היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פראגע: זאל מען לאזן די נעמען אשכולות?

פראגע: זאל מען לאזן די נעמען אשכולות?

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1926187

כל_העולם » 22/5/2006 22:45

איך האב שוין היינט צוויי מאל אויסגעמעקט אשכולות וועלכע האבן מפרסם געווען די נעמען פון מענטשן וועלכע האבן געהאט א חלק אין די מחלוקה אין בארא פארק, ווייל איך וויל נישט אראפברענגען די ניווא פון אונזער פארום, און איך וויל נישט אז די מערכת פון היידפארק זאל דאס נוצן אלס א תירוץ אונז צו פארשפארן.

וויל איך דעריבער דא פרעגן וואס דער עולם האלט. זאל איך לאזן די אשכולות אויסגעמעקט אדער זאל איך זיי צוריקברענגען?

hotwire » 22/5/2006 22:48

איך קען נישט גענוי די תקנות פין היידפארק,

אבער ווי לאנג אינזערע שכנים טוען באשמיצען פריוואטע מענטשען מיט בילדער אין טעלעפאן נאמבערס וכו' דארפען מען נישט קיין רחמנות האבין אויף זיי

חיים_נחום » 22/5/2006 22:51


 איך וואוט אז ניין. זאל יעדער זען בריש גלי מה בין בני לבן חמי! מיר זענען נישט אזוי נידריג ווי זיי! מיר זענען פארנומען מיטן חלק הטוב, מיר פירן זיך על פי תורה, מען הערט נאר ביי אינז פאזיטיווע ענינים. כך נראה לענ"ד

moshe06 » 22/5/2006 22:52

מיין מיינוג איז {כאילו איינעם אינטערסירט עס...}

אז די שרייבער זאלן האבן שכל, נישט צי שרייבען קיין נעמען
סיי ווי ווייסט יעדער ווער די שלעגער זענענן, אן דעם וואס עס זאל דא שטיין

פארוואס פעלט אויס אראפ צי ברענגען די פורום צי א נידריגע לעוועל???

נאך א סיבה,
דער שרייבער וואס שרייבט א נאמען דארף צי קענטיס נעמען,
אויב ע"פ תורה איז נישט אויסגעהאלטן עס צי שרייבען, דאן לוינט זיך עס נישט!
עס איז נישט ווערט די צוויי מינוט הנאה!!

עכטע_נייעס » 22/5/2006 22:56

נארמאלער הייט וואלט איך געזאגט אז נישט

אבער אזוי ווי די זאלי'ס שרייבן געפערליך אויף יונגעלייט האלט איך דארף די מנהל שיקן אן אישי צו די מערכת פרעגן אויב מ'מעג דאס טון ווייל די אנדערע פורום טוט דאס און דער עולם דא וויל דאס נישט פארשווייגן (און מ'טאר דאס נישט פארשווייגן) און אויב טאר מען נישט זאלן זיי אראפ נעמען יענע אשכול ביי די זאלי'ס

יענקעלע11 » 22/5/2006 22:57

לדעתי, אויב סטאפן זיי נישט, דארפן מיר קודם שרייבן מיט ראשי תבות,
אפשר וועט דאס זיין גענוג פאר א ווארענונג,
און אויב העלפט דאס נישט, דאן איז "עין תחת עין שן תחת שן",
אבער נאר ווען מען איז 100% ,   נישט חלילה סתם אזוי באשמוצן אומשולדיגע מענטשן
.

מה_טובו » 22/5/2006 23:19

מיין מיינונג

נישט שרייבען.
אויב די מנהל קען קעיר נעמען אנדערש וואלט עס סאך מער אויפגעטון.
אונז וועל מיר קיינמאל במילא נישט קענען צוקומען צו די שפיץ נאגל פון זייער רשעות, סאו איז נישט שייך צו גיין מיט זיי און א פארמעסט ווער עס איז א גרעסערע רשע, ווייל זיי וועלן 100% געווינען.

