היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווער וועט געווינען די אפעלט קארט???

ווער וועט געווינען די אפעלט קארט???

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1927637

שפיטצער06 » 24/5/2006 05:56

יעדער דא אויפן פארק וועט געבעטן צו זאגן זיין מיינונג, וואס ער האלט,

איך האלט אז די זאליס וועלן געווינען, און סאטמאר דארף האבן א נס צו געווינען, און מ'דארף זאגן אסאך תהילים מ'זאל געווינען,

איינס פון די זאכן וואס מאכט מיר טראכטן אזוי, איז ווייל ווי יעדער זעהט די לעצטע פאר טאג, האבן די זאליס אנגעהויבן אריין לייגן שווערע געלטער, און די נייע ביהמ"ד אויף ראסס סט.
האלט איך אז די זאלי קעפ ווייסן שוין אז די פסק וועט זיין לטובת זיי,
און וועגן דעם לייגן זיי אריין די געלט,
ווייל אויב וואלטן זיי געהאט די מינדערסטע טשענס נישט צו געווינען,
וואלטן זיי נישט געספענט אזויפיל געלט.

וואס זאגט איר???????

יענקעלע11 ווערט עקסטער געבעטן צו זאגן א מיינונג איך האב ליב צו ליינען ווען די שרייבסט דא

דערסיגעטער » 24/5/2006 06:16

איך קען נישט שרייבן צופיל אבער אזויפיל קען איך זאגען זיי זענען אינטערוועלטניקס  "ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים", יעדער איד וואס וויל נישט זיין א צועק לשעבר זאל טוהן חסד אין געבן צדקה אין זאגן תהילים אז מיר זאלן געווינען ,
איך וויל מוסיף זיין זיי זענען פארנומען מיט "1" ווארט מיר האבן נישט ראדני דאס איז אלעס וואס זיי קענען זאגען מיר האבן ב"ה געראטעוועט %90 בנינים פין מלכות סאטמאר ,
עס איז געווען שלא כדרך הטבע אז מיר זאלען עס האבן נאר אין די זכות פין מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעוכי"א ומרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זיעוכי"א אין די זכות פין די מנהיג ישראל מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין די זכות פין תהלים אין צדקה אין חסד וואס מיר טוהן,  קיינער האט נישט קיין השגה וואס עס גייט פאר מאחורי הפרגוד : אבער ותשובה ותפילה וצדקה מעבירן את רוע הגזירה !

יענקעלע11 » 24/5/2006 06:36

אמת איך האב לכתחילה געהאלטן אז מיר וועלן געווינען, אבער לעצטענס, רעדנדיג מיט מיינע זאלונישע ידידים, בין איך שוין נישט אזוי זיכער, קודם כל דער פאקט אז זיי האבן באקומען זייער STAY, טראץ וואס אלע עקספערטן האבן פאראויס געזאגט אז זיי וועלן דאס נישט באקומען, ווי אויך האבן דאס עטלעכע דזשטדזשעס אפגעווארפן, און עם כל זה האבן זיי דאס באוויזן צו באקומען, ווייזט אויף עפעס א קאראפשן אדער קאנעקשאן...

ווי אויך דיין הוכחה וואס די ברענגסט אז זיי ספענדן שווערע געלטער אונעם נייעם בית המדרש, וואס צייגט אז זיי זענען עפעס זיכער מיט א געווינס, ווי אויך די לעצטיגע ראמערס פון נייע אהרונישע בניניםוואס זיי האלטן ביים קויפן,  וואס איך ווייס אז ס'איז גאנץ קראנט, צייגט אויך אויף עפעס א שוואכקייט און נישט זיכערקייט מצד די אהרונים, על כן האב איך עפעס א פילינג אז די זאלונים גייען געווינען, און מיר וועלן שרייען...  שטנא נצח, נו, מיר ווייסן דאך אז צדיק ורע לו און רשע וטוב לו..., דרך רשעים צלחה..., (איך האב שוין גרייט אלע פסוקים...),

אבער ברודערלעך, אפילו חרב חדה מונחת על הצוואר אל יתיאש מן הרחמים, לאמיר מתפלל זיין פארן כל יכול, אז די רשעים זאלן אונז חלילה נישט גובר זיין, כדי שלא יהא חוטא נשכר, דער חילול השם וועט דאך זיין איום ונורא, מען וועט זעהן אז מיט נישט וועלן גיין צו דין תורה געווינט מען, און דאס וועט גורם זיין אז דער המון עם וועט זיך משתמט זיין צו גיין צו דין תורות מיט זייער סכסוכים, היו לא תהי'.  על כן האף איך נאך אלץ, אז דער אמת וועט זיגן. וכשם שהייתי WRONG ביי מיין STAY פרעדיקשאן, וועל איך אצינד אויך זיין WRONG ביי מיין זאלונישע געווינס פרעדיקשאן, אמן כן יהי רצון.

