yohcee718
איך האב געפרעגט א פשוטע שאלה און איך האב דיר אריינגעברענגט אין א חרון אף....
איך בין בכלל נישט באהאוונט וואס מען טוט אין ניו יארק און וואס די פאליציי אין מדינת ישראל האבן געוואלט טון, איך וואוין נישט אין אשדוד איך בין נישט דערביי געווען ביי די מעשה איך האב געשריבן מיין תגובה נאכן ליינען 11 בלעטער תגובות אין בחדרי חרדים, איך האב אזויפיל פארשטאנען אז די פאליציי קען מען נישט געטרויען, און אסאך מדינה סימפאטיקער דארט שרייען יעצט אז עס איז רשעות און מען האט אין קיין פאל נישט געטארט צולאזן אז דאס קינד זאל אנקומען צו די הענט פון די פאליציי וועלכע האבן אויסגעאיבט א פלאן מיט די רבנים אז זיי ועלן בלויז נעמען בלוט פאר א איינפאכע DNA טעסט אין א געויסן אנשטאלט.
רוב עולם איז באוואוסטזיניג אז דאס איבערגעבן דאס שעפעלע צו די הענט פון די פאליציי מיינט מפקיר זיין דאס קינד, ווי נאר דאס קינד וועט אנקומען אהין וועלן זיי וין געפינען אויסריידן אז מען זאל "מוזן" שניידן דעם קערפער ל"ע, און דאס איז טאקע מתקבל על הדעת, איבערהויפט לויט די היסטאריע זייערע.
פיהלע פרעגן א פשוטע פראגע: אויב זענען זיי געווען אויסן בלויז צו נעמען בלוט, פארוואס האט מען געמוזט אוועקפיהרן דאס קינד פון טהרה שטיבל? בלוט קען דאך נעמען א איינפאכע שוועסטער (נוירס), נאכוואס האט די פאליציי אומבויגזאם געפאדערט אן איבערליפערונג?
דו געטרויסט יא די חברה? קיינער קיינער, אפילו אויסגערופענע מזרחי'סטן אויפן פורום זענען מודה אז נישט, און אז בדיעבד האבן די קנאים גוט געטון, און זיי לויבן זיי אויס פאר די געוואגטע, ריזיקירטע שריט.
וואס איז דיין טענה גענוי? מען זאל האבן צוגעלאזט ניתוחי מתים? די הלכה זאגט, אז אין פאל ווען רשעים פארלאנגען מען זאל ארויסגעבן איין געוויסן מענטשן איהם צו טייטן, דאן מוזן אלע זיך איבערגעבן צום טויט ולא ימסרו נפש אחת למיתה, די זעלבע איז מיט א פרוי לטומאה, דא איז נישט אנדערש, אויב עס איז נישט דער פאל ממש. וואס די עדה האט גע'פסק'נט ווייס איך נישט, משי זהב איז אן אלטער פאררעטער.
ווען דו וואלסט געלעבט בזמן זמרי בן סלוא וואלסטו געשטאנען אויף זיין זייט, דער עיקר זיך מתרחק זיין פון קנאים עד קצה האחרון, נישט אזוי? זיי נישט נאריש.
ועל כולם ועל כולם, האב איך סתם געפרעגט א קנא'ישע (אויב) פראגע: די רשעים וועלכע זענען אזוי אויפגעברויזט הלמאי א פאטער אדער מוטער האט צוריקגעהאלטן (אויב) מעדיצין פון א קינד, און ווילן זיי אורטיילן אלס מערדער - וואו זענען די זעלבע געזעצן ביי אנדערע פראגעס אין צוזאמענהאנג מיט מארד אדער הפקרות? זיי פארשטייען אז מען מוז מאכן א מיליטער געמישט יונגען און מוידן און זיי צווינגען צו זינדיגן (איך שרייב נישט דעטאלן משום הרחק מן הכיעור)? שווים-באסיינען און ים-בארטנס מיט די געמיינסטע סארט זוהמא - דאס איז לטובת החינוך ולטובת המדינה? דו ווייסט די צאל מארדן ועלכע ווערן דורכגעפיהרט פון יוגנטליכע אונטער 25 אין מדינת ישראל? דער חינוך סיסטעם איז אין ארדנונג אין זייערע אויגן, מען דארף אפירזוכן א מערדער ביי די פרומע? ריכטיגע מערדערס און באלעסטיגער פון די פרייע לאזט ארויס אויף דער פריי מיטן קומענדיגן זון-אויפשיין, אבער די פרומע וועט מען האלטן אין ארעסט גאנצע טעג, און צומאל וואכן. די חברה גייט אהן אויב עס איז דא א פארדאכט פון מארד? זיי זענען מפקיר די לעבנס פון מיליאנען אידן אונטער זייער רעגירונג בלויז צו קענען הערשן אויף די היסטארישע לאנד, וויפיל לעבנס זענען שוין פארשניטן געווארן זינט זייער רעוואלט אין תרפ"ט? א קאמיש בילד: מערדער ווילן אורטיילן מערדער...
אז עס איז נאך דא א מנין קנאים אונטער די ממשלת הרשעה איז א חידוש פלא, מען דארף דאנקען דעם רבונו של עולם יעדן טאג, זה לעומת זה, די רשעים זענען ברוטאל און גרויזאם אויסער יעדן פראפארץ - קומען די קנאים וועלכע טרייבן אפטמאל איבער מיט זייערע פראוואקאציעס, אבער היטן כבוד שמים און ווייזן אידן איבער דער וועלט אז נישט אלס איז פארקויפט פאר די רשעי הדת.
שלא מן הענין: דו ווייסט וויפיל יאהר מען האט זיך געדארפט שלאגן מיט די מדינה זיי זאלן ערלויבן ארויפשטעלן א שילד וועלכער ווייזט ווייזט דעם קיין בני ברק (דער אמאליגער סימבאל פון א פרומע שטאט אין מדינת ישראל)? די רשעים ווילן נישט שלום צאכן מיט דעם פאקט אז טויזנטער אידן זיצן און לערנען אין א שטאט פאר זיך (איך לאז זיך נישט יעצט אריין אין איינצעלהייטן בנוגע בני ברק עיר הגדולים).
<פארוואס איז מיין הודעה פריער אריינגעקומען ווייס?>
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 29/05/2006 23:40:42