א גוי וועט דאס נאר טוהן אויב ער גלייבט אז עס ווארט עם עפעס בעסערס דערנאך (מוסלמענער יוכיח), אויב נישט וועט ער זייין גרייט צו מאכן א בונד מיטן טייוול אין א רגע (איך רעד שוין פון א פאנאטישן גלויביגן גוי).
משא"כ "א איד", וועט זיין גרייט זיך מוסר נפש צו זיין מיט א בלינדע מסירת נפש למען שמו ית' אפילו אויב ער ווייסט ווען בבירור אז עס וועט גארנישט פארדינען דערפון, און דעם כח קומט פון אונזערע עלטערן אברהם און יצחק, וואס מיט זייער מסירת נפש האבן זיי דאס איינעפלאנצט אין אונז זייערע קינדער (און כמובן נאר די בני ישראל זענען אין כלל זה ואכמ"ל)
און אלזא איז זייער פארשטענדליך וואס עס איז די געוואלדיגע גרויסקייט און חידוש פון עקידת יצחק אז אברהם אבינו האט געפאלגט צו שחט'ן זיין געליבט קינד בלינדערהייט אויפן באפעל פון די באשעפער פון די וועלט אן קיין שום חשבונות וואס ער גייט פארדינען דערפון ווי אויך יצחחק אבינו איז גרייט געווען אויסצושטרעקן זיין האלז בלינדערהייט אויפן באפעל פון די באשעפער פון די וועלט אן קיין שום חשבונות וואס ער גייט פארדינען דערפון.
אבער אזויפיל זעהט מען בפירוש יא דא אז די אבות האבן געהאט אזא שטארקע אהבת ה' למעלה משכל אנושי בלי שום יסוד מקודם, וואס איז געגאנגעו אויף אזוי ווייט ביז צו שחטן דאס אייגן קינד "אן קיין שום חשבונות" וואס ער גייט פארדינען דערפון, און אפילו ווען זיי האבן געוואוסט בבירור אז זיי וועלן וועט גארנישט פארדינען דערפון וואס כידוע איז דער שטן אים אנטקעגן געקומען מיט קראנטע און לאגישע ביאורים פארוואס ער זאל נישט פאלגן (שמעתי מאחורי הפרגוד וכו'), דאך האבן זיי זיך נישט צוריקגעהאלטן פון ממלא זיין דעם ציווי ה'
ווייל אפילו ער האט געהערט דאס בפירוש פון הקב"ה, איז דאס נישט בלויז נארמאלקייט צו פאלגן דעם באשעפער נאר אויב ער גלייבט אז עס ווארט עם עפעס בעסערס דערנאך, אדער ווייל ער האט א חשבון אז ער איז דאך מיין באשעפער ווייזט ער דאך וואס ער זאגט איז גוט פאר מיר
דער כח, וואס א איד האט היינט צוטאגס, זיך צו לאזן הארגענען און איז גרייט צו זיין צו שחט'ן זיין אייגן קינד פאר השי"ת, דאס קומט מכח די ירושה פון די אבות הקדושים וואס מיר האבן אריינגעבויעט מתולדה, און אוודאי היינט צוטאגס איז א יעדער איד גרייט אויף מסירת נפש למען שמו ית'