היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איינער האט "אוצרות התורה"?

איינער האט "אוצרות התורה"?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1934410

נבוכדנאצר » 30/5/2006 01:24

עס מאכט מיר צרות צרורות לעצטנס, מיין קאמפיוטער "דערקענט" נישט דעם הארד-דיסק בכלל, כ'האב שוין אויסגעמעקט און צוריקגעשטעלט דעם דרייווער ביי Device Manager אבער ווי גערעדט צום לאמפ.

איינער האט אן עצה?

מארגן קען איך איהם הערשט טעלעפאנירן, און עס ברענט מיר יעצט א געוויסער בוך.

hotwire » 30/5/2006 01:29

וועלכע בוך דארפסטו וויכטיג, כקען דיר עס אימעיל'ן

נבוכדנאצר » 30/5/2006 01:34

ביזט א איד א צדיק!

כ'דארף בלויז עטליכע בלעטער. די מפתחות פון "לתולדות החינוך בישראל" פון שמחה אסף, ס'איז ביים סאמע ענדע פון פערדן באנד.

גיב א זוך אויב ער האט דעם בוך פון הרב (?) אברהם אורנשטיין "הנשיאות בישראל", אויב יא וועל איך עס שוין אליין עפענען מארגן בעז"ה, ס'וועט מיר נאר שפארן א רייזע צום ביבליאטעק, כ'דארף וויסן דעם פלאן פון יעצט.

א געוואלדיגן יישר כח.

נבוכדנאצר » 30/5/2006 01:36

עיקר שכחתי:

nevuchadnezar@moshiach.com

hotwire » 30/5/2006 01:43

די ספר "הנשיאות בישראל" האט ער נישט, אבער אין אוצר החכמה איז עס יא דא

נבוכדנאצר » 30/5/2006 01:47

יישר כח.

יעצט דערצייל מיר א סוד: איך האב נישט דעם אוצר החכמה געהעריג, נאר דורך די אינטערנעט, איך האב שוין טאקע באצאהלט פאר 2000 בלעטער, אבער מאכן א PDF פון אזא סיסטעם איז א גיהנם ווי דו ווייסט מסתמא, און אויף פאפיר דרוקן נעמט אויך א יאהר מיט א דינסטאג, דו האסט יא דעם אוצר החכמה אויפן הארד דרייוו?

אויב איך מעג דיר בעטן און עס איז דיר מעגליך צו מאכן א PDF פון אוצר החכמה דורכן דיסטילער, וואלט מיר געווען א טובה גדולה, און איך דאנק דיר דערפאר שוין פון יעצט.

אויב נישט - איז נישט וועל איך זיך שוין אן עצה געבן סיי ווי אזוי.

ועוד הפעם יישר כח גדול ונורא.

hotwire » 30/5/2006 01:53

כ'האב געמאכט א PDF פין ביידע איך שיק דיר שוין

chatzilim » 30/5/2006 02:00

אך..... מי כעמך ישראל
איינער העלפט דעם צווייטן

נבוכדנאצר » 30/5/2006 02:07

2 שאלות:

1. האסט געשיקט צוויי באזונדערע מעסעדזשעס? ס'איז געקומען בלויז דער מפתח.

2. דאס איז פון מורגנשטרן אדער סלע? וויאזוי ביזטו פטור געווארן פון דעם "אוצרות התורה" סימבאל?

און א גרויסן יישר כח נאכמאל.

דאס איז דאך ריכטיג צדקה, ווייל דער נותן ווייסט נישט פאר וועמען ער גיט, און דער מקבל ווייסט נישט פון וועמען ער האט גענומען.

אשריכם ישראל...

hotwire » 30/5/2006 02:08

כ'האב געשיקט צוויי מעסעדזשעס

איינס איז פין אוצרות התורה, די צווייטע פון סלע

כ'האב געמאכט א ספעציעלע פראגראם פטור צו ווערן פין די שאר ירקות

נבוכדנאצר » 30/5/2006 02:12

איך וועל צואווארטן...

זאג מיר נאר, האסט אויך געקענט פארריכטן אז ביי מארגענשטערן זאלן די בלעטער נישט ארויסקומען אויסגעצויגן אדער צוקוועטשט?

איך ווער משוגע פון דעם, כמעט אלע ספרים זיינע קומען אזוי ארויס.

מנהג סדום... אז ער איז צו קליין - ציהט מען איהם אויס; אז ער איז צו לאנג - צודריקט מען איהם...

כ'מיין נישט חלילה איהם, ער איז א גאלדענער יונגערמאן, נאר ארור אפם...

hotwire » 30/5/2006 02:15

כ'האב נישט דעם פראבלעם

נבוכדנאצר » 30/5/2006 02:22

ביי מיר קומען אסאך ספרים ארויס אזוי.

