די זאליס האבן שוין היינט פרייטאג ארין געבען די פעפעירס, אפצוענטפערן די מאשען פון די אהרונים אז מען זאל זיי געבן די נייע ביהמ"ד אויף דערווייל.
אויך האבן זיי אריינגעבען פעפעירס קעגן די פסק פון די אפעלאט אז משה גבאי עפידעווד איז גארבישט און מען קען דאס נישט ניצן.
וואס שטייט אין די פאפירן ?
צו קענען די מאושענס פארשלעפן דעם אורטייל פונעם געריכט ?
איז דאס דער ציל פון די זאליס ?
Yones69
Can you please post it here
די זאליס האבן דארט א ליעס וואס זיי האבן געמאכט מיט uta פארן נייערר ביהמ"ד אויף 3 יאר.
וואס מיינט דער עולם האט אסא ליעס א האפט?
איך פארשטיי נישט עס ליגט דאך א TRO אויפן ביהמ"ד , וויאזוי קענען זיי עס פארליעסן?
מן הסתם איז דער ליעס געמאכט געווארן דורכן הויכגעשעצטן סוקסעסאר אויף "למפרע" און וויבאלד
דאס איז א רילידזשעס אישא קען די קארט נישט אריינרעדן
איך הער אז מ'רישט זיך אז די פסק פון אפעלעט גייט זיין ערשט נאך זומער, און וועגן דעם האט מען יעצט געבעטן די נייע שול.
האט נישט די קלעירק געזאגט אז די פסק קומט ארויס נאך פאר די זומער וואקעישאן?
יא די קלעירק האט געזאגט אז די פסק קומט ארויס נאך פאר די זומער וואקעישאן
סאו וואס האקט דער געגאנגען אין קאפ?
לאמיך שלאפען ראויג פליז...
די סיגוטער האבן אריינגעגעבן אין קאורט אז סאטמאר האט נישט קיין מענטשן אין ווילימסבורג, און
די מענטשן פון טענט קומען מיט באסעס פון קרית יואל.
יעצט גייט מען ארום נעמען חתימות אין וויליאמסבורג פונעם עולם אז אונז בעט מיר די קאורט זאל
געבן פאר אונז א פלאץ צו דאווענען, משרייבט אויך אונטער די נאמען און אדרעס.
אפשאר איז א סברה מזאל אריינגעבען צים שופט אז אין סאטמער מוז די רב האבען סמיכה, אין מוז
קענען לערנען, אין נאר אזא איינער קען זיין א געזעצלעכע רב אין סאטמער
Dear feineryid
You forgot that this is a religious issue and only the BEDATZ is allowed to decide about
who should be rabbi
איך קען עפעס נישט עפענען די זאלי פאפירן, קען מיר עמעצער העלפן?
פאר אינטערסאנטקייט וועל איך מאכן א קיצור פון די זאלי טענות:
1. דאס געבן די ביהמ"ד החדש פאר די אהרונים איז נישט קיין "מינטדערוויכטיגע פארעכטונג פון די סטעי", ווי די אהרונים לייגן עס אראפ, נאר א דארסטישער טויש אין די שטאטוס-קווא פון די לעצטע 5 יאר, און עס וועט נאר ברענגען כאאס.
2. די אלע מעשיות אז יאנקל קאהאן און שאול פ"ש האבן פערזענליך ארויסגעווארפן געוויסע אהרונים פון ראדני איז פשוט און פראסט ליגענט.
3. די אלע וואס מ'האט יא ארויסגעווארפן, איז נישט ווייל זיי זענען אהרונים, נאר ווייל זיי שטערן די ארדענונג.
4. די אהרונים האבן כמעט קיין שום שטיצער אין ברוקלין, די אלע גרויסע צאמקומענישן, זענען אלעס מענטשן וואס מ'ברענגט ארויס מיט באסעס פון קרית יואל.
5. די אהרונים פארלאנגען נישט די שול ווייל זיי האבן נישט קיין פלאץ, נאר פשוט ווייל זיי ווילן אז ר' אהרן זאל קענען קאמפיטן מיט ר' זלמן לייב פאר די רבנות.
6. די אהרונים זענען געגאנגען "דשאדש שאפינג" און די בארא פארקע קעיס, (ווי ס'קומט דא אריין, פרעג מיך נישט)
איך האלט מיך ווייטער ביי מיינעם.