Mench » 24/5/2006 07:47

איך האב דורכגליינט אלע פאפירן פון א. ביז ת. אלעס וואס איז ביז יעצט אריינגעגעבן געווארן אין געריכט, סיי פון סאטמאר און סיי פון סיגעט, למעשה האבן מיר א מורא'דיגע שטארקע קעיס, ס'איז אומאפפרעגבאר.

אבער סקאט מאלען האט שטערקערע טאקטיקן וויאזוי צו פארדרייען, און בעיקר פרובירט ער אויפצוווייזן פון אנדערע קעסעס אז דער קאורט האט זיך נישט אריינגעמישט מיט'ן ארויסווארפן מעמבערס. און נאך אנדערע פונקטן.

דאס האב איך נאר געשריבן כדי צו ווייזן אז א דזשאזש, אויב ער וויל, קען ער דרייען די קעיס וויאזוי ס'שמעקט עם.

און ועל כולם זעהט עס מיר אויס ווי זיי האבן גאר שטארקע קאנעקשאנס אין קאורט.
ביי מיר אין מח בלייבט עס 50-50. תוקן על ידי - Mench - 24/05/2006 7:55:57

שפיטצער06 » 24/5/2006 18:16

נאך א פאקט איז אז די זאליס זענען נאך נישט גרייט צו גיין צו דין תורה.

kj_village » 24/5/2006 18:38

יענקעלע11

איך האלט אז וויבאלד מען ווארט שוין אזוי לאנג אויפן פסק
דאס ברענגט אריין א פעסעמיזעם אינעם עולם בנוגע וואס די פסק גייט זיין
אבער באמת, האט זיך גארנישט געטוישט, אין מיר האבן נאך אלץ זייער א שטארקע קעיס
וואס בדרך הטבע דארפן מיר געווינען

נישט פארגעסן, אז איצט זענענן מיר די וואס האבן געווינען ביי ראזענוואסער
אין זיי זענענן די וואס האבן באקימען א סטעי, ווייל לויט ראזענוואסער זענענן מיר איצט בעלי בתים אויף די בנינים, אין עס באלאנגט פאר בערל פר"ם קהלה ד"ה אז די קארט דארף  יעצט אפווארפן ראזענוואסער'ס פסק אין זאגן אז זיי זענענן גערעכט,

אפילו לויט זייער לויער מאלען וואס וויל זאגען אז די קארט מישט זיך געווענליך נישט אריין אין א מעמבער אישו
דארף נאך אלץ  די קארט טרעפן א גיטע סיבה צי זאגן פאר וואס זיי נעמען נישט אן די מציאות וואס  
ראזענוואסער האט אראפגעשטעלט, אז מיר זענענן געווען די ריכטיגע בעלי בתים

געדענקט איר נאך די סטעטמענט פין לבני אני צריך??
דאס איז נאך אלץ אקטעול אפגעזען וויפיל צייט עס איז שוין אדורוך פין דעמלאטס

כן נראה לענ"ד הקלושה

פאקטיש,
דיין מיינוג איז געווענליך אינטערסאנט,

ביטע שרייב פאקטיש דיין מיינוג אפילו די וועסט פאקטיש אריינשטעל
די ווארט פאקטיש איבעראל ווי מען קען עס פאקטיש {נישט} אריינשטעלן [בילד – נישט אפגעהיט]{געדענקסט עס נאך??..[בילד – נישט אפגעהיט]}

תוקן על ידי - kj_village - 24/05/2006 19:07:28

יענקעלע11 » 24/5/2006 19:43

KJ
איך האב שוין אין די פארגאנגענהייט  צולייגט די גאנצע קעיס מיט אלע פרטים, און פאקט בלייבט פאקט, -און דאס האבן מיר מודה געווען מיינע זאלונים קאנטערפארטס-, אז לויטן געזעץ האבן מיר א גאר שטארקן קעיס, און אויב קוקן די דזשאדזשעס "בלויז" אויפן געזעץ, דאן גייען מיר בעזהשי"ת האבן א מעכטיגן געווינס, און טיף טיף אין הארצן האלט איך נאך אלץ און איך האף אז מיר גייען געווינען, אבער צוליב די פרירעדיגע טעמים בין איך אביסל אומרוהיג. ווייל סוכ"ס זענען מיר אין ברוקלין...

