סוועט אויסקומען 9

פון די אלע זאכן צוזאמען קען מען זען פארוואס סאיז אזוי

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 06/06/2006 20:19:36

פאטאקי08 » 6/6/2006 20:09

קענסט אפשטעלן א חבר און אים זאגן טראכט א נומבער ביז טויזענט

יעצט רעכן עס במספר קטן און נעם אראפ די מספר קטן פון די נומבער וואס דו האסט געטראכט
 יעצט רעכן עס במספר קטן.
 די נומבער וואס קומט אויס רעכן אויך במספר קטן אזוי ווייטער ביז ס'ווערט איין נומבער און איך וועל דיר זאגן די נומבער וואס קומט ארויס

און ס'וועט זיין 9

למשל
טראכטס 1000 מיינוס מ"ק 1+000 =1 
1000- 1
= 999
9+9+9  =27
2+7 = 9

= 9

אדער למשל
טראכטס 658 מיינוס מ"ק
6+5+8 = 19
658 -19 =639
6+3+9 = 18
1+8 9

=  9

די ווארט איז אזוי

אמת קיים לעולם

   א-מ-ת
1+4+4  = 9


דאס מיינט וויפיל וועסט וועלן דאפלען דעם אמת וועט עס אלץ בלייבן אמת  9 במספר קטן
דאס מיינט אמת קיים לעולם

אפילו  למשל א גרויסע נומבער ווי:
9 * 6598 =  59382 מספר קטן = 27 2+7 =9

איך געדענק נישט פון וועלכע ספר ס'קומט
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 06/06/2006 20:27:59

פאטאקי08 » 7/6/2006 00:00

מיט די נומבער 9 קען מען טוהן אסאך זאכן

למשל:

הייסט פאר איינעם שרייבן פיר נומבערס

און ער שרייבט למשל:

6598

נאכדעם שרייבסטו ערגעץ (ער זאל נישט זען וואס דו שרייבסט) די זעלבע נומבערס וואס ער האט געשריבן נאר דו לייגסט צו א 1 פון אנהויב און די לעצטע נומבער מאכסטו איינס ווייניגער למשל ביי אונז שרייבסטו

16597

און דו זאגסט אים ער זאל שרייבן אונטער דעם נאך פיר נומבערס און דו וועסט שרייבן אונטער דעם נאך פיר נומבערס און ווען מען וועט אלעס צוזאמרעכענען די דריי שורות פיר נומבערס וועט דיTOTAL אויסקומען די זעלבע נומבער וואס דו האסט פריער אראפגעשריבן דאס מיינט ביי אונז 16597

יעצט שרייבט ער פיר נומבערס און דו שרייבסט יעדע נומבער וואס ער האט געשריבן מאכסטו אז עס זאל זיין  צוזאמען 9 למשל אונטער זיין 6 לייגסטו א 3 3+6 =9 אונטער זיין 1 לייגסטו א 8  1+8 =9

למשל ער שרייבט:
6532
שרייבסטו אונטער זיינע נומבערס
3467

יעצט האסטו די דריי נומערען:
6598
6532
3467
סך הכל
16597

יעצט ווייז אים אז די האסט פריער אראפגעשריבן : 16597

טאמער נוצט ער זיראס שרייבסטו אזוי:
1020

(11019)

1020
3205
6794
= 11019


דוק ותשכח...