היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג: ריכטער TRO קעגן נייע ביהמ"ד.

ברעקינג: ריכטער TRO קעגן נייע ביהמ"ד.

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1941776

yones69 » 5/6/2006 21:07




דער הויכגעשעצטער ריכטער אונעס, די ריכטער וואס האט איבערגענימען ריכטער ראזענוואסער האט אין יו"ט שבועות אונטער געשריבען א tro קעגן די נייע ביהמ"ד החדש אין ווילי.




CONGREGATION YETEV LEV D'SATMAR, INC, MOSHE SCHER, DAVID EKSTEIN AND ELIAS A. HOROWITZ
Defendant(s):CONGREGATION YETEV LEV D'SATMAR, INC., SOL PERSTEIN AND UNITEDTALMUDICAL ACADEMY TORAH V'YIRAH, INC.


This CONTRACT case is a civil action for NON-MONETARY RELIEF. The action is currently assigned to Judge JOSEPH G. OWEN.



On June 2, 2006, a Request for Judicial Intervention (RJI) was filed with the Clerk's Office in connection with THE FILING OF AN ORDER TO SHOW CAUSE and was assigned to HON. JOSEPH G. OWEN (MOTIONS).  Based upon this filing date, the court's Standards and Goals for the processing of this type of case are as follows: the Note of Issue (NOI) should be filed by June 2, 2007 and the case should be resolved by September 2, 2008.These deadlines represent general goals. Actual deadlines shall be those set by the assigned Justice in a preliminary conference or other order.





As of the current date, the court has no record of a Note of Issue (NOI) being filed in this case

chiken » 5/6/2006 21:11

זיי מסביר,

וואס האט ער א אפסטעיט דזשאדש אריינצורעדן?

וואס האט ער אינטערגעשריבען? א TRO אויף וואס? וואס טאר מען נישט טון אין די נייע ביהמ"ד?

חיים_נחום » 5/6/2006 21:15

כ'זעה נאר דא א פארלאנג, ווי שטייט אז ער האט נאכגעגעבן? די קעפל איז עפעס קאנפיוזינג...

yones69 » 5/6/2006 21:39



וויטער מיט די משוגעת


אפסטעיט דזארדש...


זאג נאר


ווי אזוי קען גאווענער פאטאקי זיין גאווענער אין ניו יארק סיטי, ווען ער וואוינט אין אפסטעיט?


ווי אזוי קען מען אין אלבעני מאכן אלע געזעצן ווען עס איז אין אפסטעיט?


ווי אזוי קען די סטעיט געריכט הויז ווי באראש דזאנעס איז געווען וכו' זיין אין ברוקלין ווען עס באלאנגט צו די סטעיט וואס איז אין אפסטעיט?


און ווי אזוי קען מען גיין צו די אפעלעט קארט וואס באלאנגאט צו אפסטעיט די סטעיט?


ווען די וועסט דעס פארענטפערן וועט דיר פארענטפערט ווערן פארוואס אן אפסטעיט דזארדש קען אריין רעדן אין ברוקלין.

chiken » 5/6/2006 21:50

yones69

אז די ווייסט נישט, נעם דיך נישט שעלטן ווי א מטורף,
אדער זאג איך ווייס נישט, אדער טו וואס איך האב געטון, קאל אן א חבר און פרעג.

די תירוץ איז:

די מענטשען וואס האבען אריינגעגעבן די פארלאנג וואוינען אין אפסטעיט, מילא גייען זיי צו זייער דזשאדש.

yones69 » 5/6/2006 22:00



אז די ווייסט נישט דעמאלס רעד נישט.


קיין שום קלאגע קענען נישט אריינגעבן מענטשן וואס וואוינען אין קרית יואל קעגן מענטשן וואס וואוינען אין ברוקלין אדער קעגן א פראפאטי וואס געפינט זיך אין ברוקלין אין געריכט אין אפסטעיט.


מען קען גיין אין אפסטעיט נאר טאמער די פראפאטי אדער די אנגעקלאגטע וואוינען דארט.


און דא איז אזוי די פראפאטי איז אין אפסטעיט, ווייל סאטמאר האט געפיילט בעל הבית אפען בית החיים אין קרית יואל, וואס האט באלאנגט פאר קהל יטב לב דסאטמאר ווילי און קרית יואל בשותפת, און די זאליס האבן דאס גענטפערט און אריינגעבען א קלאגע דערקעגן, איז די גאנצע קעיס פון קהל יטב לב דארט אריין, די גאנצע קאפירעשאן אלעס וואס באלאנגט צו איר איז די אפסטעיט שופט דער דעה זאגער, און די שופט פון אפסטעיט איז דער שופט אויף אלעס וואס האט שייכות מיט קהל יטב לב דסאטמאר ברוקלין, און נאר צו אים קען מען גיין.