בא_ללמד » 22/5/2006 23:29

מיין מיינונג איז, אז מ'וועט במילא אין ערגעץ נישט אנקומען מיט שרייבן קיין נעמען.

מה טובו האט עס שוין גוט ארויסגעברענגט, דא האנדלט מען מיט די גרעסטע אכזריים און טעראריסטן, די אלע נעמען וואס מ'האט געשריבן אין די אנדערע אשכולות זענען עפ"י רוב אזעלכע וואס דערשרעקן זיך במילא נישט פון צעשמירן זייער נאמען, אויב עפעס איז עס פאר זיי נאר א געווינס...

עס איז אויך גאנץ מעגליך, אז דער אמת'ער ציל פון די זאליס איז אז ס'זאל ווערן א מלחמה צווישן דיצוויי פארומ'ס, אז די מערכת זאל אפשפארן ביידע פארומ'ס ! (א זאך וואס איז זיי שוין אמאל שיעור נישט געלונגען !).

פאר דעם אליין טאר מען עס נישט מאכן פאר קיין אל-פארומ'דיגע מלחמה.

איך שטיץ זייער שטארק דעם פארשלאג פונעם אנדערן אשכול, אז יעדער זאל שיקן א פארלאנג צו די מערכת אז זיי זאלן עס אפשטעלן.

yones69 » 22/5/2006 23:29



מיין מיינוג איז איז דעם יעצטיגען מצב איז מען זאל יא און נאכמאל יא שרייבן נעמען.


מען אז די זאליס שרייבן נעמען אין זייער חדשות זאלי דעמאלס דארף מען און מוז מען שרייבן זייערע נעמען.


אבער מען דארף יעדעס מאל עקסטער דן זיין.

באראש » 22/5/2006 23:32

עס איז אן ענין פון לא תעמוד על דם רעיך ווילאנג די זאליס וועלן שרייבן נעמען פון אנ"ש וועלן מיר שרייבן זייערע נעמען.

עס איז עין תחת עין.

אז מען וועט דא נישט קענען שרייבן עכ"פ ווען זיי שרייבן דעמאלס זענען זיי שטערקער.

yones69 » 22/5/2006 23:36



עס איז אמת אז מען דארף זיך ווענדען צו די מערכת, אבער טאמער די מערכת טוט גארנישט דערצו, און זיי זאגן אז עס מותר.


דארף מען דא שרייבן די אלע זאליס נעמען.


עכטע_נייעס » 22/5/2006 23:51

פאר ווער ס'ווייסט נישט די מערכת פארשטייט נישט אידיש

מ'דארף שרייבן אדער איברעיש אדער ענגליש

שורשנגח » 22/5/2006 23:52

ווילאנג די זאליס וועלן דאס טאן אין זייער סייט דארף מיר אונז עס דא טאן מיט זיי.

מיר מיזן שטייען צו די האנט פון אנ"ש אין בארא פארק, זייער בלוט איז נישט הפקר!

האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו בנארמאלקייט וכו'

willi_boy » 23/5/2006 00:04

איך האלט מען זאל נישט שרייבען קיין נעמען, !!!!!

אויב אבער איינער קען זיך נישט צוריק האלטען, זאל מען ארויס שרייבען אלע אינפארמעשן פין דעם פערשוין,

ווי ער ארבעט !!!!
ווי ער דאווענט !!!!!
ווער זיין טאטע איז !!!!
ווי ער איז אן איידעם !!!!
ווי ער האט געלערנט זיינע קינדער אין בחורישע יארן !!!!
וואס ער טיט אין זיין פרייע צייט !!!!
זיין סעל, נומבער !!!!
זיין היים נומבער נישט, די ווילסט נישט זיין א שלום בית מאכער!!!!!!!!!!!

