היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: הסכם בקהלתינו מאנטריאל!

ברעיקינג: הסכם בקהלתינו מאנטריאל!

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1934113
בלאט: 1 2

yones69 » 29/5/2006 21:35



ברעיקינג נוס!!!


מזל טוב! מזל טוב!


א הסכם איז ב"ה היינט אויסגעארבעט געווארן מיט ראשי קהלתנו הק' פונעם צענטראלן קהלה אין וויליאמסבורג, מיט ראשי קהלתינו הק' במאנטריאל.


די הסכם איז באשטעטיגט געוארן דורכן רב הקהלה הגה"צ רבי דוד מייזליש שליט"א.


די הסכם גייט זיין אז מען שטעלט צוריק די אלטע בארד פון ראשי הקהלה אין מאנטריאל, וואס באשטייט פון ר' שלמה יעקב שפיטצער, ר' יעקב מאראווקא, ר' אייזיק שווארטץ, ר' משה פרידמאן, און ר' יוסף פאזען.


מען וועט צולייגן 3 נייע נעמען פון אהרונים וואס די קהלה הק' אין וויליאמסבורג האט באשטעטיגט, אזוי וועלן די אהרונים האבן א פולן רוב אין די בארד פון די קהלה, עס וועלן זיין 5 אהרונים קעגן 1 זאלי און 2 פארווע, און אויףד די בארד וועלן זיין "אלע" בנינים פון מאנטריאל אויך די מיידל שולע "בית אסתר", און אי"ה ראש חודש כסלו תשס"ז וועט מען מאכן וואלן אין די קהלה. מען גייט עס היינט באשטעטיגען אין געריכט ביים שופט.


די זאליס האבן אנגעהויבען צו פארפירען און שרייען צוזאמען מיט ר' משה מנחם אז טאמער דאס באשטעטיגט מען דייען זיי זיך אוועק פון די קהלה, אבער קיינער קרימט זיך נישט אוי, די 20 זאליס און די הכם וועט אי"ה היינט באשטעטיגט ווערן.


שלום שלום צווישן אידן!

בא_ללמד » 29/5/2006 21:48

דוכט זיך מיר אז עס איז צוגעלייגט געווארן א תנאי, אז מען זאל לעגאל נישט קענען איבערשרייבן די בנינים נאר אויב 75% פון די מעמבער'ס זענען מסכים.

אומדירעקט » 29/5/2006 21:50

מיר בלייבן אבער מיט ר' משה מנחם'ס היתר לעקל בערכאות !

פאטאקי08 » 29/5/2006 21:57

אפשר שרייבסטו ווער זענען די נעמען


דערווייל זע איך נאר איין זאלי פאזן

איך זע נישט קיין פארווע

פרידמאן און שווארץ זענען אהרונים
שפיטצער און מאראווקע דארף איך דיך נישט זאגן
איין זאך איז יא אנדערש אז מאראווקע איז א אנטי טירנויער און א פרא מייזעלס

מה_טובו » 29/5/2006 21:59

[בילד – נישט אפגעהיט]



לאמיר רופן דעם הויעכגעשפיצטן פראפעסער אויסצושרייען הויעך אין די עדיטאריאל

ועל כגון דא נאמר


פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפען

kligeryid » 29/5/2006 22:00

now canada/montreal where r u? please tell us what u knew now let us see how good u r with the spin

עכטע_נייעס » 29/5/2006 22:08

ווער האט דאס ערלעדיגט? ר' אלישע הארוויץ שליט"א?

monroe06 » 29/5/2006 22:10

קליגעראיד

די דארפסט זיין גענוג קלוג צו פארשטיין אז די קאנאדא/מאנטריאל איז נאר דא געווען צו דרייען א קאפ,

ער ווייסט דאך אויך דעם אמת.

קאנאדא » 29/5/2006 23:00

איך וויל נאך דערווייל נישט שרייבן קיין פרטים.

