היינט דינסטאג פ' במדבר האט כ"ק מרן רבינו שליט"א געדאוונט ביי ישיבה לצעירים ברשות ר' שלמה זאבעל שליט"א און עס האט זיך אויך באטייליגט ישיבה קטנה חלק ב ברשות ר' העניך שעהר שליט"א
ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה האט זיך אנגעהויבן דאס דאווענען מיט א פייערדיגע ברען וואס די מגידי שעורים דריקן זיך אויס איז דאס שוין לאנג נישט געווען און עס וועט געדענקט ווערן אויף א לענגערע צייט
נאכן דאווענען איז געווען א מסיבת לחיים און כ"ק מרן רבינו שליט"א האט גערדט אלס הכנה צום הייליגן יו"ט שבועות