מה_טובו » 23/5/2006 00:09

נאך א פאוינט

איך ווייס נישט פארוואס דער עולם ווערט אזוי ווילד ווען זיי שרייבען נעמען?
אנפאנג ווען זיי האבען אנגעהויבען צו שרייבען פארשטייט זיך האט עס יעדן ווי געטון, אבער וואס א טאג שפעטער ווערן דאך נאך און נאך נעמען אויפגעשפילט, און אלע פון זיי ווערן אויף די מינוט די גרעסטע שקצים און מנוולים און ס'איז שוין דא אפילו א מעשה אז זיין .... האט געזאגט פאר ........ און זיין ווייב ווייסט נישט ..... וד"ל וד"ל.

כ'על ענק זאגען דעם אמת די ערשטע מאל וואס איך האב געזעהן אזא תגובה האב איך שנעל אנגעקאלט מיין חבר פרעגן "וואס גייט שוין פאר מיט ..... ער האט שוין אויך שמוץ?"

אבער היינט ווייסט שוין יעדער אז זיי קענען נעמען א מענטש וואס וויסט ניטאמאל אז ס'איז דא אזא זאך סאטמאר און רופן פאליס זאגען אז ער דרייט זיך מיט דראגס, און שנעל לויפן צו די פרעסע אז מ'האט געבאסט א "חסידישע מאפיא גרופ" וואס האט געוואלט אומברענגען די פרעזידענט, און אויף היידפארק שיקט מען שנעל די שווענץ שרייבען אז מ'האט געכאפט א גרופע וואס איז געווארען געשיקט דורך ארון (מיינענדיג כ"ק רבינו שליט"א) מיט רעוואלווערס און באמבעס און ס'איז די זעלבע מענטשען וואס האבען שוין א רעקארד פון ............. וד"ל

רבותי! ווערטס נישט אזוי דערשראקען, איינער וואס ליינט היידפארק און זעהט דארט די נעמען ווייסט אויך אז ס'איז ליגענט, ספעשל נאך די שטיינער מעשה וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט לעיני כל וואס זייערע מעשיות מיינען.

שורשנגח » 23/5/2006 00:14

דאס איז דיין מיינוג.

דאס איז אבער נישט אמת.

מען טאר נישט זיי צו לאזן די געווער אין דער האנט אז מיט יעדער אהרוני וואס זיי וועלן זיך וועלן נוקם זיין זאלן זיי דאס קענען טאן.

אז זיי שרייבן מוז מיר אונז אויך ארויס נעמען די געווער און שריין ווער זייערע שקצים זענען!!!

בא_ללמד » 23/5/2006 00:19

קודם בעט מען יעדן בכל לשון של בקשה צו שיקן א הודעה פאר די מערכת, עס איז אן ענין פון לא תעמוד על דם רעך.

מען זאל קלאר שרייבן אז יענע חברה טוען עס דירעקט אין א צייט ווען אין מדינת ישראל איז שוין נאכט, כדי די מערכת זאל עס נישט קענען אויסמעקן פאר אפאר שעה.

אויב די מערכת וועט גארנישט טון דערצו וועלן מיר דעמאלטס זען.

מקוה_איד » 23/5/2006 00:21

איך קען א ביסל פארשטיין די קאנסורן פון שור שנגח ודאית ליה, ווייל די פאקט איז אז זיי פרובירן צו אינטימידעיטן די אהרונים מיט דעם וואס זייער פורום איז דא א הפקירות, און זיי ווייסן אז אונזער פורום איז קאנטראלירט, ממילא זענען זיי פארזיכערט אז ס'וועט נישט זיין קיין קאנסעקווענצן.

איך ווייס נישט צו מ'מעג זיך לאזן אריינשפילן און זייערע הענט, פון די אנדערע זייט וויל איך נישט ברעכן די פרינציפן פונעם פורום, וואס א דאנק דעם איז אונזער פורום אויף אזא הערליכען און שטארקן פאזיציע.
 
