היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מה שאירע בסאטמאר אירע בטאש!

מה שאירע בסאטמאר אירע בטאש!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1942148

געגאנגען » 6/6/2006 01:50

די לעצטע פאר יאר קומט פאר א מעכטיגע מלחמה אין טאש, איך בין נישט פונקטליך באקאנט מיט די
דיטעילס, און איך האב נישט קיין אנונג וואס דארט גייט פאר. פערזענליך האב איך שטארקע סימפאטיע
צו ר' מיילעך טאשער, בפרט אז ער טרייט זיך צו האלטן נאנט מיט אונזער זייט. אבער היינט איז מיר
אויסגעקומען צו זען א קונטרס מיטן נאמען "קושטא קאי", וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף א
אנדערע פארום, וואס זאל איך ענק זאגן? ס'קוקט אויס ממש ווי א קאפי פון די סאטמארע פאליטיק,
אין שפיץ פון דעם רשע מרושע און עוכר ישראל איצא גליק, וואס האט צוזאמען מיט משה גבאי חרוב
געמאכט און אונטערגעברענגט די טראסט פון עולם צו דין תורות!

איך לייג ארויף די לינק צו די קונטרס, וואו מ'קען זען זייער קלאר אז דער לאווען טרייט מיט אלע
כוחות אנצוקומען צו די"ת, און ווי דער איצא גליק (וואס ווי לאווען שרייבט איז ער א קרוב משפחה
פאר איינעם פון די ראשים פונעם צד שכנגד) דרייט אים ארום מיט אפענע און גראבע שקרים וכזבים,
וואס מ'קען גראד זען אויפן ערשטן בליק ווער ס'וויל עכט גיין צו דין תורה, און ווער ס'דרייט
ארום מיט ליגנט'ס.

קוקטס און איבערצייגט אייך אליינס!

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=8BC5FCC962500CAF

פאטאקי08 » 6/6/2006 02:25

וואס טוט מיט טאשער רבי ער ווייסט בכלל פון די גאנצע זאך?

מקוה_איד » 6/6/2006 02:29

איך האב פרובירט צו ארויספרינטן דעם PDF אין ס'האט מיר געפרוירן דעם גאנצן קאמפיוטער...

האבן ענק אויך די זעלבע פראבלעם?

געגאנגען » 6/6/2006 02:47

די וויכטיגסטע האב איך טאקע פארגעסן צו זאגן. דארט שרייען אויך די גבאים אז "מ'רופט דעם רבי'ן אין קאורט", אינדערצייט וואס ס'איז סתם לעכערליך אז דער לאווען זאל גיין אזוי ווייט צו רופן טאשער רבי'ן אין קאורט, ווען מסתם האט ער גארנישט דערפון. מסתם איז עפעס ענליך צו וואס איז געווען אין סאטמאר, פאר די טאשער גבאים איז נאר נישט איינגעפאלן צו מאכן די זשאוק אז מ'זאל איבערגעבן פארן רבי'ן די פעיפערס אויף די גאס...

פאטאקי08 » 6/6/2006 03:39

וויאזוי האט זיך עס אנגעהויבן פארוואס האט מען פון אנהייב געוואלט ארויסווארפן לאווען?
האט אים טאשער רבי ארויסגעווארפן?
האבן די ניימאנס עפעס מיט מילך טאשער?
האט לאווען עפעס געהאט פון אנהייב עפעס קעגן מילעך'ס רבנות? אדער קעגן מילך אליין?
סאיז נישט אינטערסאנט אריינצוברענגן אין דעם פורום א פרעמדע פאליטיק ווען מען ווייסט נישט היסטארי פון וואס דא רעדט זיך

בןיהודה » 6/6/2006 08:54

כל המושג אדמורו"ת

תחילתו באונס וסופו ברצון

בהתחלה זה מתחיל בענווה שאין לשער

ובסוף מנחילים אותו לבניו ולבני בניו, ועוד נלחמים על זה

אין אני מתכוון לגבי טאש

אלא לכל המחלוקות שבכל אתר ואתר

בא_ללמד » 6/6/2006 09:17

געגאנגען. אפשר טוסטו אונז א טובה און דו פארציילסט אונז א גאנצע מעשה ? יעדער ווייסט אז 'עפעס' גייט דארט פאר, אבער קלארע זאכן האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט. ס'קוקט אויס אז דו ווייסט מער פרטים.

משנתחסידים » 6/6/2006 20:32

איז דא דארט מורדים אין די רבנות פון ר אלימלך?

אדער איז דאס סתם א מלחמנה צווישען עסקנים?