היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » ***פוירסט קרעטשמע עניווערסערי!!***

***פוירסט קרעטשמע עניווערסערי!!***

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1927635

יענטאאש » 24/5/2006 05:51

פרויען און גענטלייט! מאכט אייך אלע גרייט! צו די דאזיגע צייט!

פוירסט קרעטשמע עניווערסערי קאמינג אפ! קומענדיגן מאנטאג!

די ראשי הקהילה דערקלערן א ביטול מלאכה, מ'ארבייט נאך אז די
באלעבאטים זאלן מסכים זיין, אז נישט וועט די קרעטשמע טרייען צו
באצאלן די וועידזשעס, אבער והחכם עיניו בראשו, און ווער עס האט
עס אין די פיס וועט טאקע ליידן.

א גרויסארטיגע סעודה כדת הקרעטשמע בתפארתה וועט צוגעגרייט
ווערן לכבוד המאורה. 'קרעמער' וועט לכבוד השעה זיך צוריקשטעלן
אונטערן קאונטער און טיילן די משקאות, און עסקנים ארבייטן נאך אויף
יאנאש'ן ער זאל כאטש אויף דעם טאג צוריקגיין אויפן זעלבן פלאץ ווי
ער איז דאמאלטס געווען, (די גערוך צוריקצוברענגען וועט שוין נישט
ארבייטן).

דאמאלטסדיגע ראשי הקהילה ומנהלי הקרעטשמע גרייטן שוין צו די
רעדעס, און ס'איבעריגע עולם גרייט שוין צו די ציין און מויל צו ענטפאנגען
די סעודה רחבה כיד המלך און משקאות כיד הקרעטשמע מיט אפענע
מעגענער.

א שטאב פון עסקנים פון די חשובסטע ליידיג-גייערס ביי כלל ישראל זענען
שוין פארנומען ביז איבערן קאפ, שוויצענדיג, לויפענדיג, סאפענדיג, אין
צוגרייטונג צו די גרויסארטיגע מסיבה.

הכונו! הכונו! גדול יהי' כבוד המעמד הזה!!!!

קרעמער » 24/5/2006 06:00

יא יא אזוי ווי איר אלע הערט (ליינט)
העפטיגע הכנות גייען יעצט אן - טאקע אין די מאמענטן
צוצוגרייטן דעם פובליקום פארן גרויסארטיגן מעמד "סיום
שנה ראשונה" וואס וועט טאקע פארקומען צווישן די פיר ווענט
דא אין קרעטשמע מיט די באטייליגונג פון אלע אונזערע חברים
און מיטגלידער פון אמאל און פון היינט (ס'איז סיי ווי די זעלביגע צוויי
נאר מיט אנדערע פופציג ניקס, לפי טענת 'ממילא2'... הא הא, ווער
געדענקט אים נאך? וואס איז דיין היינטיגע ניק אין קרעטשמע ממילא2?)

מען האט אויפן ראש הקהל'ס שווייס דערקענט די ערנסטקייט
פון די הכנות צום מעמד, ווען ער האט זיך צום ערשטן מאל
אין די לעצטע יאר-צייט ארויסגעכאפט מיט א ווארט וואס די גרעסטע
חכמים און נבונים זיצן יעצט דערויף מיט א שווערע קאפ (בכובד ראש)
און קענען נישט דערגיין וואס די ווארט באדייט:

מעגענער

האט שוין איינער אמאל געהערט אזא סארט אויסדרוק
אין קרעטשמע אדער אין גאס? איך נישט! דאס צייגט
אויף די גרויסע אימפעט מיט וואס דער חשוב'ער ראש הקהל
האט געשריבן זיינע רייד, זיך דערמאנענדיג ווי - ביז עטליכע טעג -
טאקע אקוראט מיט א יאר צוריק האט ער דא אראפגעלייגט זיין
הארצרייסנדע הספד, וואס איז געווען די ערשטע הספד אין די
היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן וואו דער עולם האט זיך - אן
קיין בושות - געהאלטן ביי די זייטן, געריבן די שלייפן מיט בראנפן כדי
נישט ח"ו צו פאלן חלשות מחמת גרויס געלעכטער.

לאמיר אלע טאקע דא שיקן א פערזענליכע איינלאדונג פאר די אלטע
תושבים, אויב עס פעלט אויס וועלן מיר טאקע ארויסשרייבן זייערע ניקס,
זאלן זיי אלע קומען דא אהער די קומענדיגע וואך מאנטאג "יום המיוחס"
און טאקע מיט זייערע אלטע ניקס! אז דער עולם זאל זען מי ומי ההולכים.

יענטאאש, פריש מיר אויף דעם זכרון, וועלכע ניקס האבן געהאט א חלק
אין דעם ווידעראויפבויה פון דעם פלאץ?? דאכט זיך אז דער אורח הכבוד
וועט זיין "אב הרחמן" (אויב ער לעבט נאך...), זיין זון/אייניקל/איהר-אייניקל
בן-הרחמן וועט אויפטרעטן לכבודו מיט אפאר דיבורים, ווי אויך ווערט ערווארטעט
די פערזענליכע באטייליגונג פון יונגאטשבפ, ביחסיד, און נאך אנדערע.

SOME HAPPY DAYS ARE COMING IN THE KRAITCHME!!!

יענטאאש » 24/5/2006 06:14

אינמיטן די סאמע העפטיגע הכנות צו מעמד הענקי, לייג איך אראפ די שרייב פאפיר אין וועלכן איך גרייט צו מיין רעדע. איך טרעט אראפ פון פאדיום וואו איך טרעניר דעם פיל-צענדליג מאן באנד. איך לייג אנידער דעם שעפ לעפל מיט וועלכן איך העלף צו דאס געקעכץ, און איך גיי צו א צווייטן טישל עקספלענירן מיין מאדנען 'מעגענער' ווארט בכדי נישט צו פארדרייען דא דעם מעכטיגן נושא מיט מינדערוויכטיגע ווערטער טענה'ריי. סי יו דעיר. ביזדערווייל עסקנים! אנגיין מיט די הכנות!!!!!!!! תוקן על ידי - יענטאאש - 24/05/2006 6:17:05

יאנאש » 24/5/2006 20:38

איך קען קוים ווארטן, נא באדעי טרעט איך אפ פאר קרעמער'ן.