אפשר זאל מען מאכן אזא מין "דשעניווא קאנווענשן" אפמאך מיטן אנדערן פורום, אז למען הסיוויליטי זאל זיין געוויסע רולס וואס יעדער זאל זיך האלטן דערצו. פון די אנדערע זייט האב איך זייער ווייניג טראסט און די מנהלים דארט, זיי קוקן מיר אויס צו זיין זייער עקסטרעמע זאליס וואס זייער אגענדע איז בלויז די פאליטיק.

אדרבא, זאל דער עולם זאגן א מיינונג.

שפיטצער06 » 23/5/2006 00:35

מקוה ס'וועט קיינמאל נישט ארבעטן מיט יענע מנהלים,

לאמער ווארטען ביז מארגן זעהן וואס די מערכת וועט זאגן,

ווער ס'וויל שוין יעצט שרייבן זאלי נעמען זאל גיין און די זאלי פורום שרייבן נעמען.

in_time » 23/5/2006 00:41

נאר שרייבען ראשי תיבות

די סיבה איז פשוט.

פאר די וואס דערשרעקן זיך ווען זייער נאמען שטייט דא, איז גענוג מיט ראשי תיבות, דאס וועט זיי שוין צירוק האלטען פארן קימענדיגען מאל נישט איבערצידרייען.

פאר די אנדערע ברייט באקאנטע שלעגער וואס זענען שוין סייווי באקאנט מיט זייערע נעמען,
וועט עס גארנישט אויפטיהן און עס וועט נאר אראפ ברענגען דעם הויכען ניווא וואס אינזער פארום האלט יעצט.

כן נראה לפי ענית דעתי

sichel » 23/5/2006 01:04

לדעתי  דארף מען שרייבען אלע נעמען דא אויף הייד פארק פון די זאלי'ס וואס שלאגען זיך אין בארא פארק,*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

דאס איז די איינציגע וועג זיי אפצושטעלען פון באשמיצען אומשולדיגע אינגלייט (אגב נעמן זיי דווקא די אינגלייט וואס זענען נישט געווען אריינגמישט אין די שלעגרייען, נאר זיי נעמן די אינגלייט וואס העלפן בויען די קהילה פאזטיוו מיט א מוראדיגע  איבערגעגעבענקייט הן ברוחניות און הן בגשמיות, און זיי האפן אז מיט דעם וואס מען וועט מאכען בלבולים אויף זיי וועלען זיי זיך ארויס לאזען אינגאנצען פון עסקנות, און זיי רעדן זיך איין אז אזוי וועט די קהילה אונטער גיין ח"ו )

און יעצט צו די אלע וואס האלטען אז מען טאר נישט שרייבען די זאלי שלעגער'ס נעמען, וויל איך ענק זאגען אז עטס רעדטס אזוי, ווייל עטס האטס דאס קיינמאל נישט געשפירט אז מען זאל אייך צושמירען ברבים ,עטס ווייסט נישט וויפיל שלום בית פראבלעמן עס מאכט אן ,עטס ווייסט נישט וויפיל קינדער האבען זיך צוקריגט מיט זייערע עלטרען וועגען די סארט זאלי רשעות,

מיר מיזען שטיין צו די רעכטע האנט פון די קרבנות,  און זיך אן נעמן פאר זיי ,דאס איז די איינציגע וועג זיי אפצזשטעלען, אידיש בלוט איז נישט הפקר ,

די אלע וואס וואטען אויף נישט, ווי אזוי וואלסט די געשפירט ווען די קימסט אהיים פון א טאג ארבעט און דיין ווייב ווארט דיך אפ מיט א פסק פארוואס עס איז דא פון דיך א פיקטשער אויף הייד פארק???

טאראראם » 23/5/2006 01:29

ס'קען זיין אז עס איז דא א סברא פון ' עין תחת עין ' ,
אבער אזוי ווי דא רעדט מען פון ' נפש תחת נפש ' ,  
 דארף מען שוין אביסל מער מעיין זיין לכאורה........
כן נראה לי.