אבער יעדער קען זיין רואיג, אז די אינפארמאציע וואס ווערן דא דערווייל געמאלדן זענען האלבע מעשיות און זיי שרייבן נישט ארויס די אמת'ע פרטים פון די פארהאנדלונגען.

בא_ללמד » 29/5/2006 23:04

קאנאדא. איך פארשטיי דיר אינגאנצן נישט. אנשטאט טאנצן פאר שמחה אז די ראשי הקהילה זענען זיך אדורכגעקומען מיט מאנטריאל, און יעצט וועסטו שוין זיך קענען צוריק פאראייניגן מיט דיינע ברודער - די אהרונים, לדבריך, קומסטו גאר זאגן אז מ'זאל זיין רואיג ווייל ס'איז נישט גוט פאר די אהרונים...?

קאנאדא » 29/5/2006 23:13

איך האב נישט דערמאנט דאס ווארט "אהרונים" אין מיין תגובה. ביי אונז איז די אישו "מאנטריאל"! צו פארזיכערן אז יעדער אין מאנטריאל איז צופרידנגעשטעלט, ווייל נאר אזוי קען מען לעבן באחדות.

די פארהאנדלונגען זענען געגאנגען אויף גאנץ גוטע שינעס, מען האט פאר יעדן צד פארזיכערט גאר וויכטיגע פונקטן, אבער קיין פרטים דערווייל וויל איך נישט שרייבן. איך וויל נאך שפרינגען פאר פרייד, און איך וויל נאך שרייבן פארוואס. ווייל ס'איז פריצייטאג.

אבער דאס וואס מען כאפט ארויס געוויסע פרטים פונעם דיל און מען קלעימט וויקטארי, דאס איז סתם ליצנות, און האלבע מעשיות.

אבער עס איז פארשטענדליך מען זאל דאס טאן.
תוקן על ידי - קאנאדא - 29/05/2006 23:20:54

יענקעלע11 » 29/5/2006 23:39

אלזא האט זיך ווידער ארויס געוויזן דאס וואס אונזער ראש הקהל רבי יצחק ראזענבערג שליט"א, האט כסדר געזאגט פארן רב רבי דוד,  אז מיר ווילן זיך חלילה נישט אריין מישן אין מאנטריאל, און אלעס איז נאר געטוהן געווארן צו פארזיכערן אז די מוסדות הקדושים בלייבן ווייטער אין די הענט פון די היימישע ראשי הקהלה, און די באקאנטע מחריבים ומהרסים זאלן חלילה נישט האבן קיין שליטה,

 רבי יצחק, אויף אייך זאגט דער פסוק, והמשכילים יזהירו כזהר הרקיע ומצדיקי הרבים כככבים לעולם ועד (דניאל י"ב) , רבי יצחק מיר זענען שטאלץ מיט אייך, און מיר שרייען אויס, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו.

עכטע_נייעס » 29/5/2006 23:52

קאנאדא זאגט מ'זאל נישט כאפן קיין הייסע לאקשן מ'זאל ציווארטן ביז די אמת ענדיגט זיך באקן.[בילד – נישט אפגעהיט]

קאנאדא » 30/5/2006 00:02

עכטע נייעס:
דו ווייסט די פרטים פונעם דיל?
האבן דער צד שנגד גונבי מאנטריאל אויך עפעס באקומען?
אויב יא וואס?

ווארהייט » 30/5/2006 00:06

פרטים פונעם היסטארישן אפמאך אין מאנטריאל:

1) קהל וועט פארבלייבן די אלטע קהל און ס'וועט צוקומען נאך פיר אהרונים.
די אלטע קהל:
אהרונים:
שלמה יעקב שפיצער, יעקב מאראווקא

זאליס:
מרדכי קאהן, אייזיק שווארץ

גענויגט צו אהרונים:
יוסף שמואל פאזן

גענויגט צו זאליס:
משה פריעדמאן

די צוגעקומענע פיר אהרונים:
יודל ווערצבערגער, שמעון ישראל כהנא, בעריש גראס (בן חיים אלעזר), ישראל פריעדמאן (בן יעקב יושע).