לאוולי » 24/5/2006 21:00

איך וועל זיך אויך באטייליגן אין די מעכטיגע שמחה (איינער איז אינטערעסירט?)

סאכדעס » 24/5/2006 23:18

ששששששששששש.....................

ברוכים הבאים בשם השם

סיז ממש א געוואלדיגע תענוג וקורת רוח צו זעהן דעם ריזן עולם וואס איז זיך צוזאמען געקומען דא אונטער איין דאך, מ'קען דערקענען די שמחה וואס הערשט ביים חשוב'ן ציבור, די שמחה איז פאר אלעמען צוגלייך, מ'האט מיר אויפגענומען פאר טשערמאן פון אזא געוואלדיגע מסיבה וואס תלמידי חכמים מסובין בה, איז דאך דאס פאר מיר א געוואלדיגע זכי' אז איך קען דא אויסרופן די חשובע פערזענליכקייטן וואס האבן זיך באמיהט אהער צו קומען אזא ווייטע שטרעקע אזש ביז אונזער קרעטשמע דא אהער, בראש וראשון וועל איך האבן די זכי' אויסצורופן בפני כל קהל עם ועדה, דעם גרויסן מעכטיגן פערזענליכקייט, דאס איז נישט אן אנדערער ווי אונזער חשוב'ער אלטער דאיען הרה"ג ערעב זארעכ פעפער ז"ל זיין געזונט און שטארק, וואס טראץ זיין טיפן עלטער איז ער אראפגעקומען פון מארס, זיך צו באטייליגן אין דעם היינטיגן אווענט............. (דער עולם פאטשט)

ווי אויך האביך די זכי' אייך פארצושטעלן איינע פון די גאר חשוב'ע פראמינענטע תלמידי חכמים פון דעם דור, וואס ווייניג דא געדענקן נאך די גוטע צייטן ווען מיר האבן געהאט די זכי', אז מלאך זאל זיין בתוכינו, ה"ה מופת הדור והדרו כבוד קדושת מרנן הרב גם_זו שליט"א, וואס ווי באוואוסט איז ער לעצטענס גאר שטארק פארנומען אויפצו טוהן למען הכלל והפרט, אין ארצנו הקדושה, און ווי מיר וועלן הערן שפעטער א לענגערע באריכט פון אונזער קראספענדאנט אין ארץ ישראל הרב טאגליכט יר"ה, וואס וועט שפעטער (ווער ער וועט טרעפן צייט) אראפלייגן אביסל על קצה המזלג די אבנארמאלע העכער אלע באגריפן'דיגע מעשים טובים פון אונזערע תושבים פון ארצינו הקדושה, ובפרט פון הרב גם_זו זאל זיין געזונט

די פענע איז צו ארים, די שפראך איז פארקלאפט, ווען איך האב די זכי' אויסצורופן און באגריסן אונזער אלעמען באליבטן חשוב'ן גאסט, הרב הצדיק מורינו ערעב פענסטער זאל זיין געזונט און פריש, גאט זאל איהם באגליקן אלע זיינע לעבנסטעג, איך דארף נישט דאס פארציילן, דער עולם ווייסט דאך אליין'ס די געוואלדיגע אויפטוהענגען, וואס אונזער חשובער גאסט האט געלייסטעט פאר די קרעטשמע, בכלל ובפרט, פאר ער איז נתמנה געווארן דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אלס מנהל משנה, און ווער רעדט נאך ווען דער רעבע שליטא האט אין איהם אייגעזעהן פאר דעם ריכטיגן פערזאן ער זאל קענען פירן די קרעטשמע על מי מנוחות, אודה ולא אבוש, איך האב אנפאנג ווען איך מיטן דאיען זאל זיין געזונט, זעמיר אריינגעקומען דא אין די קהלה קדושה, און מיר האבן נישט געוואוסט בין ימין לשמאל, איז ער געשטאנען צו אונזער רעכטע האנט, מיט אזא מס"נ ממש נישט צום פארשטיין, על כל פנים וועל איך בעטן דעם ציבור זאל איהם אפלאדירן כראוי, מיר ווייסן נאך נישט צו ער וועט זיין ביכולת צו רעדן דא פאר דעם ציבור, אבער בכל אופן פילן מיר פאר א זכי', אז ער האט ערשיינט דא ביי דעם אווענט.

אזוי ווי איך זעה אז דער עולם -גולם- האט זיך שוין געזעצט צו די פלעצער, וועל איך איבערלאזן דע אויפנאמעס פאר שפעטער, און איך וועל צוטרעטן צום ענין, יעדער איינער ווייסט און פארשטייט די נחיצות פון אזא געהויבענער צוזאמענקום, וואס דאס שרייט אויס כי לא תשכח מפי זרעו, עוד עם ישראל חי, די תורה האט א נצחיות, שוין א יאר וואס א קהלה בישראל לעבט באחדות, שוין א יאר וואס קיין פאליטיק מיט קיין לשון הרע קומט נישט אריין אין אונזער מחנה, שוין א יאר פון צדקה וגמילות חסדים ביין אונז אין דארף וואס איז אומבאשרייבליך מיט'ן זין פון ווארט, ווער געדענקט דען נישט ווען נחמן נטע דער האלץ האקער איז נעלם געווארן פון די אירענא און דער גאנצער ציבור מיט אן אמת'ער אחדות האבן זיך צוזאם גענומען און געהאלפן נאכגיין די שפירן, ביז דער אייבערשטער איז געווען פאר אונז צו הילף, און אזוי נאך אלע אנדערע מעשים טובים, וואס איז אלץ פארשרבין אין די ארכיוון פון די קרעטשמע, ווער געדענקט דען נישט די גירות פון דעם גראף, די נסיעה צום קעניג פון דעם ראש הקהל, שוין א יאר פון התגלות כבוד שמים אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען זינט בריאת העולם.

