דא זאל מען שרייבן אלע נייעס וועגן די שלושים
רבינו שליט"א וועט היינט נאכט זיך משתתף זיין ביי מסיבת של מצוה וואס זיין ברידער הרב שלום אליעזר שליט"א מאכט לטובת כולל עצי חיים און ב"ב און שטוב פון זיין שוואגער הרב בעריש מייזליש שליט"א
5218
14th Av.
בבית מדרשינו המפואר
13 הופפער סט.
וועט אויך פארקומען היינט נאכט א מסיבת שלושים ברשות אב"ד אנטווערפן שליט"א
תיכף נאך מעריב
מארגן צופרי וועט רבינו שליט"א דאווענן און ישיבה בשעה 8:30
און דערנאך וועט ער ארויף גיין צום ציון
און ביינאכט וועט פארקומען די צענטראלער שלושים סעודה און ביהמ"ד הג' און קרית יואל בשעה 7:30
אין דער איד איז געשטאנען אז די שלשים איז דאנערשטאג, אבער ווען זיי האבן געזען אין בלאט (וואס זיי לייענען נישט) אז עס איז מיטוואך, האבן זיי לחרפתם געמוזט אויסריפן שבת אז עס איז א טעות און די שלשים איז מיטוואך.
זעט אויס אז זיי "ווייסן נישט קיין חילוק פון דינסטאג צו מיטוואך"
איז שוין די רבי ביים ציון ?
רבותי
ביטע פיקטשורס פון נעכטען אין הופפער
מען וועט אייך דאנקבאר זיין
א ישר כח פון פאראויס ווילי בוי אלעס אמת דזשואבוי
רבינו שליט''א ביים ציון
[בילד – נישט אפגעהיט]
הרב ביק שליט"א רעדט יעצט און קרית יואל
אויסטערלישע התרגשות ביי דרשה פון רבינו שליט"א.
דער רבי האט זייער געוויינט אז ער קען זיך נישט מנחם זיין, ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אהבה וואס איז געווען צווישן זיי, און געקלאגט אויף די זיבן יאר וואס ער איז נתרחק געווארן פון זיין הייליגן טאטן.
ער האט געזאגט אז יעצט ווען דער רבי זי"ע איז שוין אין הימל קען שוין קיינער נישט שטערן, און יעצט ווערט צוריק נתחדש - ברוחניות - דער קשר, אזויווי עס איז געווען בימי קדם.
ס'איז כדאי אליין צו הערן די התרגשות'דיגע ווערטער אויף קול חוצב להבות אש.
אויף די מערערע אנפראגעס אין אישית:
דער נומער פון "קול חוצב להבות אש" איז 212-990-6378.
די פייערדיגע דברות קודש וועט מען קענען הערן אויף אפטיילונג #3.
סיום דברי רבינו שליט"א ביי די סעודת השלשים און קרית יואל
קענט איר דא הערן
מען בעט ווער עס קען עס זאל עס אראפשרייבן
איך האב געהערט פון איינעם א גיט ווארט וואס איז געווען ביי די שלשים סעודה אין ראדני.
דארט האט מען בחוש געזען דעם "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", ווייל 80% פראצענט פון די וואס זענן דארט געווען האבן נישט געוואלט שטיין אינטער איין דאך מיט'ן ב"מ ז"ל, אבער לאחר פטירתו קימען זיי צו זיין יארצייט סעודה.
דפח"ח
אין אנטווערפן זענען צאמגעקומען באלד 80 אידן ביי די שלשים סעודה.
זיי האבן נישט געגלייבט די אייגענע אויגן, די גאנצע קהילה איז ארום 110 מענטשן (לכאורה די
קלענסטע סאטמארע קהילה, נאך אוסטראליע...), און אזא ריזיגער ציבור איז געקומען צו אונזער מסיבה.
זיי זאגן אז ס'איז דא שטארקע האפענונגען אז דארט זאל ווערן סדר.
אין לאנדאן איז געווען א שיינע סעודה, מיט הונדערטער באטייליגטע, הרה"ג ר' יחזקאל אינזליכט
שליט"א מו"ץ דקהלתינו הק' האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה, וואו נאך א שטארקן הספד אויף
רביה"ק זי"ע, האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע גדלות פון רבי'ן זאל זיין געזונט, און
וויפיל מיר
דארפן זיין מקושר און אדוק צו דעם גדול הדור.
דערנאך האט גערעדט הגאון האדיר דער קרית יואלער דיין שליט"א, וועלכער איז געקומען וועגן די
ישיבה, און ער האט אויך זייער שטארק ארומגערעדט וועגן רביה"ק זי"ע ובנו הגדול ומ"מ דער רבי
זאל זיין געזונט.
דערנאך האט מען געבעטן הגאון הצדיק ר' חיים וואזנער שליט"א, רב דקיט"ל בלאנדאן, אז ער זאל
רעדן. צוערשט האט ער נישט געוואלט, למעשה האט מען אים שטארק געמוטשעט האט ער מסכים געווען,
און ער האט געזאגט אז ער האט נישט געוואלט רעדן ווייל ער האט נישט געוואלט אפקילן דעם
פייערדיגן רושם פון די פריערדיגע דרשות וועגן רבינו שליט"א, דורך זיין דרשה וואס וועט דאך
נישט זיין אזוי שטארק ווי די אנדערע, כמובן.
דערנאך האט ער אויך זייער שטארק ארומגערעדט פון כ"ק רבינו שליט"א, ובפרט וועגן דעם נייעם סדר
פון לימוד מס' סוכה וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט אז די גאנצע קהילה זאל לערנען
אינאיינעם.
באזונדער האט ער שטארק משבח געווען דעם הייליגן מכתב קודש פון רבי'ן זאל זיין געזונט, איבער
אונזער חוב אין די יעצטיגע טעג, און אויסגערימט די עסקנים וועלכע גייען ארום אין ביהמ"ד אכט
געבן אז מ'זאל נישט פירן קיין ויכוחים אין די ענינים. אויך האט ער גערעדט בשבח פון די הייליגע
ישיבה און די געוואלדיגע כוחות וואס דער רבי זאל זיין געזונט לייגט אריין דערין און די
וויכטיגקייט פון שטיצן די ישיבה.
ער האט אויסגעפירט די דרשה אז דער רבש"ע זאל העלפן אז מיר זאלן בקרוב מקבל זיין פני משיח
צדקינו, מיט כ"ק רבינו שליט"א בראשינו, בב"א.
תוקן על ידי - געגאנגען - 26/05/2006 21:27:24