היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » האלט דא טראכט מען (עצכ"ח יידיש) » משיח נישט דערמאנט אין שולחן ערוך?

משיח נישט דערמאנט אין שולחן ערוך?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1929075

דערשעוויץ » 25/5/2006 14:23

פארוואס האט דער מחבר נישט געהאלטן פאר וויכטיג צו אויסרעכענען די דינים וויאזוי מען זאל זיך
פירן כלפי דעם ענין פון משיח.

איז דען נישט שייך קיין הלכות וויאזוי א איד זאל זיך פירן דערביי?

לאנדסמאן » 30/6/2008 21:40

א גוטע קשיא, וואס איך האב נישט קיין תשובה דערויף,  דער וואס האט, זאל ביטע שרייבן, און זייט א מזכה את הרבים.  (מזכה זיין א יחיד, איז אויך נישט קיין קלייגניקייט...)

צדקתך » 3/7/2008 22:13

וואס פאר א הלכות איז שייך לגבי דער ענין פון משיח חוץ פון צפית לישועה?

לאנדסמאן » 4/7/2008 19:11

מען רעדט נישט דא ביז משיח וועט קומען, נאר פון משיח וועט קומען און אזוי ווייטער, וואס ווערט גארנישט דערמאנט אין שולחן ערוך.

Dovidel1 » 24/7/2008 04:17

עס איז אינטערעסאנט אז אין טור הל' שבת ווערט באריכות אויסגעשמועס די הלכות איבער מלחמות ישראל און דער שו"ע איגנארירט עס.
דער רמב"ם איז לכאורה דער ערשטער וואס מאכט א לאנגס און א ברייטס איבער ביאת משיח. עס איז אבער אינטערעסאנט צו באמערקן די לעצטיגע נייעס איבער א טאבלעט פון איבער צוויי טויזנט יאר אלט וואו משיח ווערט דערמאנט. זע:
http://www.nytimes.com/2008/07/06/world/middleeast/06stone.html