אלזא ראבוסיי, איך בין נישט דער וואס זאל דא האלטן דרשות, אבער וואס זאל איך טוהן מיין הארץ לאזט מיר נישט בלייבן שטום, איך פיל אז איך האב געמוזט ארויסברענגן די ווערטער, ודברים היוצאים מן הלב, נכנסים אל הלב.

איצט וועל איך האבן די כבוד אויסצורופן אונזער אלעמען באקאנטן פה מפיק מרגליות, ווען איר וועט הערן די נאמען וועט עטץ שוין זעהן אז איך האב גארנישט מגזים געווען, א איד א עוסק בצרכי צבור באמונה, מיט זיינע געוואלדיגע דרשות ודברים כדרבנות בכל עת מצוא, איינער וואס וועט קיינמאל קיין פליג נישט טשעפען, איך שעם זיך אפילו ארויסצוזאגן זיין נאמען פון מויל, (איך ווייס עס נישט ששששששששש) הרי הוא כבוד מוהער ערעב נאטורליך, זאל ארויפקומען אויפן פאדיום זאגן זיין דרשה וואס ליגט איהם אין בויך לכבוד המאורע, שששששששששששששששששששששששששששששש ערעב נאטורליך קומטס...

נאטורליך » 24/5/2006 23:46

א גיטער פריינד רופט מיך אויפ'ן סעל מיט א געוואלד אז מען האט מיך אויסגערופען צו כהן און אלעס שטייט און ווארט אויף מיר.
וויאזוי ווילסטו איך זאל רעדען אז מען מאכט נישט קיין פלאץ? איך קען נישט צוקומען צום אויבען אן. די ברילען איז מיר פארהויכט, די בארד איז צושויבערט און אלע שרייען עך זאל שוין אנהייבען רעדען. שיקט אהער אפאר סדרנים צו עפענען א וועג, נא. דא ביי די לינקע זייט, גיב זיך א שאקעל רבי סאכדעס נישט שטיי ווי א יון און די סוכה מיט'ן מייקראפאון אין די האנט.
דא יא דא אויף די לינקע זייט, זעהסט מיך נישט?

נאטורליך » 24/5/2006 23:57

ווילאנג וועל איך דא ווארטען? זעסט מיך נישט ווי איך שטיי און ווער צוקוועטשט און צודריקט.?
איך גיי אהיים, די דרשות וועל איך שוין הערען אויפ'ן האט ליין, לאמיר נאר איבער א סאדע מיט'ן קרעטשמע סימבאל פאר א געדענקעניש.

סאכדעס » 24/5/2006 23:59

נו וויפיל איז די שיער?????????????. מאכט'ס פלאץ, נו לאזט איהם שוין ארויפקומען

יאנאש גיי אהין פליז מיטן דעם בעסבאל שטעקן, מאך סדר

צו מזל איז גרויזאמער נישט דא היינט, וואס זוכט איר צ....... אוי די מייק האט זיך אויסגעשאלטער פוןדי געדרענג

סעמאן_פיש » 25/5/2006 09:39

איך שעהם זיך צו פרעגן

בין איך אויך געליידנט?

כרעמער » 25/5/2006 15:04

סאכדעס וואו איז ער?

קרעמער » 25/5/2006 16:52

מורי ורבותי!

די עסקנים ווערן געבעטן צוזאמצושטעלן א פונקטליכע ליסטע פון אלע אלע קרעטשמע מיטגלידער, סיי די אלטע און סיי די נייע, סיי די וואס זענען שוין געגאנגען צו זייער וועלט און סיי די וואס דרייען זיך נאך צווישן אונז, סיי די וואס האבן אפגעשריבן לאנגע מגילות און סיי די וואס האבן נאר אריינגעווארפן איין ווארט, כדי מיר זאלן קענען ארויסשיקן די איינלאדונגען צו יעדן איינעם באצייטנס, די צייט ריקט זיך, עס איז שוין באלד דער יום המיוחס און מיר האבן נאכנישט ארויסגעשיקט אלע אינוויטעישאנס.

איילט אייך ציה רבותי!

קרעמער » 28/5/2006 18:27

הכונו הכונו

בלויז געציילטע שעה'ן פארבליבן ביז צום גרויסארטיגן פייערונג פון

כלות שנה הראשונה

להיימישע קרעטשמע!!!

גם_זו » 29/5/2006 03:26

איך וויל נאר בעטן א קליינע בקשה פון די גבאים אז דעיס מאל זאל מען מיר נישט מכבד זיין מיט פאצן און טאנצן
ווייל עס טוט מיר נאך וויי ביז היינט די הענט מיט פיס . ביטע

איך האב דא מיט געבריינגט אן אנדערן וואס קען די מלאכה בעסער פון מיר.

דא האט איהר. זייט איהם מקבל בברכה תוקן על ידי - גם_זו - 29/05/2006 3:30:42

גם_זו » 29/5/2006 03:32



[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 29/5/2006 05:18

אומגלויבליך, אבער א פאקט! יעצט ווערט א יאהר זינטן גרינדונג פון היימישע קרעטשמע!

מיר האפן איר זענט שוין נישט פליישיג פון די ראש חודש סעודה, ווייל מיר האבן דא צוגעשטעלט א פיינע מילכיגע סעודה
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 29/5/2006 05:18

קומט אלע אין די מאסן, אין די פיינע מילכיגע קיכן אריינבייסן
[בילד – נישט אפגעהיט]

not2bz » 29/5/2006 16:35

לכבוד די פוירסט עניווערסערי וועל איך מיר דא אביסעל ארימדרייען היינט

nafcha » 29/5/2006 16:35

מורי ורבותי!

