ברעקינג: זאליס גייען אין קארט בארא פארק
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1936564
ברעקינג: זאליס גייען אין בערכאות של עכו"ם אין בארא פארק
היינט צופרי האבן די זאליס אנגעפירט דורכ'ן מסור והולך בערכאות מענדל שווימער פון ב"פ, געשיקט אז היינט 3 אזייגער גייען זיי אריין אין קארט ווי זיי גייען בעטן א TRO, קעגן די מוסדות הקדושים ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל דסאטמאר בארא פארק.
3 אזייגער גייט פארקומען א זיצונג אין געריכט דערוועגן.
תלמדי וחסידי סאטמאר ווערן געבעטן יעצט צו זאגן תהלים און בעטן דעם הייליגן באשעפער אז די מוסרים והולכי בערכאות זאלן דורך פאלן היינט, און נישט קענען גורם זיין קיים שום ניזוק פאר די הייליגע מוסודת הקדושים.
השתדלו והרבו תחינה!
זענענן די סאטמערע אידן כשר'ע אידן????
וואס גייט דא פאר?????
די זעלבע דיינים וואס האבן פאר אונז אלע גע'פסקנט אלע יארן איסורי כריתות
האבן פאר 6 יאר צוריק געשריבען פאר א גאנצע עדה אידן קשר בודים אינם מן המנין, מוסרים. ווייל מען האט גענימען א היתר צי גיין אין קארט פאר א T R O פין א פרעמדען בי"ד וואס קען נישט די תהלוכי הקהלה,
שוין נאכען שיקן דריי הזמנות לדין תורה!!!!!
די זעלבע דיינים האבן איצט מתיר געווען אין מאנטריאל צי גיין אין קארט אן א היתר בי"ד בכלל!!
אן שיקען א הזמנה!!!!
די זעלבע דיינים האבן געגעבן א היתר פאר זאליס אין בארא פארק צי גיין אין קארט אן שיקען הזמנות לדין נאר דורוך א שוואכערן היתר וואס מיר האבן געהאט פאר 6 יאר צוריק!!!!????
וואס גייט דא פאר?????
תוקן על ידי - כל_העולם - 31/05/2006 23:13:42
מיר וועלען אי"ה געווינען אזוי ווי אלעמאהל
מען זעט בחוש ווי דער רבי ז"ל הכ"מ שטייט אונז צו די רעכטע האנט
און מיר געווינען טאקע אלעמאהל
דער אייבישטער זאל העלפען מיר זאלען האבען נאכאמאהל אזא געווינס ווי מיר האבען געהאט און מאנטריאל
זאליס יעצט ארומגעשיקט מעסעדזש אז ס'איז יעצט דא א הירינג און יעדער זאל גיין מחזק זיין!
ברעקינג: דער דזשאדש וואס איז געווען א פרוי, האט ארויסגעווארפן די זאליס ווי הינטן און זיי גארנישט נאכגעגעבן.
פרטים יבואו!
נו, מ'הערט שוין עפעס מער ???
תוקן על ידי - טאראראם - 01/06/2006 0:28:59
ועל כגון דא נאמר,
פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.
מיר די קלוגע חכמה פון הער שניאור קליין און יעקב ראטה, זעהט מען אזוי אויס.
דער דזשאדש האט זיי געזאגט, אויב זיי ווילן מאכן א קעיס זאלן זיי צורקיקומען מאנטאג, דאן וועט מען באהאנדלען צו מען זאל עפענען א קעיס. זי האט בכלל נישט איינגעזעהן פאר וויכטיג זיי נאכצוגעבן פאר א טי. אר. או.
פרטים ???
אל תחזיק טובה לעצמך ! ! !
יעצט באקומען א מעסעדש אויף מיין סעל פון אנ"ש דסאטמאר:
!!!NO TRO IN BORO PARK
הודו לה' כי טוב!!!!
יעצט באקומען, דער דזשאדש האט זיי ארויסגעווארפן און זיי געזאגט אז ס'זעהט בכלל נישט אויס ווי קיין קעיס, האבן זיי געטענה'ט אז זיי ווילן מסביר זיין, און אפאר מאל געבעטן זיי ווילן מסביר זיין, האט זי זיי געזאגט זיי זאלן צוריקקומען מאנטאג נאכאמאל מסביר זיין......... ווי ס'זעהט אויס וועט עס זיי גארנישט העלפן.
