היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הופיע! ספה"ק ברך משה מהדורה חדשה

הופיע! ספה"ק ברך משה מהדורה חדשה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1927403

קושקע » 24/5/2006 00:59

ע"י הוצאות עצי תמרים

in_time » 24/5/2006 01:24

עס איז פריש איבערגעדרוקט געווארען אין א קלענערען פארמאט,
די סייז איז קלענער און אויך דינער.

פאר א שטויענד ביליגען פרייז פון:
$40
א גאנצען באנד.

עס איז שוין דא ציבאקומען אין וומ"ס
אין ביהמ"ד המפואר דקהל יטב לב

עס וועט אויך זיין ציבאקומען און בארא פארק
אין ביהמ"ד הגדול 53. סט.

אין קרית יואל
אין ביהמ"ד הגדול

אין מאנסי
אין ביהמ"ד דקהל יטב לב

טאראראם » 24/5/2006 03:02

מיינסט צו זאגן   -$40 א סעט !!!



דרך אגב:
איך קום יעצט פון ספרים געשעפט,
און ער בעט -$84 א סעט פון די אלטע ברך משה !

טאראראם » 24/5/2006 03:11

יעצט געזען דעם נייעם סעט,
ס'האט א הערליכע דעקל, אויך זייער א פראקטישע סייז !


אויב איז אמת וואת זיי זאגן, האט מען ס"ה געדריקט א מספר מצומצם !
נישט מער ווי 2800 סעט'ס !!!

מנהלרוחני » 24/5/2006 05:02


טאראראם

כ'בין אקארשט געווען אין 2 ספרים סטאר'ס און זיי זאגן אז די אלטע דרוק ''ברך משה'' קען מען שוין נישט קריגן ! ! ! 
איך ווייס נישט ווי די האסט נאך געטראפן
 א אלטע סעט פאר $84.00  ? ? ?

kj_village » 24/5/2006 18:18



האט מען שוין געהערט עפעס פינעם צד השני בנוגע דאס איבער דריקען די ספר ברך משה??

גוטזאגער » 24/5/2006 18:44

אוי האט מען אים צוגעפיקסט, דעם ליפא'לע.

סאטמארע חסידים וועלן פון יעצט און ווייטער נאר קויפן די ברך משה פון סאטמארן דרוק, און סיגעטער חסידים דארפן דאך נישט דעם ברך משה אינגאנצן.

בא_ללמד » 24/5/2006 19:01

הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל האט א בריוו פון רביה"ק זי"ע הכ"מ אז ווער עס וויל מעג איבערדרוקן זיינע ספרים (דער רבי האט עס אים געגעבן טאקע דאן ווען ער האט אים געמאכט פאר א שליח איבערצוגעבן צוואתו הק' פון "הוא ולא אחר").

דער רבי האט אים געזאגט "ליפא איז דאך אן איידעם ביי יוסל, וועט ער דאך אודאי וועלן מאכן געלט. זאלסט זען עס זאל זיין צו באקומען פאר ביליג".

און טאקע לקיים צוואתו הק' האט ער עס איבערגעדרוקט שוין אויף די שלשים, דאס ברענגען פון אר"י אליין קאסט אים $10 א סעט ! און ער מאכט כמעט נישט קיין ריוח, אבי עס זאל זיין ביליג.