עס איז מיר א גרויס פארגעניגען צו קענען זיין דא היינט צוזאמען מיט אייך פייערן די פירסט עניווערסערי פונ'ם קרעטשמע, (אויפ'ן פערזענליכען פארלאנג פון 'גם זו' זאל מען נישט פאצען זייער שטארק).
 ווער האט זיך געגלייבט פאר א יאר צוריק אז אין אזא קורצע צייט ווי איין יאר וועלן מיר שטיין אויף אזא שטאפעל ווי מ'שטיי מיר יעצט, דעס איז אלעס זיכער נאר בזכותו פון האי גאון .... וכו', נאר אין זיין זכות האבן מיר געקענט אנקומען דא.


יעצט אזויווי זינט פאראיאר זענען דא צוגעקומען בלעה"ר כמה וכמה חברים, לאמיך ענק נאר איבערגעבן איין קלייניקייט, עס קען אייך צונוצקומען אויף נישט לאנג ארום.

אונז שטיי מיר יעצט פאר דעם יו"ט שבועות, זאלט עטץ אלע וויסען אז א טאג נאך שבועות -מאנכע רופן דאס אסרו חג שבועות- איז אביסעל א שווערע טאג פאר אונזער הויעכגעשעצטער געוועזענע ארענדער 'קרעמער', סאו אדער שטייטס ווייט פון אים יענע טאג, אדער זייט'ס אים מחזק.


איך קען נישט מאריך זיין בדיבורים, איך דארף צוריקגיין צו מיין מנוחה נכונה, וועל איך מסיים זיין מיט א ברכה, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער קרעמעל זאל אויסוואקסען לשם ולתפארת בית ישראל, ס'זאל זיין אין א בחינה פון "בך יברך הייד-פארק", די אנדערע פורומים זאלען זיך ווינטשען אז זייער פארום זאל אויסקוקען ווי אונזער קרעטשמע דא. עדי נזכה לישועתן של ישראל בב"א.




תמיד ה''נפחא'' מציל בשעות הקשות

hutkh » 29/5/2006 17:00

kraitchmer 29/05/2006 16:52:00 11577 היימישע קרעטשמע
קומט אריין פאר א שנאפס און א גוט ווארט
מזל טוב מזל טוב צו די ענדע פון די שנה ראשונה, איך וועל אי"ה באלד שרייבן עטליכע זכרונות פון א יאר צוריק.

hutkh » 29/5/2006 17:33

אלרייט, סיט טייט, לאזט מיר צו צום מייק, אז נישט וועל איך מאכן א סטרייק!

ווער עס איז ניי דא, קען מיר בכלל נישט געדענקן, איך בין דער גרינדער און אנפירער פון דעם פורום וואו איר זיצט און פארברענגט אזוי איינגענעם טאג און נאכט! איך האב מיט גרויס מיה פלאג און הארעוואניע אויפגעארבעט דעם פורום, איר געטראגן און געברענגט, אויפגעלעבט און איינגעשלעפערט, געמעקט און געשריבן געשריבן און געמעקט לפי הצורך, דאס האט אנגעהאלטן אזוי עטליכע חדשים, ביז מען האט מיר פון דא ארויסגעשליידערט ווי א הינט און עס האבן איבערגענומען מיין פלאץ די געטרייע מנהלים וועלכע פירן אן דאס פלאץ מיט אזא געניטקייט אזש צום באוואונדערן!

נישט מער געדאכט, פונקט א יאר צוריק איז עס געווען, א שלאפלאזע נאכט האב איך געהאט, קאשמארן האבן מיר פארדרייט דעם קאפ, דאס בעטל האט מיר אויסגעשפיגן נאך קארגע דריי שעה שלאף, זאגנדיג: גיי שטעל דיין פורום אויף די פיס! דו ביזט דער מנהל, דו ביסט אחראי אז עס זאל זיין א זאכליכע פורום, א טויגליכע פורום, נעם די לייצעס אין האנט אריין און מאך ארדענונג!

ווי באקאנט פאר אלע מיטגלידער, איז די היימישע קרעטשמע (דאן האט דאס נאך געהייסן היימישע שטותים) פון אלעמאל אן געווען אן אפענע פורום, יעדער איינער ווער עס פארמאגט נאר א ניק אויף היידפארק האט אלעמאל געקענט דא ליינען און שרייבן, דאס איז א געוואלדיגע יקר המציאות, איר קענט כמעט נישט טרעפן אזעלכע סארט פורומים דא אויפן פארק!

נאר וואס דען? פון אנהייב האט די קרעטשמע קיין תקנות נישט פארמאגט, איטליכער האט געקענט שרייבן ככל העולה על רוחו, האט עס געהאט ליידער יענעם פנים (איך דערמאן זיך א גוט ווארט, מען זאגט עס נאך פון ר' יונה פארסט זצ"ל: פארוואס איז איינגעפירט אין די ישיבות אז פרייטאג לערנט מען נישט? זאגט ר' יונה: די סיבה איז זייער פשוט, ווייל פרייטאג איז די מנהג אז מען לערנט נישט די סדרי הישיבה, נאר יעדער איינער לערנט דאס וואס ער וויל, און ... קיינער וויל נישט לערנען! דערפאר קוקען די פרייטאג'ס אזוי אויס עכת"ד ודפח"ח וש"י).

אינשי דלא מעלי האבן זיך דא אריינגעכאפט פון איבער די גאנצע וועלט, און אנגעפירקלט די ווענט מיט זייערע גראפיטי, עס האט געהערשט אן אנארכיע (געזעצלאזער צושטאנד). ביז יענעם טאג...................

געווען איז דאס טאקע "יום המיוחס" - אזוי ווי היינט - די התעוררות איז געקומען אין פארעם פון א בריוועלע, געשריבן דורך א ניק "אב הרחמן", אין וועלכן ער האט זיך דירעקט געוואנדן צו מיר, דער מנהל, און געבעטן ברחמים רבים אויסצומעקן די איבריגע אומניצליכע אומזאכליכע אשכולות און תגובות, מיר האבן אים צוריקגעשריבן אז ער איז געקומען פונקט אין די ריכטיגע מינוט, ווייל אקוראט דאס איז געווען אויף אונזער אגענדע צו טאן אינעם קומענדיגן געלעגנהייט.