2) די זאליס וועלן נישט קענען גנב'ענען די בנינים ווייל צו טרענספערן א בנין וועט לעגאל אויספעלן די צושטימונג פון 85 פראצענט פון די קהלה מעמבערס.

3) די תלמוד תורה וועט זיין אונטער די זעלבע באורד נעמען ווי די קהל

4) אין די באורד פון בית אסתר וועט מען צולייגן דריי אהרונים.

די אלטע באורד:
זאליס:
מרדכי קאהן, הערשל פליישמאן

גענויגט צו אהרונים:
לייביש קליינבערגער.

די צוגעקומענע דריי אהרונים:
ישראל קאהן בן ר' מרדכי (!!!), שמעון ישראל כהנא און סיני ראטה

5) מען גייט נישט קענען לעגאל טרענספערן די בית אסתר בילדינג נאר מיט די הסכמה פון 100 פראצענט פון די באורד.

6) אין זעקס חדשים וועט מען מאכן וואלן פאר קהל. תוקן על ידי - כל_העולם - 30/05/2006 1:14:22

ווארהייט » 30/5/2006 00:10

נעכטן נאכט איז געווען א מיטינג ביי ר' משה מנחם טירנויער וואו די זאליס האבן פארפירט ביז 2:30 ביינאכט, אז ער זאל שטערן דעם דיעל און בשום אופן נישט לאזן עס זאל דורכגיין.

אבער ר' מרדכי קאהן און ר' משה פריעדמאן האבן געזאגט אז זיי האבן מער נישט קיין כח און ווילן נישט ליידן נאך מפלות און האבן געלייגט דרוק אויף רמ"מ אז ער זאל נישט שטערן דעם דיעל און עס לאזן דורכגיין געהעריג.

סאטמארע חסידים איבער די גארער וועלט זענען אין א געהויבענע שטימונג!

מזל טוב! מזל טוב!

עכטע_נייעס » 30/5/2006 00:23

ווייסט איינער פאר וואס ביי די סיגעטר שטייט נאר פרטים יבאו?

פאטאקי08 » 30/5/2006 01:07

ווארהייט

איך וויל דיר אביסל אויסבעסערן



1) קהל וועט פארבלייבן די אלטע קהל און ס'וועט צוקומען נאך פיר אהרונים.
די אלטע קהל:
אהרונים:
שלמה יעקב שפיצער, יעקב מאראווקא,

זאליס:
מרדכי קאהן,  יוסף שמואל פאזן

נייטראל:
אייזיק שווארץ

גענויגט צו אהרונים:
 משה פריעדמאן


4) אין די באורד פון בית אסתר וועט מען צולייגן דריי אהרונים.

די אלטע באורד:
זאליס:
מרדכי קאהן,
 
אנטי סאטמאר פרא לייטנער קאשוי מארגענשטערן:
הערשל פליישמאן

גענויגט צו אהרונים:
לייביש קליינבערגער.

פאטאקי08 » 30/5/2006 01:13

אייגענטליך
איז אין די אלטע קהל געווען אויך נאך א גרויסער זאלי

יודא ליב פאל

מען הערט עפעס נישט פון אים

אויך איז געווען נאך איינער

ווי אויך איז געווען אום אפיציעל הרה"ג שמואל בנימין סופר ז"ל
שטארקע חסיד געווען

טאראראם » 30/5/2006 01:13

וועם לייגט מען צי ,  צו די 'בית אסתר' באארד ???