תוקן על ידי - yones69 - 05/06/2006 22:03:46

פאטאקי08 » 5/6/2006 22:04

למעשה וואס איז געווארן מיטן טי אר אוי?
האבן זיי עס געגעבן צו נישט?
האט עס עפעס מיטן אפעלאט קארט צו נישט?

chiken » 5/6/2006 22:15

כ'האב געוואוסט אז צום סוף וועסטו זאגען.

but i miss one point
פארוואס אז די קעיס איז געווען אריינגעשלעפט אין אפסטעיט, בלייבט די נכסים אפסטעיט נכסים?
און אויך, ס'איז דאך שוין פארטיג די קעיס, און יעצט ליגט עס ביי אפיעל אין ברוקלין, פארוואס זאל עס נישט צוריקגיין אין ברוקלין ווי ס'איז יעצט?

yones69 » 5/6/2006 22:26



1 איך ווייס נשיט וואס די זאגסט אפסטעיט נכסים און די מאכסט עס נאך באלד?


2 אז א חלק נכסים פון די קאפערעשן איז אין אפסטעיט גייט אלעס אהין ווי די קארט פאנגט זיך אן, עס אזי פונקט אזוי ווי די זאלסט זאגן אז איינער האט א הויז און עס איז דא איין ריכטער אפען דיינוג רום און איין ריכטער אפען קאך, דאס זעלבע איז מיט די קאפערעשאן עס קען נאר זיין איין ריכטער אויף די גאנצע קאפירעשן.


3 אפילו די קארט איז פארטיג אז עס איז דא נייע מאשענס אדער קלאגעס צו געבן איבער די קעיס, דארף מען עס געבן ביי די ריכטער ווי די קעיס איז געווען מען קען גיין נאר צו אים.


בא_ללמד » 5/6/2006 22:39

ריכטער אוענס האט איבערגענומען ריכטער ראזענוואסער וואס האט רעטייערט, און עס איז כאילו מ'וואלט געגאנגען צו ראזענוואסער, וואס איז פאקטיש נאך אויף די קעיס ווילאנג ס'איז נישט "קעיס קלאוזד" (אזויווי ביי די לוי'). אבער ווילאנג דו ברענגסט נישט קיינע באווייזן איז זייער שווער אנצונעמען די נייעס.

chiken » 5/6/2006 22:42

1 איך ווייס נשיט וואס די זאגסט אפסטעיט נכסים און די מאכסט עס נאך באלד?

די שרייבסט דאך און דיין פאריגע תגובה  און דא איז אזוי די פראפאטי איז אין אפסטעיט


2 אז א חלק נכסים פון די קאפערעשן איז אין אפסטעיט גייט אלעס אהין ווי די קארט פאנגט זיך אן, עס אזי פונקט אזוי ווי די זאלסט זאגן אז איינער האט א הויז און עס איז דא איין ריכטער אפען דיינוג רום און איין ריכטער אפען קאך, דאס זעלבע איז מיט די קאפערעשאן עס קען נאר זיין איין ריכטער אויף די גאנצע קאפירעשן.

אנגעהויבען האט זיך עס אין ברוקלין ביי באראש
איי וועסטו טענה'ן אז באראש איז שוין נישט קיין דזשאדש, ראזענוואסער איז שוין אויך נישט און די רופסט אן זיין נאכפאלגער גייט אלעס אהין ווי די קארט פאנגט זיך אן

3 אפילו די קארט איז פארטיג אז עס איז דא נייע מאשענס אדער קלאגעס צו געבן איבער די קעיס, דארף מען עס געבן ביי די ריכטער ווי די קעיס איז געווען מען קען גיין נאר צו אים.

פארוואס די מאושען פון 2 וואכען צוריק האט מען יא אריינגעגעבן אין ברוקלין?

גוטזאגער » 5/6/2006 22:44

בכלל פארשטיי איך נישט וואס פשט פון די TRO? איך בין זיכער אז די אפעלאט ריכטער וועלן עס תיכף אפווארפן.

מקוה_איד » 5/6/2006 22:45

די אפעלעט איז ביים "סעקענד דעפארטמענט", די "סעקאנד דעפארטמענט" דעקט מערערע קאונטיס אין נו יארק, וואס אין דעם איז נכלל "ברוקלין" און אויך "אראנדש" און נאך פארשידעדנע קאונטיס, פערצופאל זענען זייערע אפיסעס אין ברוקלין, זיי וואלטן פונקט אזוי געקענט זיין אין אראנדש.

פון אפעלאט קען מען נאר פארלאנגען עפעס וואס האט א שייכות מיטן עצם אפילן דעם קעיס.

און צו דיר YONES איך זעה נאך נישט ווי דער ריכטער זאל האבן ארויפגעלייגט א TRO, עכ"פ פון וואס דו האסט געברענגט זעהט מען עס נישט...מ'זעהט נאר אז מ'האט עפעס פארלאנגט...

מקוה_איד » 5/6/2006 22:48

צ'יקן,
 
די מאושען פון 2 וואכן צוריק האט געהאט א דירעקטן שייכות מיטן "אפיל", ווייל מ'האט פארלאנגט אז מ'זאל טוישן די "סטעי".