זינט דאן האבן מיר אפשר איינמאל געהערט פון דעם "אב הרחמן", אבער ער האט דא איבערגעלאזט א אנדענק דורך זיין ברייט פארצווייגטע משפחה, בראש וראשון אונזער יעצטיגער מנהל משנה בן הרחמן וואס איז דער ריכטיגער פירער אין אלע הינזיכטן פונעם פורום, ווען עפעס ברויך געטאן ווערן איז דא צו וועמען זיך צו ווענדן. נאכגעפאלגט פון דעם אייניקל זיינעם נין הרחמן וואס דרייט זיך אויך ארום דא צווישן די טישן, ווי אויך פלעגן מיר האבן דא הרחמן אליין, הכלל, די "הרחמן" פאמיליע האט זיך פעסט איינגעגלידערט דא, אז עס איז אמאל געווען א קלער א נאמען צו געבן פאר דעם פורום "איי עם סיק אוו רחם"...

איי איי איי קינדערלעך, וואס זאל איך אייך זאגן? ווען איך דערמאן זיך אין יענע טעג --- איי, ווער האט זיך געגלייבט אז א יאהר דערויף וועל איך קענען זיצן און שרייבן צו אייך מיין בינטעלע זכרונות? ווער האט געקלערט אז היימישע שטותים האט עפעס א עתיד בכלל? די וואס געדענקן יענע צייטן קענען עדות זאגן אז מען האט געציילט ספירה צום סתימת הגולל (הגולם) פונעם פורום! בליקער און ביישויער זענען געווען אסאך, כ'געדענק אז 250 מענטשן האבן געליינט מיין גוט יום טוב וואונטשעוואניע פון ערב שבועות, אבער ביי דעם איז עס געבליבן! קיינער האט נישט געוואלט שרייבן גארנישט, נישט ווילענדיג עובר זיין אויפן למען לא ניגע לריק (ווי "שעפעלעזיסע" [איינער פון די אמאליגע מיטגלידער] האט זיך דאן אויסגעדרוקט).

ביז ביז ביז עס איז אונטערגעקומען איינער א שרייבער מיטן פסעוודאנים יענטאאש... היינט ברויך מען שוין קיינעם נישט מסביר זיין ווער דאס איז, אבער באותו שעה איז ער געווען ווילד פרעמד פאר אונז, ער האט פריער קיינמאל נישט געשריבן, פלוצלינג האט ער זיך אנגעריקט פון איין רגע אויפן צווייטן, און זיך גענומען באצירן דעם פורום מיט זיינע הערליכע תגובות, אנגעהויבן פון א כלומר'שטע לויה אויף היימישע שטותים און הוטקע (דאס בין איך אליין), געענדיגט מיט ... (ער איז נאך ווייט פון פארטיג!), וויאזוי זאגט מען נאר? שלי ושלכם שלו הוא! איר קענט פארדאנקען יענטאאש'ן דעם גאנצן עקזיסטענץ פון אזא היימישע פורום אויפן פארק!

די ברילן ווערן מיר פארהויכט, א שווייס באגיסט מיר דערמאנענדיג זיך אין יענע טעג............ גאנץ שווער געווען די דעציזיע (באשלוס) צו טוישן פארמאט פונעם פארום, אבער --- עס האט זיך געלוינט! כאפט א בליק, קוקט און זעט וואס עס טוט זיך דא אינעם פארק, פורומים שטייען אויף און פורומים גייען אונטער, אבער וויפיל פורומים שטייען אויף אזא הויכע ניווא? אויף דעם זעלבן קאליבאר ווי היימישע קרעטשמע? ריין פון פאליטיק, מחלוקת, שפיכת דמים און שמוץ? זייער ווינציג!

איך בין נישט אזוי באקאנט אין די הלוך ילך פון די היינטיגע קרעטשמע, גלייבט מיר אז איך באדויער אסאך מאל אז איך קען נישט אניאגן אפילו צו ליינען די אלע אינטערסאנטע טעמעס וואס ווערן דא אויפגעברענגט דורך אלע מיטגלידער, ובפרט מיין ממלא מקום קרעמער (וועלכער האט געמאכט א גוטן דזשאב אנפירענדיג דעם פורום עטליכע חדשים, ביז ער האט דאס איבערגעגעבן פארן וועד הנהלה), און דער אמאליגער דיין ר' זארעכפעפער, דער היינטיגער דיין ערעב סאכדעס/התאחדות (איך בין נאך צומישט אויב דאס איז טאקע דער זעלביגער אדער נישט...).. קען איך דען יעדן אויסרעכענען? איך וועל נאר אויסרעכענען די איבריגע חברי ההנהלה וואס שטייען הונטער די קוליסן און געבן אכט אז די פורום זאל טאקע פארבלייבן שיין, ריין, ציכטיג און בליאטשקענדיג: יאנאש, נאט-טו-ביזי, נפחא/פענסטער, טראצדעם וואס איר זעט זיי מעגליך נישט אזוי אפט, שטייען זיי גרייט צו מעקן יעדן אומהיימליכן תגובה, און - סאו פאר סאו גוד - זיי מאכן א הערליכן דזשאב, ווי איר קענט אייך אלע אליין איבערצייגן!

איך פאל שוין באלד צוזאם פאר חלשות ל"ע, איך בין נישט געוואוינט אזויפיל צו שרייבן בכלל, נאכדערצו אין איין אטעם, איך וועל זיך אפריען, זיך אביסל אומקוקן אויף די איבריגע דרשות פונעם היינטיגן טאג, דאן וועל איך זיך אומקערן צו מיין ווינקל אונטערן אויוון, און איבערגעבן דאס ווארט פאר די היינטיגע באהערדע.

not2bz » 29/5/2006 17:52

 נפחא און הוטקה

יישר כח פאר די ווארימע דיבורים,

jovvboy » 29/5/2006 18:22

נא, הוטקע ביסט א גיבור!!