סימןטוב » 30/5/2006 01:19

פּאטאקי און ווארהייט, קוקט אויס איר קומט ביידע נישט פון מאנטרעאל ווייל סיי משה פריעדמאן, סיי אייזיק שווארץ און סיי יוסף שמואל פאזען זענען מער-ווייניגער פּאלנע זאלונים.
ביז איצט איז די מאנטרעאלע קהלה באשטאנען פון פיר סיגעטער קעגן 2 סאטמארער, אינדערצייט וואס ארום 70 פראצענט פונעם ציבור געהערט צו סאטמאר. אצינד וועט עס זיין פונקט קאפויער! 6 סאטמארער (די פיר נייע פּלאָס די צוויי אלטע) קעגן 4 זאלונים (די פיר אלטע), רעפלעקטירנדיג די אמת'ע ציפערן פון די קהלה.
אין בית אסתר איז ביז איצט געווען 2 קעגן איינס (הרה"ח הישיש ר' לייבוש קליינבערגער הי"ו קעגן ר' מרדכי קאהן און ר' הערשל פליישמאן).

פאטאקי08 » 30/5/2006 01:44

סימן טוב
איך וויל מיך נישט טעהנ'ן ווי א קינד ער איז יא א זאלי ער איז נישט

אבער דעיס איז זיכער אז לייביש קליינבערגער איז מער ווערט פאר די זאליס ווי משה פרידעמאן און אייזיק שווארץ

ווייל ער איז שוין א אלטער איד און זיין וואוט מיינט הערשל פליישמאן (רעביצן'ס) וואוט

ווידעראום משה פריעדמאן איז קלאר מער נוטה צו ארוינים

אייגענטליך אויף וועלכע גאס אין מאנטריאל וואוינסטו?

ווארהייט » 30/5/2006 01:51

פאטאקי און סימןטוב. איך בין מער באהאוונט מיט די פערסענאליטעט פון די ביז יעצטיגע קהל מיטגלידער ווי ענק.

אבער איך וועל זיך נישט טענה'ן מיט ענק ווייל ס'איז באמת נישט קיין נפק"מ. נאך אזא גוטן טאג פאר סאטמאר, וועמען גייט עס אן?

נאר אזעלכע פייטס צווישן אונז...

דער עיקר איז אז יעצט וועט סאטמארע קהל און די סאטמארע מוסדות זיין פארטרעטן דורך סאטמאר און נישט דורך סיגעט.פון יעצט און ווייטער וועט אן איבערוויגנדער רוב אין קהל זיין סאטמארע חסידים, און די קהלה וועט געפירט ווערן אונטער די הנהגה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

דאס הייסט איינגענומען די קהלה אן קיין איין שאס!!!

תוקן על ידי - ווארהייט - 30/05/2006 2:17:13

עכטע_נייעס » 30/5/2006 01:57

קאנדא

ווי ביזטו יעצט?

פאר בערך א שעה צוריק האבן ביידע לויערס מיט די קארט געסיינט די דיל אזוי ווי ווארהייט שרייבט דא און דארט שטייט אויך אז ר' מנחם ליבערמאן איז דער וואס האט געמאכט די דיל

האסטו שוין גענדיגט מאכן דיין מעשה קאנדא?

yones69 » 30/5/2006 02:02

יודא לייב פאול איז נישט אויף די בארד בכלל.

די זאליס אין מאנטריא' דרייען זיך ארום אן א קעפ זיי שימפען און שעטלן, זיי האבן פריער געקאלט הגה"צ ר' דוד שליט"א אז זיי גייען אוועק דעם שבת פון בית המדרש, עס איז נישט קיין יושר.

ר' דוד האט זיי געזאגט דאס איז דער הסכם און פארטיג, די אהרונים זענען קלארע 75 פארצענט פון די קהלה אין די זאליס זענען אינגאנצן 10 פארצענט, ממילא דאס איז די החלטה און דער הסכם וועט בלייבן.

יעצט זענען די זאליס פארטאן אין זיכן א פלאץ זיי ווילן שוין אוועק גיין דעם שבת.

אשריך רבי יצחק ראזענבערג שליט"א!

מיט זיין געטריישאפט פאר קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר בכל קצוי תבל האט ער געראטעוועט קהלתינו הק' פון די אינשי דלא מעלי!

