משה בן פראדעל פירט אויס
מאנטריאל גייט אין קאורט
אן א היתר בית דין.
איך ווייס נישט אויב מען האט שוין עפעס געטאן היינט, צי נישט.
אבער דאס זאל ענק זיין קלאר אז מיר וועלן נישט ענקערע בהמות, אז אפאר אויבער חכמים אין ניו יארק האבן אפגעמאכט אז מען קען מיט די מאנטריאלע שטעטלישע מענטשן טאן וואס מען וויל, וועט עטץ גאנץ שנעל איינזען אז עטץ האט געהאט א ביטערן טעות.
מיר וועלן נוצן אלע מיטלען צוריקצובאקומען די גניבה.
פארשטייט זיך אז מען וועט נישט טאן קיין שום זאך כנגד הלכה, אזוי ווי ר' שלמה יעקב שפיצער האט אנגעזאגט ביי די אסיפה אין מתיבתא, יעדע זאך וואס מען וועט טאן וועט זיין על פי תורה.
עס געפעלט מיר אבער די חוצפה וואס עטץ האט צו האבן בכלל טענות
די גונבי מאנטריאל האבן מכלומר'שט געהאט טענות אז זיי האבן נישט גענוג מענטשן אין קהל, וואס האבן זיי געטאן? געשיקט א הזמנה? זיי זענען געגאנגען צו די רעגירונג איינגעגעבן פאלשע זאכן אז זיי זענען קהל, כדי צו קענען דורכפירן די גניבה, אבער מיר טארן נישט גיין זאגן אז ס'איז שקר???
ענקערע ליצנות טאקטיקן וועלן אונז בכלל נישט אפשרעקן, קענסט שרייבן בן פראדל, און קענסט מסביר זיין אז דו ביזסט זייער פארנומען ביז שבועות מיט די פטירה פון רבינו בעל ברך משה.... מיר וועלן נוצן אלע מיטלען וואס מען קען און מעג צוריקצובאקומען די גניבה!
גונבי מאנטריאל
עטץ קענסט נאך אלעס פארשפארן. זייט נישט עובר אויף לא תגזול און לא תחמוד, פאלגט דעם רבי'ן און גיט צוריק די גניבה!
זשוליאני טייערער!
אז בן פראדל האט געדינגען יצחק ראזנבערג מיט מנחם ליבערמאן זאלן ארבעטן פאר אים, זיכער פירט ער אויס.
אז דער רבי קען הייסן צוריקגעבן די גניבה און זיין ווארט איז נישט קיין ווארט, יצחק ראזנבערג איז "פארנומען מיט די פטירה פון רבין זי"ע" - מען רעכנט זיך נישט מיט זיין מיינונג, זיכער פירט בן פראדל אויס!
אז דער רבי איז מגלה דעת וואס זיין מיינונג איז איבער מאנטריאל. "אז יעדער זאל לעבן בשלום ובאחדות אין איין ביהמ"ד, און מען זאל זיך נישט קריגן". און בא ללמד איז מסביר אז מען דארף זיך יא קריגן ווייל ס'איז עניוועיס מחלוקת און ס'איז שוין ממילא צוטיילט זיכער פירט בן פראדל אויס!
בן פראדל קען זיצן אויפן קאוטש מיט א קאווע אין די האנט, נישט לייגן א פינגער און קאלט וואסער, און ער פירט אויס!
| נשלח ב 25/5/2006 | קאנאדא [בילד – נישט אפגעהיט] |
[בילד – נישט אפגעהיט] | |
| |||