דעם שבת איז דער מתנחל ר' ז"ל פילאפף געווען אין אנטווערפן, ער איז געפארן צו כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, פילאפף איז פרייטאג אריין צו פשעווארסק רבי'ן שליט"א און ער האט זיך אויסגעוויינט אויף דעם וואס די אהרונים האבן אים ארויסגעווארפן פון בארא פארק, און אים באשפריצט מיט א פייער עקסטיקליטשער אינמיטען פארלערנען אין די טונקעל מיט לעכט.
פשעווארסק רבי שליט"א האט אים געזאגט אז ער זאל מער נשיט אזאנאס טוען ווייל ער איז גורם א חילול בית המדרש דערמיט, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל מער נשיט פארלערנען אין די טונקעל, ווייל ער אזי זיך אליין מבייש און עס פאסט נישט פאר אים.
פילאפף האט אנגערופען פרייטאג ר' שמוא' מרדכי דערזענער ני"ו ער האט אנגעהויבן צו רעדן מיט אים וואס עס טוט זיך דא אין אנטווערפן און נאך 15 מינוט שמוסען האט ער אים געפרעגט צו ער קען פארלערנען פרק אין סאטמאר ביהמ"ד שבת, ר' שמוא' מרדכי האט אנגערופן די אנדערע גבאים און זיי האבן מחליט געווען אזוי ווי ער בעט עס אליין, וועט מען אים לאזן זאגן פרק אין סאטמאר ביהמ"ד, בתנאי כפל אז ער גייט נישט רעדן קיין פאליטיק און פון רז"ל טייטלבוים, נאר פון תורה און מוסר, פילאפף האט גלייך מסכים געווען.
שבת נאכמיטאג 5 מינוט נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבען פארצולערנען פרק פלוצלינג...
חושך ואפילה....
נישט דא קיין לעקטערס....
מעשה בארא פארק....
ווי א שווארצע קאטץ לויפט אים נאך...
דער עולם האט אנגעהויבען צו שרייען און צו האקן, ער איז געשטאנען דארט ווי א ויזתא נישט וויסן וואס צו טאן ווייטער, די בזיונות איז געווען עד לב השמים.
אפאר חברה האבן אנגעשטעלט די שבת זייגער אז עס זאל זיך אויסלעשן ווען ער לערנט פאר פרק, אלס זכר צו די גרויסע גבורה זיינער פון פארלערנען אין די טונקעל אין בארא פארק.
יעצט הייסט עס אז אין דער איד די וואך וועט זיין פרישע שרייעדיגע מחאות אדירות וועגן די לעקטערס אין אנטווערפן...