אזוי גייט עס, די צווייטע יאר וועט שוין גיין פיל שנעלער ווי די ערשטע
די יארן לויפן זאגט מען

יענטאאש » 29/5/2006 18:49

מורי ורבותי טייערע ידידים וחברים. ס'איז מיר שווער צו נעמען דאס ווארט, צוליב דעם וואס ס'אויגן זענען מיר נאך פארטרערט, ס'נאז איז מיר נאך פאראצט, ס'מויל איז נאך פארכליפעצט, און ס'הענט נאך וואקלעדיג נאך די עמאציאנעלע דרשה פון אונזער געוועזענער מנהל, גרינדער און מייסד ר' הוטקע ה' ירפאהו ויחלמהו. דעריבער קען איך נישט פארליינען די פארגעשריבענע רעדע, אבער....... פטור בלא כלום אי אפשר, שטרענג איך מיך אן בלויז צו זאגן עטליכע דברים היוצאים מן הלב צו באדאנקען ר' הוטקע'ן. אוי!!!!!!!!..... שכויעעעעעך ר' הוטקע.......... (דא צעכליפע איך זיך אזש איך קען גאר נישט ממשיך זיין, טא ווייז איך מיט די האנט אז כ'וועל שוין שפעטער זאגן מיין פארגעברייטע רעדע).

jewboy » 29/5/2006 21:52

מזל טוב.

כשם שנכנס .... כן ייכנס .....

אויסגעמעקט לפי בקשת פון דעם קעניג ירום הודו, נאך זיין חרטה
תוקן על ידי - סאכדעס - 30/05/2006 18:15:50

klieg » 29/5/2006 22:39

Mazel I'Brucha!!

התאחדות » 30/5/2006 00:27

מוריי ועראבויסיי, די טרערן גיסן זיך אהן אויפהער, די פריידיגע שטימונג איז אומגלויבליך, איך ווייס נישט פון וואו אנצוהויבן און אוודאי ווייס איך נישט וואו צו ענדיגן, אבער דאך להפטר בלא כלום אי אפשר, איך וועל פרובירן מצמצם צו זיין מיין מוח אויף וויפיל סיז שייך, די פריערדיגע דרשנים, ובראשם מיין אונטער שאמעס ערעב סאכדעס, האבן שוין ארויסגעברענגט וואס דאס באדייט דער געהויבענער טאג, פאר אונז און פאר אונזערע קינדער, איך וועל רעדן פון א נושא וואס איך האלט אז אלע דארפן דאס צו וויסן, סישטייט והיה עיניך רואות את מוריך, (די טרערן שטיקן ביין האלדז) ראבויסיי איך וועל נאכאמאל מקדים זיין לא לדרשה קאתינא, אבער די נקודה איז גאר א חשוב'ע, כ'בעט אז דער עולם זאל נישט וויינען אויפ'ן קול, אפילו איך שליקערץ פון געוויין אלע וויילע, ווייל מיט די קולות האב איך מורא אז איך וועל נישט קענען ממשיך זיין, און אזוי ווי אויבנדערמאנט, איז דאס גאר וויכטיג, דער עולם זאל דאס גוט צוהערן, איז אזוי, סישטייט אין פסוק, כ'קען מיר נישט מצמצם זיין און זאגן דעם מראה מקום, אבער אלענפאלס שטייט דאך אזוי והיה עיניך רואות את מוריך, איין מקור וועל איך זיך יא אנשטרענגן צו זאגן, העכער אלע בילדער פון רעביס, זעהט מען דעם פסוק, מיטן פולסטן פראכט, איז ממילא, יאך על זיך וואגן צו זאגן, היינט!!!!!!!!! טאקע היינט, האמיר די זכי', אונז און אונזערע קינדער, סיהאט זיך פאר אונז מגלה געווען, יא איך ציטער דאס צו זאגן מיט מיין מויל, כבוד קדושת מרן אדונינו מורינו ורבינו ראשקעבעהאג, עטרת תפארת ישראל, פטיש החזק, אוי איך ציטער צו דערמאנען דעם נאמען ביי איט סעלף אבער כאב נישט קיין אנדערע בריירע, די קינדער דארפן דאך וויסן, הרי הוא העאדמער ערעבב...................          ההההההההההוווווווווטטטטטטטטטטטקקקקקקקקקקעעעעעעעעע זכר צדיקים לברכה, טראכט אריין א מינוט, צו האט איר שוין געטראכט? איר ווייסט און פארשטייט דען די זכי' וואס מיר האבן, אזא התגלות איז שוין נישט געווען דוירעס, שוין באלד טויזננטער יארן, וואס פון אזא התגלות האמיר נישט געהערט און געזעהן, און חוץ מזה האמיר געהאט די זכי' אז ער האט משמיע געווען דברי חיזוק וואס מיר אלע זענען אזוי שטארק אנגעוויזן, איז ממילא איך שעם זיך פאר מיר אליין, אז איך האב נישט געהאט די זכי', צו קענען דעם גרויסן מאן בחייו אבער סישטייט דאך שוין גדולים צדיקים, במיתתן, איז דאך זיכער אז די השפעות הן ברוחניות הן בגשמיות איז דאך געוואנדן אין דעם גרויסן בוים, איז זאל דער אייבערששטער העלפן אז אזוי ווי ביז היינט, אזוי אויך ווייטער זאלן מיר זוכה זיין כל טוב כל הימים.

סאכדעס » 30/5/2006 00:33

אאמממממממממ......... ככככככ...... א גרויסן שערקויעך פאר די ווארימע גלארייכע דיבורים וואס איז געווען אין א בחי' פון דברים יוצאים מן הלב נכנסים, און סיז זיכער אז דארט אויבן נעבן די מפתח שעפט דער רעבע אסאך נחת פון די הייליגע דיבורים יוצאים מפי כהן גדול דער חשבוע'ר דיין ערעב התאחדות, ימלא ה' כל משאלות לבו לטובה ולברכה

איצט וועל איך האבן די זכי', אויסצורופן איינע פון די אלטע מנהלי משנה, וואס אויף די קבר פון זיין ניק וואקסט שוין באלד גראז, אומפארנומענערהייט האט ער אונז איבערגעלאזט לאנחות, כבוד מורינו נאט טו ביזי, שליטא זאל ארויפקומען זאגן זיין דרשה.

