היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מזל טוב ! סאטמאר ב"פ ווידער געווינען !

מזל טוב ! סאטמאר ב"פ ווידער געווינען !

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1941648

בא_ללמד » 5/6/2006 19:04

די ריכטערין האט ארויסגעטראסקעט אלע קלאגעס קעגן די ראשי הקהלה, אוןבשום אופן נישט געוואלט געבן די טי.אר.או.

זי האט געגעבן א "עטוירן דעיט" פאר אויגוסט 24.

מזל טוב סאטמאר !

העברת פי ה' היא לא תצלח !

כל_העולם » 5/6/2006 19:12

זשוליאני08: ריכטער דעמארסט האט היינט, מאנטאג דערלאנגט נאך א שאס פאר די דעפרעסטע זאליס אין בארא פארק. זי האט ארויסגעשאסן די TRO פארלאנג פון דעם מסור והולך בערכאות מענדעלע בן חיים הערש שווימער און זיין שותף יאנקעל בערקאוויטש (בן לייבעלע) שניאור קליין נפול = געווינען תפול = נאך געווינען kligeryid: she told them to go to din tora תוקן על ידי - כל_העולם - 06/06/2006 1:43:32

כל_העולם » 5/6/2006 19:16

ווארהייט:

די פלאפ איז געווען באגלייט פון אן אנדערן מעידזשאר פלאפ. טארטיקאווער בית דין איז ארויסגעקומען מיט א צעטל אז אהרן וועלץ האט זיך פולשטענדיג צוגעשטעלט און איז געהעריג מסכים צו גיין צו דין תורה, און עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס צו זיין אין קאורט. דאס גאנצע גיין אין ערכאות איז שלא בהיתר בית דין.

volvi06 » 5/6/2006 19:18

ווארהייט
can you please post it here?

עכטע_נייעס » 5/6/2006 19:32

מ'האט ארויסגעווארפן די גאנצע קעס נישט נאר די טי ר אוי

באראש » 5/6/2006 19:41

מזל טוב מזל טוב!!!

עס הערשט א שמחה עצומה ביי אלע סאטמאר חסידים איבער די וועלט אויף די גרויסע זיג בעזר ה' וואס קהלתינו הק' האט היינט אפגעהאלטן אין בארא פארק.

דער אייבישטער זאל העלפן אויף ווייטער אז די מוסרים ומלשינים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונזער הייליגע קהלה הק' קהל יטב לב דסאטמאר וואס מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט גערינדערט בדם ללבו.

kj_village » 5/6/2006 20:27

איך פארשטיי נישט

פארוואס האבן די זאליס נישט געוויזן פאר די ריכטערן זייער היתר בי"ד???
[בילד – נישט אפגעהיט]

verbeenich » 5/6/2006 20:45

אוי נאכאמאהל געווינען
וויי געוואלד געווינען
ווען גייט עטס שוין אמאהל געווינען
ווען וועט עטס שוין געוואר ווערען דעם ריכטיגען באדייט פון געווינען?
געווינען איז טייטש געווינען
נאכאמהל
געווינען איז טייטש געווינען

Mench » 6/6/2006 01:32

יעצט אראפגענומען פון וואנט אין ביהמ"ד 53 סטריט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

Mench » 6/6/2006 01:33

צווייטע העלפט
[בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 6/6/2006 01:54

אינטערסאנט,

סיז אינגאנצען אפאר וואכן זייט ר' זלמן לייב האט געשיקט די ערשטע הזמנה, און שוין איז ער מיטן פולן פראכט אין קארט!!

עס מאכט דאך נישט קיין סענס...

אפי' מ'זאל מיר זאגן אז די בארא פארקע מוסדות זענען מסרבים, עס מוז דאך נעמען לכה"פ א שטיקל צייט ווילאנג ווי וואס ווען, מ'פארהאנדעלט, מ'פורבירט דאס, מ'פורבירט יענץ, דערווייל 2 טאג נאך די ערשטע הזמנה, איז שוין געווען א קעיס נומער אויפן קארטס וועבסייט!!

מ'האט מיטאמאל געגעבן קיין צייט פאר די מוסדות צו מסרב זיין...און שוין איז ר' זלמן לייב געווען אין קארט מיטן פארטיגן היתר!! תוקן על ידי - מקוה_איד - 06/06/2006 2:24:46

געגאנגען » 6/6/2006 02:04

מקוה איד, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. האסטו נישט געהערט אז מ'האט ארויסגעווארפן אלע סיגוטער קינדער פון די מוסדות? האסט נישט געהערט אז מ'האט ארויסגעווארפן יעדן מלמד וואס האט שייכות מיט סיגוט? האסט נישט געהערט אז ר' אהרן וועלץ האט איבערגעשריבן אלע בילדינגס פאריגע וואך? צום סוף: דו ווייסט נישט אז הפה שאסר הוא הפה שהתיר?! דער איסור פון ערכאות גייט נאר אן אויף סאטמאר! אזוי אויך אלע אנדערע עבירות! אין סיגוט איז גארנישט אסור (נאר אויב מ'האט נישט קיין גוטע פיקטשערס איז דא א איסור דערויף) !!!!!!!!!!!!!!