די געוואלדיגע דערגרייכונג איז נאך א רינגעלע צו פארדאנקען רבי יצחק פאר זיין מסירת נפש פאר מלכות סאטמאר!

בא_ללמד » 30/5/2006 02:04

הודו לה' כי טוב ! קיין בעסערס דערפון האט זיך סאטמאר נישט געקענט ווינטשן ! סיי פארזיכערט די בנינים על צד היותר טוב, און סיי געוויזן פאר די וועלט אז מיר זענען נישט קיין פשוט'ע חיות טורפות מיט וועמען ס'איז אוממעגליך צו גיין צום טיש ! ועל כולם, דער איבערגעאיילטער ר' משה מנחם, וואס האט אין איין שאס צושמעטערט דעם גאנצן פאפירענעם בנין וואס די זאליס האבן אויפגעבויט במשך די יארן פון "הליכה לערכאות". און אויסער א מוסר פארציע פונעם ריכטער פארוואס ער גייט נישט צו דין תורה האט ער באקומען זעראו ! נול ! אויב עפעס איז דאס געווען די שטרוי וואס האט צובראכן דעם רוקן פונעם קעמל, און באוואויגן די עטליכע צוהיצטע מאנטריאלער אז זיי זאלן זיך אראפזעצן ביים פארהאנדלונג'ס טיש, וואו זיי זענען געוואויר געווארן אז זיי רעדן מיט געהעריגע נארמאלע מענטשן !

yones69 » 30/5/2006 02:05


אויך טוען תלמידי וחסידי סאטמאר באדאנקען דעם העראשיען מסירת נפש עסקן

האברך החשוב לב טוב הרבני הנגיד ר' מנחם ליבערמאן ני"ו.

וואס אדאנק זיין ארבעט איז מען אנגעקומען צו דער גרויסער זמן און געשעהניש.

אשריך ר' מנחם אשריך!!!

דיין הערישע ארבעט וועט אריין גיין אין די גאלדענע היסטאריע פון מלכות סאטמאר!

תוקן על ידי - yones69 - 30/05/2006 2:06:44

ווארהייט » 30/5/2006 02:13

ווי געזאגט איז איין וויכטיגע דערגרייכונג פאר סאטמאר, אז ס'וועט זיין וואלן אין זעקס חדשים ארום.

ביז צו די וואלן וועלן די ראשי הקהלה זיין פולשטענדיג אהרונים:

פרעזידענט: יעקב מאראווקא

וויצע פרעזידענט: יודל ווערצבערגער

סעקרעטערי און טרעזשורער: שלמה יאנקל שפיצער

גבאים: יודל ווערצבערגער און אייזיק שווארץ (וואס איז א מעסיגער זאלי). תוקן על ידי - ווארהייט - 30/05/2006 2:18:26

ווארהייט » 30/5/2006 02:21

דאס וואס איך האב געהאט געשריבן נומער 5, אז מען גייט נישט לעגאל קענען טרענספערן די בית אסתר בילדינג אן די הסכמה פון 100 פראצענט פון די באורד, איז צום סוף נישט אריינגערעכנט געווארן אין די דיעל. עס וועט זיך אויספעלן א רוב פון די באורד צו קענען טרענספערן די בילדינג און רוב באורד מעמבערס פון יעצט און ווייטער וועלן דאך סייווי זיין היימישע סאטמארע מענטשן.

ווארהייט » 30/5/2006 02:26

דא איז דער פלאץ אפצוגעבן דעם פאסיגן שבח און אנערקענונג פאר

הרה"ח ר' מרדכי קאהן הי"ו

כאטש ער באלאנגט צו די קליינע מינאריטעט אין מאנטריאל האט ער זיך אבער צוגעשטעלט 100 פראצענט צום דיעל און אסאך געהאלפן אז ס'זאל קענען דורכגיין. ער האט געשטערט די זאליס פון מאכן שוועריגקייטן, אלעס ווייל ער האט געוואלט ס'זאל זיין שלום ושלוה אין די קהלה.