גוטזאגער » 23/5/2006 02:00

בשום אופן זיך נישט אראפלאזן צו דעם נידריגן מושחת'דיגן ניווא פון יענעם פארום. זיי זענען צו קליינקעפיג און צו קינדיש פאר אונז אז מיר זאלן זיך וויסנדיג מאכן פון זיי. די אטמאספערע דארט איז אזוי משוגע אז אפילו אזא נארמאלער מענטש ווי kjfireman, וואס איז אמאל באוואוסט געווען אלס א מעסיגער שרייבט לעצטנס אזעלכע שטותים, אז ס'מאכט מיר וואונדערן אויב עס איז נישטא קיין עפידעמיע דארט ביי די זאליס, אז אפילו די נארמאלע מענטשן ווערן משוגע.

וואס יא? לאמיר גיין אויסזאגן די שלעכטע קינדער פאר זייערע רבי'ס. לאמיר שיקן תיבה אישית פאר די מערכת און זיי אויפמערקזאם מאכן איבער דעם פראבלעם, און האפנטליך וועט עס געלייזט ווערן דורך דעם וועג.

און אז נישט איז נישט. מיך גייט גאנץ קנאפ אן ווען א קליינע שלעכטע יונגעלע טשעפעט מיר. וועם עס גייט יא אן, באלאנגט נישט אויף היידפארק.

תמימותדיג » 23/5/2006 02:01

,לענ"ד איז אזוי,

פון איין זייט וויל מען נישט שרייבן קיין נעמען וועגן אפשר וועט עס די מערכת אויסמעקן,

פון די צווייטע זייט וויל מען יא שרייבן וועגן עין תחת עין,

די בעסטע לייזונג פאר ביידע זאכן מיין איך אז ווער עס וויל שרייבן נעמען זאל שרייבן ביי זיי און ח. ש. ס.
ממילא טאמער אויסמעקן וועט מען אויסמעקן זייער פארום,  און מען וועט האבן געענטפערט עין תחת עין,

איך_הער » 23/5/2006 02:12

איך וואוט אויף ניין
און צו די וואס וויינען מיט קראקאדיל טרערן אז מ'דארף זיך אננעמען פאר די וואס ווערן באשמוצט , איז אזוי קודם ווער האט מחליט געווען אז ווען זיי האט געכאפט די קד... און זיך גענומען האקן נעמען , דארפן מיר אויך משוגע ווערן , און אויב מיינסטו עס ערענסט אפשר לייגסטו דיך אריין און ווארפן פאשקעווילן האלסטו נישט אז דאס וועט זיי מער אפטוהן ? און די וועסט ענדערש אויפטוהן ? און אין איינוועגס וועט אונזער פורום בלייבן מיטן אויסגעטרויטענעם וועג ווי ביז יעצט , און אויזער דאס אלעס מיין איך אז זיי ווארטען אויף די רגע אונז זאל מיר ווערן אזוי נידעריג ווי זיי כדאי זיי זאלן זיך שפירן אביסל בעסער ,

עכטע_נייעס » 23/5/2006 02:14

ווער ס'האט נאך נישט געשיקט קיין אישי און ער שיקט יעצט זאל לייגן נאך א לינק צו נאך א אשכול וואס איז יעצט געפענט געווארן דער עולם וועט שוין אליין פארשטיין וועליכער אשכול איך מיין

זשוליאני08 » 23/5/2006 02:45

איך האב היינט צופרי געהאלטן אז מען דארף נישט שרייבן קיין נעמען.

אבער נאך קוקן יעצט חדשות זאלי זעה איך אז עס איז נשיט דא קין ברירה מען "מוז" שרייבן אבער שוין זיי רין נישט איין זיי האלטן און איין עפענען נייע אשכולות צו באשמיצען אינגעלייט.