לאמיר בקיצור מאכן א שטיקל חזרה, דזשאדזש באראש, וואס איז לכל הדעות געווען משוחד פון די זאלונים, און זייער געוואלט געבן פאר די זאלונים א שיינעם קלארן געווינס, האט זיי נאך גאנצע 4 יאר געגעבן די מאקסימום וואס ער האט נאר געקענט, א הינקעדיקן פסק, און דאס איז נאר אז דער רבי איז בעל הבית פון די ארגאניזאציע, וויפיל זיי האבן זיך ביי עם געבעטן ער זאל כאטש אנערקענען אז דער רבי האט ארויס געווארפן רבי בערל, און אז דער רבי האט באשטעטיגט יאנקל כהנא אלץ פרעזידענט, האט ער זיי דאס כסדר צוריק געוויזן, אלזא, לו יהא אז זיי באשטעיגן יא באראש'ס פסק, נו, איז דער רבי בעל הבית, בלייבט נאך אלץ ד פראגע, וואס איז יעצט, ווער איז אצינד דער פרעזידענט?,

דאן קומט דער צווייטער פסק, פון ריכטער ראזענוואסער, וואס דאס איז שוין א מעכטיגער פסק מיט פונקטלעכע FACT FINDINGS און קלארע מראה מקומות, און ער האט יא קלאר געשריבן אז דער רבי האט קיינמאל נישט ארויס געווארפן רבי בערל, און על כן איז רבי בערל דער לעגאלער פרעזידענט פון די קהלה, און יאנקל כהנא און שאול פערלשטיין האבן נישט קיין שום מאכט אין די קהלה, זייער א קלארער פסק,  און כאטשיג ראזענואסער איז אין פרינציפ יא מחולק מיט באראש, שרייבט ער קלאר אז זיין פסק איז "נישט" קיין סתירה מיט באראש'ס פסק, און זיין פסק איז גילטיג אפילו אין פאל די ריכטער באשטעטיגן באראש'ס פסק,

לסיכום הדברים, די זאלונים האבן א לעכעריגן פסק פון באראש, וואס פאריפט זיך אויף א פאלטשע איבערזעצונג פון די שטאטאטן, אן קיין שום FACT FNDINGS, און א פסק וואס האט זיי נישט קיין סאך געגעבן, ווידער די אהרונים האבן פון ראזענוואסער א קלארן מעכטיגן פסק, וואס וועט זיין זייער שווער פאר די ריכטער דאס אפצו ווארפן,

לאמיר גיין לאנגזאם, אויב ווארפן די ריכטער אפ באראש'ס פסק, און שרייבן אז לויט די שטאטאטן איז דער רבי נישט בעל הבית, דאן איז דער קעיס פארטיג, ראזענואסערס פסק איז MOOT , דאס הייסט נישט רעלעווענט, און רבי בערל בלייבט פרעזידענט, יעצט לאמיר זאגן אז זיי באשטעטיגן יא באראש'ס פסק, אז דער רבי איז בעל הבית, יעצט קומט אריין אין די פיקטשער ראזענוואסערס פסק, וואס שרייבט אז דער רבי האט קיינמאל רבי בערל'ען נישט ארויס געווארפן במילא איז ער דער לעגאלער פרעזידענט, א FACT FINDING איז זייער שווער פאר די ריכטער ארויס צו ווארפן, ס'איז זייער נישט מסתבר אז זיי וועלן אנעמען באראש'ס פסק, און נאך צולייגן דערצו אז טראץ וואס באראש האט נישט באשטעטיגט יאנקל כהנא אלץ פרעזידענט, טוהן זיי דאס יא באשטעטיגן, און ראזענוואסער'ס קלארער FACT FINDING פסק וועלן זיי גענצלעך ארויס ווארפן, ווייל אז  די זאלונים זאלן געווינען דארפן זיי דאס אלעס באקומען פון די אפעלעט ריכטער, און ס'איז נישט מסתבר אז זיי זאלן דאס באקומען, ווייל אויב יא, קענען די ריכטער גלייך ווערן נייע צו געקומענע חברי הבית דין אין דעם וויליאמסבורגער פורים בית דין.
  תוקן על ידי - יענקעלע11 - 24/05/2006 19:59:33

