היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נייעס אויף הייד פארק

נייעס אויף הייד פארק

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1942524

jewboy » 6/6/2006 13:45


מ'קען מאכן א סירטש אויף הייד פארק.

[בילד – נישט אפגעהיט] 

און מ'קען זעהן אלע הודעות פונעם ניק, נישט אזוי ווי ביז היינט וואס ס'איז געווען נאר 100, און אויך וויפל דיסקאשן'ס מ'האט געשריבן.

[בילד – נישט אפגעהיט] 

וואס וועט זיין נעקסט? וועלן מיר זעהן

קרעמער » 6/6/2006 17:25

WOW

לאמיר שנעל לויפן זען וואס עס איז געווען דיין ערשטע תגובה

jewboy » 6/6/2006 17:53

מיין ערשטע תגובה לעבט שוין נישט, פשוט ווייל יענע פורום איז שוין מער נישט אויף די הייד פארק סערווער.

יענע פורום האט געהייסן עפעס אזוי "חדשות סאטמאר ללא צנזורה" נאך א פורום איז געווען וואס לעבט שוין אויך נישט, און ס'האט געהייסן עפעס "מקווה נייעס" ווען בח"ח האט זיך געפענט בערך א 2-3 חודשים דערנאך איז עס אראפ פון די מפה.


אוח אוח איז געווען צייטן.

jewboy » 6/6/2006 17:56

וואס יא.

איך האב נאך מיין ערשטע תיבה אישי פון ווען איך בין געווארן א מעמבער, אויב ביסטע שטארק אינטרעסירט אין דעם קען איך דיר עס ווייזן נישט דא

jewboy » 6/6/2006 18:12

יעצט מערק איך אין א אנדערע פורום אז ס'איז אויך דא א ווירטואלישע קיבארד פאר אחינו בני ישראל היושב בגולה.

[בילד – נישט אפגעהיט] 

ביי מיר איז עס נישטא, ווייל איך האב א ספעשל פראגראם וואס בלאקט אלע הייד פארק אדווערטייזמענט'ס, אינקלאדעט די מסורת העדליין'ס.

דא איז א בילד פון אויבן ביי מיר
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 6/6/2006 18:13

דא איז פון אונטן.

מ'קען זעהן ביי ביידע בילדער ביי די זייטן אז ס'איז ביז אונטן / אויבן
[בילד – נישט אפגעהיט]

ליכטיג » 6/6/2006 20:22

גאנץ גוט

דאכט זיך מיר אז דאס איז די ערשטע זאך וואס די נייע הנהלת היידפארק האט געמאכט לטובה.

הצלה2006 » 6/6/2006 22:41

ווי אזוי קען מען קאפיען COPY און פעסטן PASTE שטיקלעך פונעם קאמפיוטער? איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט" http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296

jewboy » 10/6/2006 22:31


נאך א זאך:

מ'קען לייגן בילדער אפ טו 500KB

מלוה_מלכה » 11/6/2006 09:10

זשובוי, וואס איז די פראגראם וואס בלאקט אדווערטייזמענטס ?

איך על דיר מכיר טובה זיין דערפאר. שיק א לינק אויב מעגליך

מלוה_מלכה » 11/6/2006 09:16

וויאזוי סירטשט מען דורך די נייע וועג ?

איך האב יעצט פרובירט דורך קליקן אויף מיין ניק, און דאס קומט ארויף........

לא נמצאו הודעות עבור משתמש זה. ........ שוידערליך.....

פאר דעם האב איך זיך געמוטשעט דא אזוי לאנג........




אהליצדיקים » 15/6/2006 15:24

ביי די היסטאריע פון א מעמבער קען מען זען ווער עס האט געעפענט וועלכע אשכול (ביזדערווייל נישט אין מסורת) תוקן על ידי - אהליצדיקים - 15/06/2006 15:25:48

jewboy » 26/6/2006 23:04

צוריק געמאכט אז יעדע תגובה האט א אנדערע קאליר

jewboy » 11/7/2006 15:16

jewboy כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צוריק געמאכט אז יעדע תגובה האט א אנדערע קאליר


ביי די לינקע זייט די ערשטע באטן מאכט אז ס'קאפיט זיך די הודעה, און אויף דעם קען מגיב זיין.

למשל ס'איז דא א דיסקאשן, און איינער ענטפערט פאר א צווייטן באט מ'ווייסט נישט פאר וועם, קען מען ברענען די גאנצע הודעה.