עס אזי אן ענין פון לא תעמוד על דם רעיך.

וואס איז ויכטיגער ווי צו האבן א שיינע פנים און נארמאלקייט.

עס איז אומנערמאל...

faird » 23/5/2006 02:59

איך האב א מורא'דיגן איינפאל פאר די היציגע פון אונז, ווי זשוליאני און שור שנגח: עפנטס אויף אן אייגענעם פארום נאר פאר דעם צוועק, און לייגטס אהער א לינק. איך גלייב אז א לינק וועלן די מנהלים לאזן דא לייגן.

יענער פארום וועט פארשטייט זיך זיין שטארק פאפולער, און וועט קענען דינען ענקערע אינטערעסן פון אויפדעקן דעם שלייער פון די בארא פארקער בעלי מחלוקת.

איך_הער » 23/5/2006 03:05

א חידוש אזא איידיע , און פון א פערד נאך דערצו ,
אבער פארפאלן א געוואלדיגע עצה , און ווי אויך אזוי ווי איך האב פריער געשריבן , פאשקעווילן , פנים אל פנים , דעם פורום אבער לאזן ריין .

דעבאטירן » 23/5/2006 03:06

פערד בלייבט פערד אבער אן עצה פון אים קען נאך אלץ גוט זיין דא האט איר די לינק ווי מיר וועלן זיך אפגעבן מיט די חברה חיות http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1926354 תוקן על ידי - דעבאטירן - 23/05/2006 3:13:48

עכטע_נייעס » 23/5/2006 03:16

- תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 23/05/2006 3:25:53

חיים_נחום » 23/5/2006 03:19


באמת א פיינע עצה פערד, כ'האב יעצט א בליק געטוהן דארט אין עס איז ממש געפערליך! עס מיז גענומען ווערן הארבע שריט! כ'האף אז דאס וועט צירוקהאלטן די חברה פין טוהן וואס זיי טוען, זיי זאלן זיך בארעכענען אז לא זו הדרך, קיינער וועט פין דעם נישט פארדינען קיינער!

עכטע_נייעס » 23/5/2006 03:49

די זאלי מנהלים האבן יעצט צוריק געלייגט די צווייטע אשכול ווי זיי שרייבן נעמען נאכן האבן אראפ גענימען פריער ווער ס'שיקט אן אישי צו די מערכת אדער צו דוד10 זאל שיקן א לינק צו ביידע אשכול'ס

יישר כח

פאטאקי08 » 23/5/2006 03:50

עכטע
דער ר' דוד
וואס איז זיין לענגוויטש?

עכטע_נייעס » 23/5/2006 04:16

איך מיין אז נאר עיברעיש

wassa_dif » 23/5/2006 04:18

איך האלט אז דאס איז א שאלה וואס דארף נישט נאר דעבאטיערט ווערען אין פארום. פאר מ'לייגט ארויף נעמען, אדער פאר מ'לאזט צו אז מ'זאל דא שרייבען עמען, איז כדאי מ'זאל גיין פרעגען א רב. איך ווייס אז ס'שווער צו האנדלען מיט א רב וועגען די "טריפה'נע אינטערנעט" אפשר קען מען עס טוען טעלעפאניש.

עכטע_נייעס » 23/5/2006 07:02

ברעיקינג נוס די צוויי אשכול'ס און די זאלי פורום זענען אראפ גענימען געווארן

איז די שאלה פאר וואס

1) האט דאס די מערכת געמעקט?

2) האט דאס דוד10 געמעקט?

3) האט דאס די זאלי מנהל געמעקט וועגן די פרעשער? 4) אדער האט דאס די זאלי מנהל געמעקט ווייל ער האט מורא אז די מערכת וועט דאס מעקן באנייכט און די זאלי מנהל האט דאס יעצט אראפ גענימען ווייל ער וויל עס קענען מארגן צוריק ארויף לייגן?