פאטאקי08 » 24/5/2006 20:01

יענקל
פארוואס עפעס זענען דיינע תגובות נישט די געהעריגע אריאל פאנט?
מען קען עס נישט אזוי ליינען

מקוה_איד » 24/5/2006 20:19

יענקעלע ווי עס קוקט אויס האסט גוט דורכגעליינט אונזערע פאפירן אבער נישט מאללענס,

דאס בין איך מסכים אז די זאליס האבן א שטיקל UP HILL BATTLE, ווייל פאר זיי צו געווינען מוזן זיי געווינען 100%, EVERY THING HAS TO GO THEIR WAY, ווידער אונז קען מיר געווינען נאר 25%, און אטאמאטיש האמיר אונז אלעס.

די עיקר יסוד פון מאלען'ס טענה איז אז ווען באראש האט געזאגט STATUS QUO האט ער זיכער געמיינט די זאליס, פרעגסט מיך, ביני ובינך, סיז קיין ספק אז ער האט געמיינט די זאליס, לאמיר זיך נישט FOOLען, נאר ראזענוואסער איז געקומען מיט א קאפשטיק אז STATUS QUO מיינט נישט ווער עס פירט פיזיש די ווירטשאפט, עס מיינט די "פרעזידענטשאפט", וואס דאס קען מען עכט נישט ארויסנעמען פון באראש'ס פסק, אזוי טענה'ט ראזענוואסער, אבער עס איז א דוחק גדול צו זאגן אז א דשאדש נאך א פסק פון 27 בלעטער זאל נישט צורירן די עיקר נושא, ממילא טענה'ט מאללען אז עס מוז זיין אז באראש האט יא אנגענומען פאר א "פאקט" אז דער רבי האט ארויסגעווארפן ר' בערל'ן

אייןסאטמאר » 24/5/2006 20:29

יענקעלע, זייער גיט ווי געווענליך.

אבער די סיגעטער טענה'ן אז פאר באראש איז קיינמאל נישט געווען א שאלה צו דער רבי האט ארויסגעווארפן ר' בערל, זיי זאגן אז מיר האבן אויך מודה געווען דאס, מיר האבן נאר געטענה'ט אז דער רבי קען נישט ווארפן ווייל ער איז נישט בעה"ב, אויף דעם האט באראש געאורטיילט אז דער רבי איז יא בעה"ב.

די איינפאל אז אפילו דער רבי איז בעה"ב איז נאך אלס ר' בערל פרעיזידענט ווייל דער רבי האט אים נישט ארויס געווארפן איז ערשט אויפגעקימען ביי ראזענוואסער, אבער באראש האט זיך נישט באצויגן דערצו ווייל עס איז נישט געווען קיין שאלה.

במילא קען זיין אז די אפעלאט וועט זאגן אז באראש איז גערעכט אז דער רבי איז בעה"ב, וואס מיינט אז ר' בעריל איז ארויסגעווארפן ווייל אונז האב מיר קיינמאל נישט געטענה'ט פארקערט (ביי באראש)

אזוי זאגן זיי, וואס איז דיין מיינונג?.

מקוה_איד » 24/5/2006 20:45

מיין פרעדיקשן איז אז די זאליס געווינען 100%, דהיינו באראש AFFIRMED, ראזענוואסער REVERSED, און איך האלט אז מ'זאל נאכדעם אפילן צו די סופרים קארט אין אלבעני, איך ווייס איך האב אמאל געזאגט אז נישט, אבער איך האב געטוישט מיין מיינונג, צוליב אסאך סיבות ווען ס'וועט קומען דערצו וועל איך עס עקספלעינען.

יענקעלע11 » 24/5/2006 21:17

פאטאקי, איך שרייב אויף אריאל - 12

מקוה איד,
איך האב דורך געליינט יעדער ווארט און יעדן ריפליי פון סקאט מאלען, און איך שטים איין מיט דיר אז מיר דארפן נאר א 25% געווינס, א קעגן די זאלונים וואס דארפן א 100% געווינס, ניט נאר א 100% נאר 125%, דאס מיינט זיי זאלן געווינען דארף מען באשטעטיגן באראש'ס פסק, ארויס ווארפן ראזענוואסערס פסק, און היפש מוסיף זיין צו באראש'ס פסק.