קוק דעם ארגינעלן וועסטו כאפן. ס'איז תיקון עולם, ווארשא תרצ"ב.

דער פייל פון הנשיאות בישראל איז נאך נישטא. עס איז שוין ארויס פון דיין זייט?
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 30/5/2006 02:26

גייט נישט.

כ'האב געלייגט איין בלאט אויף

http://rapidshare.de/files/21729316/00.tif.html

פרוביר צו מאכן א פייל פוןו דעם ספר, אויב ביי דיר איז אין ארדנונג וועל איך שוין האבן וואס איהם צו זאגן.

קענסט לייגן דעם הנשיאות בישראל אויף RAPIDSHARE עפעס טויג נישט מיט מיין מעיל זעהט אויס, אפשר איז דער פייל צו גרויס?

א יישר כח פאר דיין טירחא.

נבוכדנאצר » 30/5/2006 02:36

דער פייל איז דא, דער פייל איז דא, יישר כח גדול ונורא.

איך שרייב נאך א מעסעדזש, איין מינוט.

hotwire » 30/5/2006 02:36

ס'איז אינטער 10 מעג, איך דארף יעצט ארויסגיין ווען איך קום צוריק  וועל איך עס ארויף לייגען אויב די האסט עס נאך נישט באקומען

נבוכדנאצר » 30/5/2006 02:45

יעצט בין איך שוין אינגאנצן צוטומלט.

דער TIF פייל איז יא אויסגעקומען גוט, איך האב יעצט געלייגט דעם PDF פייל אויף RAPIDSHARE ביי מיר קומען אויס אלע בלעטער אויסגעצויגן. אויב ביי דיר נישט איז עס א פראבלעם מיט מיין ACROBAT ווייל דעם TIF וואס כ'האב געמאכט דערפון איז ארויס גוט.

פלא והפלא

אגב. יעצט קוק איך דעם הנשיאות בישראל, האסט נישט געקענט אוועקנעמען די ווייסע פינטעלעך און פיצינקע אותיות וועלכע אוצר החכמה לייגט אריין אין דיקע בוכשטאבן?

איך גיי שוין יעצט אוועק, וועלן מיר פארזעצן מארגן.

יישר כחכם עוד הפעם, האסט מיר געשפארט אסאך צייט געלט און כח.

אט איז דער לינק:

http://rapidshare.de/files/21730191/_________________.pdf.html

הא הא, דער דייטש קען נישט קיין אל"ף בי"ת....

זענטער » 30/5/2006 10:47

וואס איך וואלט געוואלט פארשטיין איז וויאזוי האסטו באוויזן צו מאכן א PDF פון אוצר החכמה, ביי מיר לאזט ער נישט פרינטן אפילו דורך דיסטילער?

צווייטענס, וואס איז דאס אוצרות התורה?
איך האב עס געזען אדווערטייזט אבער איך האב נישט געקענט דורכקומען אויפן טעלעפאן.
איז דאס פונקט אזוי גוט אדער אפשר נאך בעסער ווי אוצר החכמה?
איך נוץ אוצר החכמה א געוואלד, איז מיר כדאי צו אינוועסטן אויך אין אוצרות התורה?
וויפיל קאסט עס? וויפיל ספרים האט עס? איז דער פראגראם אזוי גוט ווי אוצר החכמה?

איך וועל זייער דאנקבאר זיין פאר איינעם וואס קען מיר קלאר מאכן די אויבענדערמאנטע.

נבוכדנאצר » 30/5/2006 17:38

זענטער

אוצרות התורה מיט אוצר החכמה זענען אנדערע זאכן. אוצרות התורה צייכנט זיך אויס הויפזעכליך אין טשיקאווע ספרים און צייטונגען, אין דער צייט וואס ער האט ניטאמאל איין גאנצן ש"ס (ש"ס ווילנא אהן רא"ש מהרש"א וכו') מה שאין כן אוצר החכמה.

ועוד הרבה הבדלים. דער עיקר פראבלעם ביי אוצרות התורה איז אז עס איז נישטא קיין SEARCH מיט וועלכע מאנכע באנוצן זיך אין אוצר החכמה..

גוט מארגן הייסער דראט, ביסט שוין אויף דעם עולם? יישר כח נאכאמאל פאר דעם בוך. האסט גענומען דעם פייל פון RAPIDSHARE? וועסט זעהן ס'איז אויסגעצויגן צו דער לענג און צו דער ברייט (דער עיקר מערקט זיך עס ביים צווייטן בלאט וואו עס איז כמעט נישטא קיין ווערטער) עיין שם.

לאמיר הערן אויב ווען דו מאכסט א PDF פאסירט דאס אייגענע, אדער ניין.

יישר כח.

(כ'האב היינט געציילטע מינוטן מער ווייל מען האט דאך נישט געזאגט קיין תחנון און תפלה לדוד).