באמת בין איך געווען מוחלט אז איך גיי נישט אפענטפערן די אטאקעס מיט מיאוסע לשונות פון "בא ללמד", וואס קען נישט סובל זיין (און מיט רעכט) אונזער דיין הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א.
די סיבה פארוואס איך האב עס נישט געוואלט אפענטפערן, איז געווען ווייל ווער עס האט די זכיה צו זען די עבודת הקודש פונעם דיין, ווייסט אז ער איז א איד וואס ברענט פאר כבוד שמים, ער ברענט פאר א מצוה. און יעדער פארשטייט אליין אז ווען דער דיין גיט ארויס א פסק הלכה און א הוראה למעשה וויאזוי די קהלה דארף זיך פירן, האט ער דאס אדורכגעטראכט טויזנט און איינמאל, און האט זיכער געמאכט אז דאס איז דער ריכטיגער וועג על פי תורה וואס מען דארף יעצט טאן.
ממילא אז עס קומט א היידפארק שרייבער "בא ללמד" און פארמעסט זיך מיט אזא גאון וגדול בתורה ווי דער דיין, איז ווער בין איך זיך בכלל אריינצומישן.
אבער אזוי ווי איך האב באקומען אין תיבה אישית מערערע ביטעס פארוואס איך ענטפער נישט, און עס קוקט אויס כאילו יעדער איז פארשטומט פון בא ללמד'ס אטאקעס, האב איך געטראכט אפצושרייבן אפאר נקודות, כאטש איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין דעם חלק ההלכה פון דיני ערכאות און אויף דעם מוז איך מיך פארלאזן אויפן דיין.
1) קהל יטב לב דסאטמאר מאנטריאל באשטייט נישט פון "זאליס" ווי די רופסט עס, נאר אין די קהלה זענען אלע צדדים פארטראטן. און אלע פה אחד האבן איינגעזען אז ס'איז נישטא קיין וועג מיט די גנבים, און אויב מען וועט נישט מעקל די נכסים, וועט ער זיך גארנישט אפהאלטן פון מאכן פרישע שאדנס.
2) דער רב פון די קהלה כ"ק הגה"צ ר' דוד מייזליש שליט"א איז אויך נישט קיין זאלי. און ער שטיצט דעם מהלך וד"ל.
3) דער רבי פון קרית יואל, האט קלאר געזאגט אז די נכסים מוזן צוריקגיין אזוי ווי ס'איז געווען, ווייל ער וויל נישט עובר זיין אויף לא תגזול ולא תחמוד.
4) דער גנב יצחק ראזנבערג פארטרעט נישט קיין שום צד אין מאנטריאל, ער איז א פשוט'ער גנב וגזלן.
5) קהל איז גרייט געווען נאכצוגעבן פארשידענע זאכן אבי צו סעטלען די זאך בדרכי שלום, און זיי זענען איבערצייגט געווארן אז ס'איז נישט מיט וועמען צו גיין צום טיש, מען האנדלט מיט פשוט'ע לצים און גנבים.
6) די פרטים וואס עס טוט זיך אין ניו יארק בין איך נישט אזוי אויסגעקאכט, אבער עס איז ביי מיר קלאר אז ווען הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א דער דיין פון קרית יואל, אדער סיי וועלכער אנערקערטער פוסק, וואלט זיך אויפגעשטעלט און אפגעשריבן א תשובה אז ער האט דורכגעטאן דעם ענין און ער נעמט אויף זיין אחריות אז עס איז נישטא קיין אנדערער אויסוועג נאר צו גיין בערכאות, שטעל איך זיך פאר אז עס וואלט געווען אינגאנצן אנדערש דער בילד.
7) עס איז קלאר דא הלכות אין שלחן ערוך, און אין תשובה ספרים ווען מען קען אדער מען דארף גיין בערכאות, און אז אזא אנערקענטער פוסק ווי אונזער דיין פסק'עט אז אין דעם פאל מעג מען גיין, איז נישט קיין שום ספק אז מען מעג, און דער דיין האט שוקל געווען אלע צדדים, און געמאכט זיין החלטה כדת של תורה.
8) איך ווייס פאר א פאקט אז עס איז געווען אן אנדערער מהלך (איך וויל נישט ארויסשרייבן די פרטים) וואס מען וואלט שוין יעצט געקענט האלטן נאך די גאנצע זאך, און עס זענען געווען אנדערע פוסקים מיט וועמען דער דיין איז געווען אין קאנטאקט וועלכע האבן געהאלטן אז מען מעג, און דאך האט דער דיין מחמיר געווען, אויף דערווייל, נאר צו גיין נעמען אן עיקול.
9) סתם פאר אינטרעסאנטקייט איז גוט צו וויסן אז איינער פון די גדולי הפוסקים בדורינו מיט וועמען דער דיין האט דורכגעשמועסט דעם ענין, ווערט אנערקענט דורך אלע סאטמאר'ע צדדים אלס גדול בתורה, און יעדער פאררופט זיך אויף זיינע פסקים.
10) איך וויל צולייגן נאך א נקודה, אז אינעם ניו יארקער סכסוך, האט דער דיין אויך אריינגעלייגט כוחות עצומות, פון הונדערטער שעות, צו פרובירן ארויסצונעמען דעם סכסוך פון ערכאות.
11) דער דיין איז פונקטליך דורכגעגאנגען וואס מען זאל אריינשרייבן אין די פאפירן, און וואס מען זאל טענה'ן שפעטער. עס איז אמת אז די קאנאדישע געזעצן זענען מיט פארשידענע פרטים אנדערש ווי די אמעריקאנער, און לויט דעם האט מען אויסגעשטעלט די טענות.
12) דאס וואס שור שנגח שרייבט וועגן דעם ריכטערס ווערטער, זענען סתם שקר, אדרבא האט ער האט זייער גוט ארויסגעהאט דעם אמת, און טאקע דערפאר האט ער מחליט געווען אז שטאטוס קווא קהלה איז דער צד פון מאנטריאל, כאטש מנחם ליבערמאן האט גע'טענה'ט אז ער איז שוין 2 יאר ראש הקהל....
13) דאס וואס ער שרייבט אז דער דיין האט געזאגט אז די גנבים זענען פושעים, קען איך נאר אזויפיל צולייגן אז דער דיין און די הנהגת הקהלה ווייסט ליידער פון אסאך פשעים וואס די גרופע גנבים האבן אפגעטאן בעבר. נישט אומזיסט האט דער יצר הרע אויסגעקליבן דוקא זיי אנצוצינדען אזא פייער פון מחלוקת, שנאת חנם'ס, ביטול תורה דרבים, חילול השם'מס און אזוי ווייטער. זיי האבן אסאך עבירות געמוזט אפטאן צו באקומען אזא עונש.
איך ווייס אז בא ללמד וכיוצא בו וועלן ווייטער אטאקירן דעם מאנטריאלער דיין שליט"א, מיט א ריכטיגן שנאת עם הארץ לתלמיד חכם. זיי וועלן
פרובירן צו פארגלייכן עפל צו רעטעך, ואם אין דעת הבדלה מנין.
אבער מיר מאנטריאלע אידן קענען נישט גענוג לויבן און דאנקען השי"ת אז מיר האבן די זכיה נהנה צו זיין (און כאפן פסקים) פון אזא גרויסן אור ווי דער דיין.
אשרינו מה טוב חלקינו.