איך הער אז דער סיגוטער האט פשוט געכאפט א נערוון בראך ווען ער האט געהערט אז ר' אהרן וועלץ האט געווינען און דער דזשאדזש האט ארויס געווארפן דעם פארלאנג פאר א TRO, ער האט אנגעהויבן צו מאכן אזעלעכע משונה'דיגע קולות און ער האט אנגעהויבן צו ברוקן און צו שעלטן, מען האט שנעל גערופן שלום יוסף דייטש, און ער האט עם געגעבן עפעס א בארוהיגונגס נידל, און ער איז אינטער אבזערוואציעס, לעת עתה הייסט עס אז ער איז אזוי צוטראגן, אז ער גייט נישט זאגן קיין תורה דעם שבועות, וועגן עסן קרעפלעך ווייסט מען נאכנישט.
איך האב דערווייל נאכנישט געקענט דערגיין די אקוראטע פרטים איבער די פארהאנדלונגען, און איך
האף אי"ה בקרוב צו וויסן פונקטליך וואס דא איז פארגעגאנגען.
אבער איין זאך וויל איך פארשטיין:
צי האלט ר' חיים שלמה ווערטהיימער אז ביי הרב גביוף מעג מען טרינקען א גלעזל וואסער
?
די זעלבע מענטשן האבן אונז באשריגן און באזינגען יארן לאנג פאר די "חוצפה" פון גיין צו א
'פרעמדן' בית דין אז זיי זאלן זיך אריינמישן אין די אינערליכע סאטמארע אנגעלעגנהייטן, די
גרעסטע 'הירוס הדת' איז ארויסגעקומען פון זיך ווענדן צו דיינים "וואס קענען זיך נישט אויס אין
די תהלוכי הקהילה". דער פאקט אז מיר זענען צו זיי בלויז געגאנגען פאר אן הזמנה,
און מיר זענען גרייט געווען צו גיין צו דיינים פון סאטמאר, נאר ביי א זבל"א, האט בכלל נישט
פארשוויגן די ענערגישע פראפאגאנדע מאשין פון שרייען השכם והערב תהלוכי
הקהילה.
מה היום מיומיים ?
וואס האט יעצט פאסירט אז מ'מעג שוין פארלאנגען פון פרעמדע דיינים אז זיי זאלן זיך מישן אין
אינערליכע סאטמארע סכסוכים, וואו עס מעג נאר אריינרעדן א סאטמארער דיין ?
איך ווייס נישט ווער ס'האט זיי איינגערעדט אז וויבאלד רב גיביוף וועט מתיר זיין עיקול, אז זיי וועלן עס באקומען,
מיין אבזערוואציע זאגט אז זיי גייען אין וואנט אריין דארט, 1, אנדערש ווי 82, איז אהרן וועלץ אויסערדעם וואס ער איז אדמיניסטראטער איז ער אויך אין די באורד פונקט ווי מענדל שווימער, 2, אהרן וועלץ טוט גארנישט אליינס אלעס איז בהסכמת קהל, די רבי, די רב, א באורד וואס איז באשטעטיגט געווארן דעמאלטס ווען די זאליס האבן געוואלט דורכפירן א דורכגעפאלענע פוטש אין 2002.
יענקעלע, זיי נישט ברוגז, דיין תגובה איז אביסעלע קינדיש אין א זאלונישע סטייל, פאסט נישט פאר דיר...[בילד – נישט אפגעהיט]
יאנקעלע[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין נישט באזארגט, ער וועט עסן די קרעפלעך אויב ס'וועט זיין א גוטע רעסעפי.
איך הער אז אין קאורט איז נישט געווען קיין איין איינציגער בארא פארקער קנאקער! סאיז געווען
בעיקר אפאר אינגעלייט שוויצערס פון וויליאמסבורג.
איינער קען געבן א פונקטליכע רעפארט פון די קאורט? וואס אז געווען? וואס גייט זיין?
לויט ווי איך הער, האט דער ריכטער גענצליך אפגעווארפן די טענות פאר א טי.אר.או.
ער האט נאר אזויפיל געזאגט, אז זיי זאלן גיין צו "ארביטרעישאן", ד.ה. דין תורה. אדער - (אויב
זיי ווילן נישט גיין צו די"ת. נישט זיכער אויב קלאר ארויסגעזאגט) וועט זיין מאנטיג א
געהעריגער טרייעל, וואו זיי וועלן קענען אריינגעבן זייערע טענות אין געריכט און אנהייבן א
קעיס אקעגן ר' אהרן וועלץ.
מקוה, א שאד דער רבי לאזט נישט ענטפערן, חבל...
ווען איך מעג ווען ענטפערן וואלט איך דאס גענטפערט...