גרויזאמער » 30/5/2006 00:41

שששששששששששששששששששש!!!!!!!!!!........................ ששששאאאאאאא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! נו? שששששששששששששששששששטיל!!!!! (401! אויף די לינקע זייט פעלט זיך אויס מער בענק, מענטשן שטייען) (101! געב איבער אז מען זאל מכבד זיין יענטאש בכבוד הראוי, ער איז יעצט אריינגעקומען) שששששששששששששששש!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! (יאנאש? יאנאש יאנאש יו הער מי??? יאנאש? קאם הער טו די פראנט, וויט די ברום פליז!) ששששששששששששאאאאאאאאא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יגרסהדותא » 30/5/2006 02:07

JOWBOW
דו מאכסט אונז סתם נייגעריג, ווילסט רעדן? רעד! ווילסט נישט רעדן, פארוואס רעדסטו?

gishmoker » 30/5/2006 05:22

יוי איך בין אזוי גערירט אזש ביז טרערן האבן זיך פארזאמלט ביי די ווינקלען פון מינע אויגן, איך זעה כמעט נישט ווואס איך טיייייייייייפפפפי .

את האמת, איך האב פונקט לעצטע וואך געזען דעם אשכול פון אונזער הויכן באגילדעטער ד"ר ראביי  יענטאאש וואו ער טוט אינדארסירן דעם גמר שנה ראשונה פונעם קרעטשמע, און אין וועלכן ער בעט און גארט דאס אנטיילנעמונג פונעם היימישן עולם, אלטגעזעסענע ווי די נייע, זאלן קומען, קוקן, בליקן, הערן, זעהן, שמעקן, טאפן, קאסטן, און ווער עס קען זאל אפילו זאגן, רעדן, שפריכן, זינגען, קלינגען, שרייבן, מעקן, טייפן, און אזוי נאך ווייטער יעדערער זאל צולייגן עפעס , מוסיף זיין, זיך דערמאנען אלטע זכרונות .

איך האב פערזענליך פיל זיך גע'ישוב'ט יא אדער נישט צו קומען, איך בין דאך שוין נישט יונג, שוין א היבשע צייט וואס איך האב פארלאזט דעם קרעטשמע צוליב מיין צושטאנד. איר ווייסט דאך, מען ווערט נישט אינגער, דאס בארד איז מיר שוין ווייס געווארן מיט דער צייט, נאך א ביסל הער איך שוין ווי די יונגע חברה רעדן דארט אונטער מיין רוקן : לאז דעם אלטן קאטער דורכגיין... כא כא כא... קוק אים אן מיט די הויקער דארטן...  אבער ווער נאך אזוי גוט ווי אייך אלע דא ווייסן פון מיין פארגאנגענהייט, נאכדערצו די אלטע לייט פון דא וואס קוים וואס מען הערט פון זיי , מסתמא זענען זיי אלע אין מושב ערגעץ נעבן מיר. וואס פארשטייט עטץ די אינגע חברה, וואס ווייסט איר פון קרעטשמע צו זאגן, און וואס פארשטייט איר צו איר באדייט. יוי איך דערמאן זיך די אלטע גוטע טעג (און נעכט...) אנגעהויבן טאקע פון יענעם צוזאמפאלן נאכט וואס מיין באליבטער הוטקה האט פריער דערמאנט אין זיין הודעה, און נאכגעפאלגט מיט די אלע צענדליגער און הונדעטער דערפרייעדיגע באשרייבונגען, פון קרעמער, יענטאאש, גם זו, נפחא,ועוד.

דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז ווען איך האב געליינט די פריערדיגע תגובות פון די אלטע חברים בין איך געווארן אינגאנצן איבערגענומען. איך בין געכאפט אין שאק! נישט געגלייבט אז די אלע וועלן דא אנטייל נעמען אינעם היינטיגן צוזאמקומפט. עס פריידט מיך ביים הארצן זיי אלע צו זען דא . עס איזט פאר מיר געגליכן ווי בוימאייל אויף א וואונד, און ווי זאלב אויף די אייטער בלוטערלעך. פון די אנדערע זייט הארץ אבער, טוט מיר שטעכן אויפן געוויסן, וואו זענען זיי ?! פארוואס באווייזן זיי זיך אזוי ווינציג דא ? לאמיר מאכן מער מסיבות , נישט נאר איין מאל א יאר .
זאל זיין איין מאל א האלב יאר. איין מאל א חודש, און אפשר גאר איינמאל א וואך ! מען דארף זיך זעהן ! זיך טרעפן סאנאזאם, פונאנדעטיילן ידיעות, תגובות אד"ג. התקוששו וקשו שטייט דאך ! נו.

אין דער זעלביגער צייט דארף דא באטאנט ווערן און ארויסגעהויבן ווערן די לויטערע ארבייט אין דעם היימישן קרעטשמע וואס לויט ווי מיינע  קינדער שיחיו געבן מיר איבער, ווערט עס ווייטער געפירט דורך די חשובע יונגע ענערגישע עסקנים ,וראשי קהילה,בעני מיט ניני, נאטורליך, סאכדעס\התאחדות [ ביי מיר איז נישט קיין ספק צי זיי זענען די זעלבע צי נישט..] 30X, יין שרף, שנאפס, גרויזאמער, יגרסהדותא, און צום לעצט, כרעמער.. און אלע איבריגע מעמבערס, וואס געבן זיךאיבער מיט לייב און לעבן אלעס זאל ווייטער געפירט ווערן על דרך הסלולה לנו מרבותינו מייסד הקהילה הי"ו, רבי הוטקה שליט"א  . לאמיר אלע אויסרופן :
יחי אדוננו מורינו ורבינו לעולם ועד !! שרייטס אלע: יחי ! יחי !

