היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » געבוירן מיט 2 לינקע הענט...

געבוירן מיט 2 לינקע הענט...

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1937701

קרעמער » 1/6/2006 18:41

איר מיינט אודאי אז איך רעד פון עפעס א שלימזל וועלכער קען זיך נישט באפארן מיט גארנישט, אז זיין מאמע פלעגט אים שוין פון פריעסטן יוגענט זאגן דעם באקאנטן סלאגאן וואס האט זיך געפאסט אויף אים ווי א קאסטום מעיד סלאגאן "דו ביסט געבוירן מיט צוויי לינקע הענט!"

אבער ניין..................

כאפט א בליק אויף דעם בילד, און קאמענטארן זענען איבריג


[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 7/6/2006 01:02

כירורגן אין שאנכיי, כינע, האבן היינט סוקסעספול אדורכגעפירט א דריי שעה'יגע אפעראציע אראפצונעמען דעם איבריגן דריטן ארעם פון דעם צוויי חדשים'דיג קינד, זיי האבן געהאט א דילעמא וועלכע האנט אראפצונעמען, למעשה האבן זיי אראפגענומען דעם פאדערשטן, וואס האט געקענט אויספירן ווייניגער פונקציעס ווי די הונטערשטע.

בןהרחמן » 7/6/2006 01:35

אויפן בילד קוקט אויס ווי דער הונטערשטער האנט קען נישט געהעריג איינבייגן דעם עלנבויגן

משנה_למלך » 7/6/2006 03:47

להלכה, אויף וועלכען האנט וואלט ער ווען געדארפט לייגן תפילין ?

לויט קרעמערס באריכט, וואס לויטעט אז די פאדערשטע האנט האט געקענט אויספירן ווייניגער פונקציעס, וואלט יענער - אראפגענומענער - האנט געהייסן די "יד כהה".

... כל המחלה אשר שמתי במצרים וב...[כל העולם כולו]  לא אשים עליך...