פאטאקי08 » 30/5/2006 02:46

נו! יענקעלע וואס האב איך דיר געזאגט?

אבער בא ללמד פארשטייט נאך אלץ נישט
ער שרייבט:

איינגענומען די קהלה אן קיין איין שאס

דער אמת:

דעפענד אונזער קהלה אן קיין איין שאס

אלעס צו פארדאנקען די זאליס פארן פרובירן צו פארגרעסערן די פייער דורך גיין צום קארט און צום סוף איז עס געווען פאר אונז טובה און אוודאי פאר מאנטריאלער רב שליט"א א טובה

די גרעסטע ראיה איז אז מרדכי קאהן בעל כרחו יענה אמן
אזוי ווי כ'האב ענק פראנאויס געזאגט

און אפילו טאמער די עקסטרעמע זאליס וועלן גיין ווי לערנער מייזלס וועט עס זיין קוים מנין
ווייל נאמאלע מענטשען אפילו זלונים האלטן זיך צו א דיעל חוץ משוגעים און אז משוגעים גייען מיינט נישט אז אונז מאכן מחלוקת



תוקן על ידי - פאטאקי08 - 30/05/2006 2:58:13

Ahroiny » 30/5/2006 03:11

יעדער זאל אנװאונשן "קאנאדא/מאנטריאל" מזל טוב מהאט ב״ה צוריק געגעבן די גזילה

yones69 » 30/5/2006 03:38

דער הולך בערכאות ר' משה מנחם טירנויער איז דער איינציגסטער גרעסטער LOOSER. ר' "לוזער" טירנויער. שעם דיך מיט דיין ערכאות שעם דיך מיט דיין דורכפאל. ער איז היינט געווען דער גרעסטער קעמפער קעגן דעם שלום דיעל ווייל ער האט געוואוסט אז דער לוזער וועט זיין ער, און נאר ער. אבער קיינער אין מאנטרעאל האט אים נישט געפרעגט. הודו לה' כי טוב. תוקן על ידי - כל_העולם - 30/05/2006 13:04:25

yones69 » 30/5/2006 03:44

יעצט הער איך אז
אין בית אסתר האט מען אריינגעשטעלט

ר' סיני ראטה
וועלכער איז אויך פון די ארונים אין מאנטריאל.


מאנטריאל » 30/5/2006 03:45

ב"ה, מען האט די גניבה צוריק געבען, און איך האב די אגרימענט אין די הענט, יעצט אז מיר האבען שוין די בילדונג'ס צוריק וועלן מיר מאנטריאלע אליין פארהאנדעלן, אויף אונזער וועג, און לאזן די ניו יארקער מיט זייער סענס אויף ישרות, קער צו נעמען אויף זייערע פראבלעמען.

איך וויל נאר איין זאך צולייגען, א פשרה איז א פשרה, דעס מיינט אז עקסרעמע מענטשען, פון ביידע זייטען וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידען, מאש"כ די מעסיגע פארשטייען אז מען מיז אמאל אויפגעבען פאר שלום, אין די פשרה איז פארשטייט זיך אויכעט אזוי, און אין מיין מיינוג קוק עס אויס ווי א יושר'דיגען פשרה,

און מיט דעם וועל איך ענדיגען פרשת גונבי מאנטריאל.

yones69 » 30/5/2006 03:49

דעפרעסטער מאנטריאל/קאנאדא

עס גייט אי"ה זיין וואלען קומענדיגן ראש חודש כסלו תשס"ז.

משה בן פראדעל איז צישאסן.
ער שרייט אז מרדכי קאהן האט אים פארראטן...

ווייל.. דער שייגעץ מנחם ליבערמאן וואס האט געברעגט דעם בריוו פון היייליגן רבי'ן זצ"ל
האט עס געמאכט...

