היינט געזעהן טשוקולאד פון עלית, ארץ ישראל. מילכיג מיט א הכשר OU D CHALAV YISRAEL
צו ווייסט איינער וואס דאס איז? ווי פארלעסליך דאס איז?
ou אין ארץ ישראל ווערט געפירט דורך הרב רובין פון רחובות וואס הייסט פון די חשובע השכרים אין ארץ ישראל, אזוי ווי בדצי"ם.
הרב אברהם רובין ארבעט שוין לאנג נישט פאר OU ער טעהנ'ט אז מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף זיי.
לכאורה איז די OU נאמן אויף וואס זיי האלטן. זיי האבן א פראבלעם מיט זייערע קולות. אבער כל מצוה שהחזיקו בה.... מדקדקים בה יותר מישראל.
ווען זיי שרייבן חלב ישראל איז דאך ווידער גוט
וואס מיך שטערט בעיקר איז, ווייל אויף אנדערע חלב ישראל פראדוקן פון עלית איז דא א בד"ץ עדה הכשר. און אויף דעהם נישט.[בילד – נישט אפגעהיט]
באטשי, איך וויל נישט שרייבן מער פון וויפיל איך האב פריער געשריבען. זיי מברר ביי יודעי דבר.