יעצט צום ענין פון STATUS QUO, א וודאי האט באראש געמיינט די זאלונים ווען ער האט געזאגט סטאטאס קווא, און דאס איז נישט די פראגע, STATUS QUO איז נישט קיין פסק, און דאס האט ראזענוואסער זייער קלאר מסביר געוען, באראש האט געפסקעט אז דער רבי איז בעל הבית, און אלעס בלייבט "ביים אלטן", ד פראגע איז נאר וואס ס'איז געווען בעפאר, און וואס עס מיינט "ביים אלטן", און נישט וואס "באראש" האט "געמיינט" אז דאס איז געווען "בעפאר", בקיצור, STATUS QUO איז א "מציאות" און נישט קיין "פסק", אויב קוקסטו אין מאלען'ס פאפירן און אין אונזערע פאפירן, דארט איז נישט די טענה אז "באראש" האט "געמיינט" די זאלונים מיט TATUS QUO , נאר אז יאנקל כהנא איז געווען קא-פרעזידענט,

איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז באראש האט אנגענמען פאר א פאקט אז דער רבי האט ארויס געווארפן רבי בערל, ווען ער האט דאס קלאר ארויס געווארפן, און נישט געוואלט באשטעטיגן יאנקל כהנא אלץ פרעזידענט, ער שרייבט דאך אז מען האט עם נישט געוואלט ברענגען דעם רבין זיך קענען איבערצייגן זיין רצון, און ראזענוואסער וואלט בשום אופן נישט געקענט פסקענען פארקערט פון באראש, ער האט פשוט נישט קיין רעכט דערצו,

סקאט מאלען האט 4 יסודות אויף וואס ער פארלאזט זיך, 1- ער שרייט געוואלד אז דער רבי האט יא ארויס געווארפן רבי בערל, און אז ראזענוואסער האט יא געדארפט אנעמען די פולע עדותשאפט, 2- אפילו לו יהא אז ער האט נישט ארויס געווארפן, דאן ווארפן עם יעצט ארויס די דיינים מיטן טשיף ראביי, (דאס איז די איקאליסטיקל סוגיא), 3- אז יאנקל כהנא איז געוען קא-פרעזידענט, האט ראזענוואסער נישט געהאט קיין רעכט צו געבן די פרעיזידענסי פאר רבי בערל, (זיי טענה'ן כמעט נישט אז באראש האט געמיינט יאנקל כהנא, מיט STATUS QUO, ווייל וועם ער האט "געמיינט" מאכט נישט אויס), 4- אז ראזענואסער האט בכלל נישט געהאט קיין רעכט זיך אריין צו מישן ווער עס איז פרעזידענט, ווייל דאס איז אויסשליסלעך א רעליגיעזע אישוי,

למעשה האלטן רוב עקספערטן, אז אונזערע פאפירן זענען פיל מעכטיגער, און מער איבער צייגענד ווי זייערע פאפירן, און ווי פריער געשריבן אויב פארופן זיך די ריכטער "בלויז" אויפן געזעץ, דאן גייען מיר בעזה"ש געווינען.

פאטאקי08 » 24/5/2006 21:26

יענקעלע
פארוואס קענסטו נישט שרייבן נארמאל אויף אריאל 10?

יענקעלע11 » 24/5/2006 21:31


דא האט איר א עקסערפט פון באראש'ס פסק ווי ער רעדט זיך אפ אז ער האט נישט באקומען דעם רבינ'ס קלארער מיינונג, אין דעם ענין, און מען האט עם נישט געוואלט געבן א עפידעוויד פונעם רבין.   על כן איז קלאר אז ער פרובירט נישט צו שרייבן וואס דעם רבינס מיינונג איז געווען, נאר אז דער רבי איז בעל הבית פון די קהלה.                              


Interestingly, the Court noted at one of the recent appearances that the


three mzjor figures who would be significantly affected by the outcome of this


litigation have failed to weigh in with their presentation of the issues. Despite an


invitation from the Court to do so, neither side has submitted any affirmation from


either Rabbis Aaron and Zalman Leib, the purported leaders of the two warring


factions or from the grand Rebbe, Rabbi Moses Teitelbaum himself. No official


reasons have been given for this glaring omission.