ווארהייט » 30/5/2006 05:31

מאנטריאל, אזא יושר'דיגע פשרה אויף אלע זאליס געזאגט...

faird » 30/5/2006 05:37

מאנטריאל, אינטערסאנט אז די עקסטרעמיסטישע ביי די אהרונים זענען יעצט יא עפעס אויסערגעווענליך צופרידן... [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

אגב, האלטסטו טאקע אז ס'איז יושר אז סאטמאר זאל קאנטראלירן 75 פראצענט פון די קהלה, ווען זיי זענען - לשיטתך - נאר 40 פראצענט פונעם ציבור? תוקן על ידי - faird - 30/05/2006 5:40:56

וואסער » 30/5/2006 05:43

פערד פון די ארוניס איז נישט קיין ראי זיי געווינען אייביג זיי האבן אויכעט געווינען נאך באראש'ס פסק.

עכטע_נייעס » 30/5/2006 07:23

די עקסטרעמע אהרונים און די עקסטרעמע זאלוינים געווינען אייביג. היינט אבער האבן אפילו די ריאליסטישע/מעסיגע ארונים געווינען.
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 30/05/2006 7:28:38

majyar718 » 30/5/2006 07:39

רבותי!
קאנאדא/מאנטריאל האט אויפגעהויבן א ווייסן פאן,
ער איז מודה און מסכים אויפן פשרה.
לאזט אים געמאכט,
ארגומענטן זענען פארטיג און מיר רעספעקטירן זיין הודאה.

גוטזאגער » 30/5/2006 09:13

ביז יעצט האב איך געהאלטן אז מען קען נישט גיין אין ביזנעס מיט מאנטריאל/קאנאדע, ווייל ער איז א גרויסער בעל דמיון.

יעצט האב איך געטוישט מיין מיינונג: עס לוינט זיך צו גיין אין ביזנעס מיט אים. מען קען מיט אים מאכן גוטע פשרות...

וואסער » 30/5/2006 15:19

נאך לייענען און זען ווי די ארונים דערקלערן זיג, אין מאנטריאל, טראכט איך צו מיר אויך מיר א געווינס, מען גנב'ט בילדונג'ס מכלומר'ש צו פראטעק'טען פון די זאליס, און אפילו נאך אויפקומען מיט אלע ליגענטס וואס עס איז נאר דא אויפען בוק, פארוואס זיי האבן דאס "גאר געמוזט" גנב'ענען, האבן זיי עס אין דע ענד געמוזט צוריק געבען, אן דעם אז מען זאל דערקלערן זייער רבי פאר רבי אין מאנטריאל. לאמיר אביסל אנאלאזירן זייער איינגערעדטע געווינס דער צייטווייליגע (אינטריעם) קהל ר' שלמה יעקב שפיטצער ר' יעקב מארווקא ביידע געוועזענע ארונים ר' יודל ווערצבערגער ר' בעריש גראס ר' ישראל פרידמאן ר' שמעון ישראל כהנא ארונים ר' מרדכי קאהן ר' אייזיק שווארטץ ר' משה פריעדמאן ר' יוסף שמואל פאזען זאליס תמצית, איז דא 4 ארונים אקעגען 4 זאליס און צוויי אומפארטייש דעס איז אומפארטיישער קהל פאר ביזדערווייל צייטווייליג ביז עס וועט זיין וואלען אין דעמאלס וועט האפנטליך געווינען שלום טיעקט וואס וועט פארטרעטען ביידע איינוג. בית אסתר די אלטע בארד ר' הערשל פליישמאן ר' מרדכי קאהן ר' לייבוש קליינבערגער זאליס די נייע בארד מעמבער'ס ר' ישראל קאהן אומפארטייש ר' סיני ראטה ר' שמעון ישראל כהנא ארונים תמצית פון בית אסתר, די זאליס האבן געווינען, ר' ישראל קאהן וועט אייביג מיטשטיין מיט זיין טאטען, סא בלייבען די זאליס רוב אין בית אסתר. תמצית פון דעם ארוני'שען געווינס, פארשמעט געווארן פאר די גאנצע וועלט אלטס א באנדע גנבים, געמאכט ליצנות פון זייער אייגנעם רבי'ן אויפן גרעסטן פארנעם, פאלוירען אנהעגערס, ועל כולם פארלארען זייער טשענס צו געווינען וואלען. אין פארדעם, האבן זיי באקריגען 4 ארונים אין קהל פאר 6 חדשים. נאר אזעלכע געווינסען......................