חיים_נחום » 5/6/2006 22:48


די קעפל איז מיסלידינג, אויב איז נאכנישט דא א TRO זאל מען טוישן אויף

"פארלאנג פאר TRO אריינגעגעבן אין געריכט"

פאקטיש » 5/6/2006 22:54

אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן די פאקטן זענען אזוי אדער דער אנקלעגער תובע [נישט נאר דער אנגעקלאגטער נתבע, אפילו דער אנקלעגער] אדער די זאך אויף וואס מען קריגט זיך חפצא/נכסים דארף זיך געפינען אין די קאונטי/סטעיט ווי מען קלאגט דא אין אונזער פאל זענען די אנקלעגער, ר' משה שעהר, ר' דוד עקשטיין, ר' אליעזר הורוויץ, אלץ די פאטרעטער פון די קלעס עקשאן לאוסוט בשם אלע טויזענטער וואס האבן געקויפט א זיץ, איז וויבאלד די דריי וואוינען אין אראנדזש קאונטי, קען מען אויף קלאגן אין אראנדזש קאונטי אדער אין ברוקלין נאך א פאקט, די קעיס פון בית החיים איז נאך אפען און עס איז אין פראנט פון ריכטער אוען וואס האט עס איבער גענועמן פון ריכטער ראזענוואסער נאך א פאקט ביי געריכט קעיסעס דארף מען פיילן א RJI, וואס מיין "רילעטעט דשודזיזשעל אינדעקס" וואס מיינט אז עס איז דא א קעיס בשייכות צו דעם אין קאורט [אז נישט שרייבט אז עס איז נישטא] ממילא באלאנגט עס נאר ביי ריכטער אוען פון אראנדזש קאונט וואס וואלט ווען געווען ווען מיר גייען ווען מיט דעם קעיס קיין ברוקלין און די זאליס וואלטן ווען געשריגן אז עס באלאנגט אין אראנדזש ווייס איך נישט די געזעץ איך האף אז דאס העלפט

chiken » 5/6/2006 23:04

יישר כח מקוה איד און פאקטיש
פארן אויפקלערן די זאך און אונז ארויסנעמען פון די פלאנטער וואס yones69 האט אונז אריינגעלייגט דא.

יענקעלע11 » 5/6/2006 23:20

דער אלטער שעהנפעלד פון 150 ראדני און חיים דוד מאנדל פון 82
האבן היינט באקומען דעם TRO אינטערגעשריבן פון ריכטער אוענס,

פאקטיש » 5/6/2006 23:25

נאך א פאקט

די TRO איז שוין אונטער געשריבן 'יוני 2 2006' למספרם [ערשטע טאג שבועות]

נאך א פאקט

די ריטוירן דעיט אויף די מאושן איז 'יוני 12 2006' וואס איז קומענדיגן מאנטאג

איך בין זייער נייגעריג צו זעהן, וואס וועט זיין אויב די זאליס וועלן לויפן און אפילן דעם TRO, אויב דער אפעלאט ריכטער - קיין חילוק ווער עס וועט זיין יענעם טאג, אפילו די זאליס וועלן אויסווארטן אויף א ריכטער וואס פארשטייט.... - אויב יענער אפעלאט ריכטער וועט נישט אנפרעגן דער פירענדן אפעלעט ריכטער מרס פרודענטי

חיים_נחום » 5/6/2006 23:34

אנטשולדיגט אז איך פרעג ווי א קינד, כ'וויל פשוט פארשטיין.

האב מיר אונז יעצט א TRO? איז די נייע ביהמ"ד פארשלאסן יעצט? אין מיינט דאס אז מיר קענען דאס יא האבן?

ביטע ענטפערען פאר אינז קטני המוחין, וויאזוי די זאכן גייען צי. יישר כח

yones69 » 5/6/2006 23:34



סיי אז די אנגעקלאקטער אדער די קלעגער אדער די פראפאטי איז אין ארענדש קאנטי קען מען אהין גיין.


די ריכטער אנוס האט אונטערגעשריבען די tro שבועות.


נאר ער איז די ריכטער און נאר צו אים קען מען גיין, ווייל ביי אים איז אפען די סאטמאר קעיס, עס ליגט נאך פאר אים די דזארשמענט וואס ער דארף סיינען וועגן די בית החיים.

כל_העולם » 7/6/2006 04:05

דער טי.אר.או. פון ריכטער אוען אויפן נייעם ביהמ"ד. קרעדיט: פאקטיש. http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=739706904DEA8D0F

אשר_זלמן » 7/6/2006 05:49

ביי מיר ארבעט עס נישט

abi_gezint » 7/6/2006 05:53

you have to rename the file to .pdf and everything will be ok

מה_טובו » 7/6/2006 05:54

בא ללמד אדער א יענקעלע אדער עניבאדי איז מכובד איבערצוטייטשען די זאך קורץ און שארף און פלעין אידיש.

יישר כח

chiken » 8/6/2006 17:56

איך הער אז זיי גייען עס היינט אפילען

זעהט אויס אז היינט איז דא א גוטע דזשאדש