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 24/05/2006 21:57:02

אלעסאמת » 24/5/2006 22:02

יענקעלע11[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]Aa1

in_time » 24/5/2006 22:36

און פאר זיי אריין צו געבן יעצט א ארגענעלע בריוו,[מכלומרשט]
 ווי די רבי זי"ע ווארפט ארויס ר' בערל פריעדמאן, וועט שוין נישט העלפן ?

יענקעלע11 » 24/5/2006 22:42

ניין,  TOO LATE FOR THAT.

פאטאקי08 » 24/5/2006 22:46

אזוי ווי קעי דזשי ווילידזש
האט זיך זייער באליידיגט ווייל איך האב געפרעגט יענקעל וועגן וועלכע פאנט ער ניצט
וויל איך מיך אנטשולדיגן
און איבער זאגן


א ריזיגען ישר כח יענקעלע פאר דיין געלונגענע ארבעט
שכח שכח

אבער אויב איך מעג בעטן א קליינע טובה
זיי מיר מוחל אויב דו קענסט שרייבן אויף אריאל 10 אזוי ווי יעדער שרייבט
נישט ווייל איך קען דיר נישט ליינען
ח"ו נאר ס'איז גרינגער פאר מיינע אויגן די פאנט
נאכאמאל במחלות כבודך הרמה
א דאנק פון פאראויס פאר אלעם


KJ יעצט ביסטו שוין רואיג און צופרידן?
[בילד – נישט אפגעהיט]

פאטאקי08 » 24/5/2006 22:49

סארי יענקלע
איך זע אין א אנדערע אשכול האסטו שוין געטוישט
די תגובה האב איך געשריבן נישט זעענדיג יענע אשכול

יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס מען דארף נישט האבן 2 אשכולס אויף די זעלבע נושא

בא_ללמד » 24/5/2006 23:50

ווען מען גייט אדורך דעם נייעם ביהמ"ד, און מען זעט די צעמענט וואס די זאליס גיסן דארט, קוקט אויס קלאר אז די זאליס האלטן אז זיי האבן שוין "צעמענטירט" זייער אורטייל ביים אפעלאט געריכט...

איך ווייס אז עס גייט זיין ווער עס וועט שרייען אז איך זאג עס נאר ווייל מען דארף אזוי זאגן יעצט. אבער דער מציאות פון די זאליס צעמענט גיסן, און דער פארלאנג פון סאטמאר צו באקומען דעם נייעם ביהמ"ד "אויף דערווייל", צייגט קלאר פאר אונז קליינע מענטשעלעך אז עפעס ווייסן די קעפ... עפעס וואס איז זייער נישט גוט פאר אונז...

ותשובה ותפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה !!!

זייט נישט שפעטער קיין צועקים על העבר, מיר דארפן מתפלל זיין באצייטנ'ס !!!

in_time » 25/5/2006 01:32

איך הער אז זיי האבן געשמירט פעך אויפן דאך, -אויף צייטווייליג-  כדי עס זאל נישט אריין רעגענען,
און נישט קיין סעמענט,

א זאך וואס וועט זיין א גרויסער פראבלעם ביים בויען,

ווייל מ'וועט דאס דארפן אראפ נעמען.

ברענגנייעס » 25/5/2006 02:20

בא ללמד

וואס האטסו אפגעמאכט אז צוליב דעם דארפסטו שפילן פעסעמיזם

איצט צוויי פראגעס

ווען מיר בעטן אז מיר זאל שוין יעצט באקומען דעם גרויסן שוהל [סארי האלבע צייט ראדני אז נישט גרויסע שוהל] מיינט אז מיר האלטן נישט אז מיר גייען געווינען

פארוואס איז דאס אז מיר נעמען די זאליס טענות פון פוירטס אמענדמענד, רעלידזשעס פרידאם, ווייאלענס, און מיר דרייען עס אויס קעגן זיי, פארוואס איז דאס א סימן פון שוואכקייט

פארוואס ווען די זאליס באמערקן/שמעקן אז מיר גייען אין קאורט אויפן גרויסן שוהל, הייבן זיי אן בויען און ווילן נוצן די טענה אז זיי "מוזן" "ביידע" בילדינגדס אויף "איינמאל" פארוואס איז דאס אז סימן פון שטארקייט