געגאנגען » 30/5/2006 15:47

געוואלדיג...

וואסער שרייבט אז ס'איז דא 4 סיגוטע 4 סאטמארע און 2 נייטראלע.

און אויף דעם שרייבט ער אז ביי די וואלן וועט מען 'אריינשטעלן' א "נייטראלע" קהל.

גוט צו וויסן וואס ס'מיינט "נייטראל" ביי א זאלי...

א וואונדער מ'האט געדארפט איבערשרייבן בילדינגס ?!

ווארהייט » 30/5/2006 17:38

דאס איז די מעכטיגע עגרימענט וואס ר' מנחם ליבערמאן האט ארלעדיגט פאר סאטמאר!

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=977DBDFF2AC95571

ליינט און רייבט אייך דאס בויך

(אויב איר באלאנגט צום סיגעטער לאגער ליינט און שפייט בלוט)

ברענגנייעס » 30/5/2006 17:56

"מאנטריאל" פון "קאנאדא" האט זיך אנגעפילט א פיל מויל מיט "וואסער" נאר עס גיסט עס אויס אויף אונז נאכן מאכן 180 דערגרי און 360 יו טוירן, און פליפ פלאפס, קענסט זיין געזונט, אויף דעם האט כ"ק רבינו שליט"א דערקלערט עס וועט נאר אנברענגן צייט, און כדאי דו זאלסט זיך נישט באליידיגן האט כ"ק רבינו שליט"א גענומע די אחריות אויף זיך דעריבער זייט געזונט

זשוליאני08 » 30/5/2006 18:51

די לעצטע צעטל פון דעם שלום אגרימענט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

yones69 » 30/5/2006 21:24

די ליסט פון די נייע מענשטען איז אזוי

אהרונים

אלטע
ר' שלמה יעקב שפיטצער
ר' יעקב מארווקא

נייע
ר' יודל ווערצבערגער
ר' בעריש גראס
ר' ישראל פרידמאן
ר' שמעון ישראל כהנא

צוזאמען 6

זאליס
ר' אייזיק שווארטץ

נייע
0

צוזאמען 1

נייטראל
ר' משה פריעדמאן (מער צו די אהרונים)
ר' יוסף שמואל פאזען (מער צו די זאליס)

צוזאמען 2

איז דא אין די בארד 6 אהרונים, 1 זאלי און 2 נייטראל

אזא געווינס פאר די זאליס.

ר' מרדכי קאהן איז בכללל נישט אויף די בארד פון קהל נישט אויף אלטע און נישט אויף די נייע.

boro567 » 30/5/2006 21:25

אין נאמען פין תלמידי וחסידי רבינו שליט"א אין מאנטריאל ווילען מיר זיך באדאנקען פאר
האברך החשוב לב טוב,

הרבני הנגיד ר' מנחם ליבערמאן ני"ו.

וואס אדאנק זיין ארבעט איז מען אנגעקומען צו דער גרויסער זמן און געשעהניש.

אשריך ר' מנחם אשריך!!!

דיין העראישע ארבעט וועט אריין גיין אין די גאלדענע היסטאריע פון מלכות סאטמאר!

boro567 » 30/5/2006 21:38

ווי אויך קימט זיך א גרויסען ישר כח פאר

ר' יצחק פערלמוטער ני"ו

ר' יואל טעללער ני"ו

ר' משה לעווינגער ני"ו

ר' שלמה יחזקאל רובין ני"ו

 

ישלם ד' פעלם ותהי משכרתם שלמה

בלאט: 1 2