רבותי ! יעצט רעד איך צו ענק , צום יונגערען דור ! קוקטס אהער, מיר עלטערע לייט שפירן זיך אזוי גליקליך היצטעט, צוזענהענדיג ווי דער פורום ווערט ווייטער געפירט מיט אזא זעלטענהייט און שיינהייט, פונקט ווי ווען מיר האבן עס איבערגעלאזט, און געוויס נאך בעסער. דעריבער, פירט אייך אויף ווייטער אזוי וואויל און פרעכטיג . עס וועט קומען א צייט וואס איר וועט זיך נאך רייבן די בייכער פון גרויס הנאה אויף דעם וואס איר האט דא אריינגעארבייט. געדענקט , דער עיקר נחת איז, ווען די קינדער פירן זיך אויף בדרך האבות. !



תוקן עקב ,,, וואס פארשטייט איר אינגע חברה ?...



תוקן על ידי - gishmoker - 30/05/2006 5:26:37

סאכדעס » 30/5/2006 05:36

איך טוה מיר אנטשולדיגן פאר'ן נישט אויפנעמן דעם געשמאקען געשמאקער זאל זיין געזונט לאורך ימים טובים אמן, די סיבה איז אז איך האב פשוט נישט געפונען די פאסיגע ווערטער איהם אויפצורופן, מילא האבן מיר אינגע ענערגישע עסקנים זיך בארעכנט איהם לאזן רעדן אומאויפגערופן, לעבן זאל ער, און איצט צום ענין, אזוי ווי די מסיבה פארשלעפט זיך שוין א לאנגע צייט, על כן וועלן מיר מוזן מקצר זיין, נאט טו האט צוגעברייט זעהר א לאנגע דרשה, סיז כמעט נישט מעגליך אז ער זאל אנטרעטן היינט נאכט, אפשר אין א שפעטערע געלעגנהייט, צוליב דעם גרויסן ציבור, וועלן מיר בעטן ווער עס פילט פאר וויכטיג אנצוטרעטן מיט א ווארימע רעדע זאל זיך ביטע אראנזעצן און טייפן א ספיטש.

נו לאזט איהם ארויף דארט.....
נו דרך ארץ,,,

איך_הער » 1/6/2006 01:51

איך האף אז איך האב נאכנישט פארשפעטיגט , ( די קאנווענשן דויערט כמעט א וואך ניין ?)
אזוי ווי איך בין נישט געלאדענט געווארן פערזענליך ,( איך בין באמת נישט באליידיגט , איך דריי מיך דאך דא ווייניג , קוים קוים וואס מ'זעט מיך דא ) וועל איך מיך נישט רייסן צום מייק , און אויפהאלטן דעם עולם דא , אבער דאך פטור בלא כלום אי אפשר , און ווי נישט ווי ווען איך פאל דא אריין פון צייט צו צייט האב איך גאנץ הנאה , במילא האב איך געטראכט , אז דאס וואס איך האב צו זאגן , וועל איך אפשרייבן און איך וועל ( נישט ) מאכן קאפיס און ( נישט ) לייגן דארט ביים עק טיש, אזוי אז ווער ס'וויל, וועט ( נישט ) קענען נעמען, איך בעט אבער נישט כאפן ס'איז ( נישט ) דא גענוג.


קוים איין יאר אדוירעך , און דאך אזוי הערליך,
רייכע ארטיקלען ( געווענטליך ) צום לאכן , וויינען , און צום אויפרעגן ביז ס'איז געפערליך,
עררייען אזא רעפאטאציע אין אזא קורצע צייט ,
טיט ארויס ווייזן אז מ'האט דא  צוטיהן נאר מיט נארמאלע לייט ,
שיין געקלינט און קער גענומען דוירעך די איינוואוינער די היגע ,
מיט פיל מיה און פלאג , אז ס'זאלן הנאה האבן די אריינקומענדיגע געסט די קלוגע ,
ענקער ארבעט זעט זיך אן אויף טריט און שריט ,

יעדער וואס טרעט נאר דא אריין זעט אז דאס פלאץ בליהט ,
ווער ס'כאפט נאר פון אינדרויסן א בליק ,
נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט, און ער איז צוריק ,
יעצט אזוי ווי ס'איז אדוירעך איין יאר ,
ווען די שמחה איז דא אזוי גרויס , איז דאך קלאר ,
ווי נאר מ'האט אביסל צייט פאר זיך ,
עני באדי און טאקע יעדער, זאל זיך אויסטוהן די קינדער שיך ,
ריינע ארטיקלען און תגובות געבן א שרייב ,
סא וועט יעדער הנאה האבן , און אין קרעטשמע געבן א בלייב ,
על כן וועל איך יעצט זיין מסיים ,
רייכן די הענד און אויסשרייען לחיים ,
יחי אלע חבירים אלטע , נייע , פריערדיגע , יעצטיגע , געוועזענע און צוקומפטיגע פונעם קרעטשמע יחי א לעבן א נייעם ,
              ביז מיר ווען זיך טרעפן אלע אינאיינעם און ירושלים, תוקן על ידי - איך_הער - 01/06/2006 1:54:33

3x0 » 1/6/2006 03:56

אמן.

קרעמער » 1/6/2006 06:10

א גרויסן יישר כח מר. איך הער
איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיינע ווערטער
תשואת חן חן לך
שרייב ביי אונז נאך און נאך

סאכדעס » 1/6/2006 19:01

א גרויסן יישר כוח פאר איך הער -איך הער? ווייסעך נישט- פאר די גאר ווארימע דיבורים, געצילט צום פינטל, קלאר און גלארייך ארויסגעברענגט דעם ענין, וועל איך בעטן דער עולם זאל זיך באדאנקן פאר איהם מיט אפשיי און עהרע, (כנוסח הדער שטערן לעצטע חודש) און לאמיר האפן אז בזכות זה וועט ער בלייבן פאראייניגט ביי און מיט אונז, אמן.