מתעסקים » 25/5/2006 21:44

דער גאנצער אפהאנדלונג וואלט שוין געמעגט זיין קלוגער

ווי יעדער פארשטייט איז די פסק פון ראזענוואסער זייער א שטארקע לטובת די ארונים*:namespace prefix = o />


אבער ווי יעדער האט געזעהן דעם סטעי  אז די 4 שופטים פון די באראש קעיס האבן געגעבן מעג מען אליין פארשטיין אז זיי זענען נישט אזוי מיט ראזענוואסערס פסק


ועוד, די טי אר אוי פון ראזענווסער האט מען אפגעווישט און איהם געהייסען צו רעדן נאר פון די ביה"ח דארף יעדער בר דעת פארשטיין  וואס דא גייט פאר


פארוואס די 4 זענען נוטה צו די זאליס קען יעדער אליין אפמאכן


די מציאות איז אז 3 ריכטער האסן נישט געגעבן און די 4 יא ווייזט אסאך


דער יד השם איז גרעסער פון די זאליס הענט און זייער קראפציע און נאר דאס קען העלפן און וועט העלפן


דאס אז באראש דעסזישען איז נישט ארויסגעקומען און חודש אויף יונואר האבן די זאליס געזאגט דאן איז א שלא בדרך הטבע , זעהט מען דעם יד השם עפעס,עפעס, זאל דער עולם מתפלל זיין פארן אמת וואס איז דאך נישט קיין ספק אז קושתא קאי שיקרא לא קאי


יעדן ליאדע מינוט קען פאסירן א דריי לטובה מען קען קיינמאל נישט וויסן


אבער ווי עס זעהט אויס בדרך הטבע איז אז די 4 גייען נישט גיין לטובת בערל פריעדמאן

תוקן על ידי - מתעסקים - 25/05/2006 22:24:55

געגאנגען » 25/5/2006 21:55

ברענגנייעס. דו שרייסט אומזיסט. די זאליס האבן אנגעהויבן בויען די נייע שול נאך פאר די אהרונים האבן אריינגעגעבן די מאושען. און די לאגיק פון די אלע טענות וואס מ'האט דא אויפגעברענגט איז בכלל נישט אוועקצומאכן. איז דא א סיבה פארוואס דו טרייסט צו שפילן אפטימיזם?

chiken » 26/5/2006 17:45

מיין מיינונג איז, (דוכט זיך מיר אז איינער האט שוין געזאגט אזא מיינונג, אבער איך האלט אויך אזוי)

אויב די קאורט גייט אונז נאכגעבן די מאושען קומענדיגע וואך, אז אונז קענען מיר נוצען איינע פון די צוויי שולען, דאס מיינט אז אונז גיי מיר פארלירען די קעיס.

אויב געט ער עס נישט נאך, איז נישט זיכער אז אונז גיי מיר עס מאכען, אבער ס'איז דע גרעסערע שאנסען.

ונזכה ונחי' ונראה....

יענקעלע11 » 26/5/2006 18:21

טשיקן,

אויבן אויף איז די סברה פארקערט, אויב באקומען מיר איין שוהל, איז א סימן אז מיר גייען  געווינען, און על כן טוהן זיי אנערקענען אונזער בארעכטיגטע טענה, מיר זענען דאך די "גערעכטע" און דא דרייען מיר זיך ארום אן א דאך אויפן קאפ, ס'קאסט נאר אסאך געלט פאר פראוויזארישער טענטס, ווידער אויב ווייסן זיי אז מיר גייען במילא פארלירן, דאן קומט דאך אונז גארנישט, און זיי וועלן דאס אפווארפן,

בכלל איז דא א גרויסע אישוי די צווייטע פארלאנג פון א באנד פאר 10 מיליון דאלאר, וואס דאס איז דאך א נארמאלע בארעכטיגטע טענה, און ס'איז א פלא אז מען האט דאס נישט תיכף פארלאנגט, און פון דעם קען מען ענדערשט לערנען פשט צו מיר גייען געווינען צו פארלירן, אויב גייען מיר געווינען, איז די טייטש אז יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין האבן גענונצט אונזער פארמעגן, בו בזמן ווען מיר האבן זיך געמוטשעט און אויסגעגעבן שווערע געלטער צו עקזעסטירן, נו, פון וועם גייען מיר צוריק מאנען די געלטער, און דאס איז געווענטלעך דער פשט פון א באנד, וואס מען טיילט צו פאר דעם צד וואס נוצט די נכסים וואס איז מוטל בספק, ער זאל איינלייגן א באנד אז אויב פארלירט ער זאל דער צד השני האבן פון ווי צו קאלעקטן, און דאס איז לכאורה יא א קלארער סימן צו מען גייט געווינען אדער פארלירן, ווייל אויב ווארפן זיי דאס אפ איז לכאורה א סימן אז מיר גייען פארלירן, און די גאנצע טענה איז נישט רעלעווענט.