איך האב היפש שפעקאלירט צו איך זאל עס שרייבן, טאקע ווייל עס קיקט אויס קינדיש, און זאלוניש'דיג, אבער איך דארף באטאנען אז ס'איז 100% קראנט, אז ער איז צעווילדעוועט געווארן, און אז שלום יוסף איז געקומען צופליען, איך האב עס געהערט פון זיין א נאנטן שטוב מענטש.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 01/06/2006 3:31:10
מקווה איד
אנדערש ווי אונז אלע, קימט יענקעלע פין בארא פארק
זיינע קינדער גייען אין יענע מוסדות {אדער זיי גייען גיין דארט}
מילא פאר עם איז עס א פרעזענליכע נצחון
אנדערש ווי פאר אונז אלע וואס מיר האלטן דאס נאר מיט פין דערווייטענס
ממילא ווען ער האט געהאט א זיג איז עס געווען פרעזענליך....
דאס האט געברענגט די אויסער ווי געווענליכע תגובה!!!
{יענקעלע, עס איז געווען נייעס אין קארט היינט????}
מקוה איד
איך פארשטיי נישט פארוואס די חילוקים וואס די האסט געברענגט זענען משנה?
אמת אז ער איז אין באורד ער האט דאך אבער א רוב אין באורד קענעם אים.
איך זע אויך אז ער איז לעגאל באלבאס אין מען קען אים נישט רירען, איך וויל נאר וויסען פארוואס? וואס איז זיין לעגאלע כח?
עפשטיין.
דער עיקר דיון איז ווער עס איז די ריכטיגע באורד.
ר' אהרן וועלץ האט אן אייגענע באורד, נאר זיי טענה'ן אז זייער באורד איז די ריכטיגע.
און וויבאלד זיי אליין זענען מודה אז עס איז שוין אדורך צוויי יאר וואס ר' אהרן וועלץ האט
אריינגעלייגט זיין אייגענע באורד, און ווי עס קוקט אויס איז דערווייל דער מוסד נישט
אונטערגעגאנגען... איז נישטא קיין שום נארמאלע סיבה צו געבן א טי.אר.או.
אבער ווער קען וויסן וואס עס קען נאך פאסירן ביז מאנטיג ? [סקאט מאללען ארבעט שבועות אויך...
און כ'מיין אז די באנק איז אויך נישט פארשפארט...]
בא ללמד
דעם לעגאלע נקודה וויל איך באמת פארשטיין.
ר' אהרן וועלץ איז דאך סך הכל א מעמבער אין באורד, ווי איז ער בכח לעגאל אריינצולייגען א נייע באורד אן א רוב פונעם אלטע באורד?
אין וואס באשטייט זיין לעגאלע בעלות?
זאגט ער אז די אלטע באורד האט מסכים געווען? זאגט ער אז עס איז געווען עלעקשאןס?
די גאנצע טעמע פון "באורד'ס" ביי חרדי'שע אידן איז אויסערגעווענליך קאמפליצירט, דער שטארקער
קאנטראסט צווישן די ארגינעלע געזעצן ביים גוי און דער צוגאנג פון חרדי'שע אידן דערצו, איז
לדעתי פון די הויפט גורמים איבער די שרעקליכע מחלוקת'ער וואס קומען פאר ביים היימישן ציבור
אין די לעצטע צייט.
די הויפט שאלה איז, וויאזוי ווערט מען א באורד מעמבער ?
מענדל שווימער אין זיינע געריכט פאפירן שרייבט אויך נישט וויאזוי ער איז ערוועלט געווארן, די
אלטע באורד לעבט שוין נישט יעדער, איז ווער האט אים אריינגעשטעלט ?
די איבריגע קאמפליצירטע טיילן וועלן מיר איבערלאזן פאר די געריכטן, אבער איך מיין אז ס'איז
גענוג צו פארשטיין אז גארנישט איז נישט אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס אויבנאויף.
אנאלעזירן:
אנאליז: מענדל שווימער א נאמען אדער א באגריף
די פראגע איז מיר אויפגעשווימען אין די לעצטע טעג און וואכן, נאכן ליינען, הערן, און מיטהאלטן
די באריכטן פון בארא פארק
דער אויבנאויף סך הכל איז:
א מסור[ברשות בי"ד ושלא ברשות בי"ד]
א אנזעצער [מארטין פעיפער יוכיח]
א דרייקאפ [די קלאגע פון זיין ווייב קעגן די יאכט קאמפאני
דעריבער וואלט איך געהאלטן אז מען דארף אנאלעזירן, דעם נאמען, פון די הייליגע חז"ל ביי די
מעשה פון ר' מאיר און כידור ווייסן מיר די כלל פון שמא קא גרים, איז די פראגע וואס ליגט אין
דעם נאמען מענדל און וואס אין שווימער און וואס געשעהט ווען די צוויי נעמען קומען זיך צוזאם
ווער האט די טראנסקריפט פונעם הירינג ???