מיין מיינונג איז, אז דער ענטפער אויף די יעצטיגע מוישן וועט זיין מיט א ענטגילטיגע פסק אויף דעם כלליות'דיגן סכסוך, במילא וועלן זיי זיך אנשפארן דן צו זיין אויף יעדע עקסטערע מוישן,

געגאנגען » 26/5/2006 18:32

איך מיין אז די צען מיליאן דאלער באנד וואס אונז האמיר געבעטן איז נאר אז זיי זאלן "דערווייל" נישט עובר זיין אויפן סטעי, ווי ארויסווארפן מענטשן פון ראדני אד"ג. נישט אויף צו נעמען פון דארט געלט פאר אונזערע הוצאות.

יענקעלע11 » 26/5/2006 18:35

קען זיין אז דו ביסט גערעכט, איך דארף דאס מברר זיין.

אנאלעזירן » 26/5/2006 18:35

לויט מיין אנאליז איז עס קלאר אז עס איז אומקלאר*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

אויב גיבן זיי עס נאך קען עס מיינען איינס פון צוויי

 

אויב גיבן זיי עס נישט נאך קען עס מיינען איינס פון צוויי

 

אויב גיבן זיי עס יא נאך,

קען עס מיינען אז מיר גייען געווינען,

דעריבער געבן זיי אונז שוין איין בנין, ווייל פארוואס פייניגן די געווינער אומזינסט, עס קען אבער אויך זיין, אז אונזערע טענות וואס זענען אקוראט די טענות פון די זאליס, אז צייטווייליג איז אויך זייער א גרויסע אישו, אזוי אויך די רעליגיע אישו, די טענה פון פוירסט אמענדמענט, די זענען די זעלבע טענות, און ממילא מוזן זיי זיך האלטן צו יושר, אויב זענען די טענות גענוג שטארק צו גיבן א סטעי, דארפן די זעלבע טענות זיי גענוג שטארק צו גיבן א צייטווייליגע בנין

עס קען אויך מיינען אז מיר גייען פארלירן

און פארלירן מיינט, אז זיי וועלן זיך ארויסדרייען פון א געהעריגע פסק, זיי וועלן מאכן א טיפע בלאטע, וואס קען פארשלעפן די זאך אויף ווער ווייסט ווילאנג, דעריבער וועלן זיי אונז געבן א דאך איבערן קאפ, אזוי קענען זיי גרינגער מאכן פאר זיי, די פסק וואס וועט נישט זיין קיין פסק, נאר זיך ארויסדרייען

 

אויב גיבן זיי עס נישט נאך

קען עס מיינען אז מיר גייען געווינען

און זיי ווילן האלטן דעם עולם געשפאנט, אבער מער פון דעם, זיי ווילן ארויסגעבן א קלארע שארפע פסק, און דעריבער מעגן די אהרונים ווארטן נאך א פאר טאג, פאר א גאנצן זיג

עס קען מיינען אז מיר גייען פארלירן

און ווידער פשט אז זיי ווילן עס צוריק אראפשיקן אדער נישט געבן קיין געהעריגע פסק, נאר א פסק וואס יעדער זאל מישן, וואס דער מוחזק וועט בלייבן מוחזק און דעריבער ווילן זיי נישט אז די אהרונים זאל ווערן מוחזק אין דעם נייעם בנין

 

 

געגאנגען » 26/5/2006 18:40

ס'איז דא א מציאות אז ס'זאל צוריק אראפגיין צו לאוער קאורט?

פאטאקי08 » 26/5/2006 20:36

מען דארף בעסער וואטשען נישט צו דעבאטירן די זעלבע אישו און צען אשכולות
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 26/05/2006 20:55:25

קושקע » 26/5/2006 20:41

פאטאקי: אבידה מצאתי 

נעקסט טיים פארבלאנדשע דיך נישט