5) אדער ווייל ער וויל אינזערע אישי צו די מערכת זאל אויז זעהן ווי א ליגענט? ווייל ס'איז שוין נישט דארט די אשכול'ס?

ווער ס'ווייסט די אמת זאל דא שרייבן יישר כח

ברוינפן » 23/5/2006 07:29

איך ליין און שרייב העברעיש, זאגטס מיר נאר וואס צו שרייבן צו די מערכת

חלילה_וחס » 24/5/2006 08:09

איך האב שוין ב"ה לאנג נישט געשריבן דא, אבער איך בין זיך מצטרף צו די ווערטער פון הכותבים החשובים שיחיו

א) טשעפען מיט א איד'ס פרנסה, פאר פאליטיק, איז זייער הארב. ווער עס האט נישט יעצט קיין שכל, וועט זיך נאך באוויינען שפעטער.

ב) כינויים פאר א צווייטן איד איז זייער הארב, המכנה שם לחבירו אין לו חלק לעולם הבא.

ג) נעמען פשוט'ע מענטשן פון א צד אין א קהילה און זיי אויסשמירן ברבים פאר אזויפיל מענטשן, מיט געפעפערטע לשון הרע'ס אין די זייט, איז בגדר פון אין מספיקין בידו לעשות תשובה.

רבותי, מען שטייט א קארגע וואך פאר קבלת התורה, מען דארף זיך פראסט און פשוט פארנעמען צו האלטן די דיני התורה!

ספעציעל ליגט א חוב אויף די מנהלים פון דעם פורום, אלס מנהלים פון א פורום וואס רופט זיך סאטמאר און איז צווישן די פורמים אין מסורת, דארפן זיי נאך פיל שטערקער מאכן גדרים וסייגים בדיני בין אדם לחבירו, ווייל איין שלעכטער אויסדרוק, איין איבעריגע רציחה'דיגע ווארט, קען לדורות באגראבן א איד, ותוצאותיו מי ישורנה!

Mench » 24/5/2006 08:28

לדעתי איז עס פשוט א שכל'דיגע זאך נישט צו שרייבן קיין נעמען, קודם כל ווייל נעמען גייען זיי במילא שרייבן וויאזוי ס'זאל נישט זיין, זיי זענען דאך חיות פון וואלד, במילא טוט מען גארנישט אויף מיט שרייבן זייערע נעמען. 

און צווייטנס, פונקט ווי אונז שרייבן זייערע נעמען, קענען זיי שרייבן אונזערע נעמען. אויב אזוי מה הועילו חכמים בתקנתן.

חלילה_וחס » 24/5/2006 08:35

פון פורום בחדרי חרדים

*-- _Date * *-- _mName *
נשלח ב 26/11/2005מיימוני
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
כל יהודי יודע שעליו לשמור על לשון נקיה.

התורה האריכה בלשונה כדי להימנע מלהשתמש בלשון שאינה נקיה וטהורה.

הגמרא מספרת לנו על כהן שנפסל מפני שהיה רגיל להתבטא בלשון שאינה הולמת את צאצאיו של אהרן.

תלמיד חכם נבחן בלשונו. וידוע הסיפור על אחד מגדולי ישראל שהורה לתלמידו לא לענות למחרפו מפני ש"אין דרך תלמידי חכמים לענות כלל".

כאן בפורום יש לפעמים אי זהירות במה ששייך להלכות דיבור, והלא כתיבה כדיבור.

ההנהלה משתדלת לפתור את הבעיה אך מדוע לא נעזור לה?

אני מציע את האמנה הבאה, שכל אחד (בכל ניק...) מוזמן לחתום עליה.

זו חתימה שמחייבת את החותם (/ת) כלפי שמיא (=בשמים).

אני מבקש לעגן את הצעת האמנה הזו בראש הפורום.

א. אשתדל להקפיד על הלכות לשון הרע של החפץ חיים, ולא לכתוב כאן רכילות, לשון הרע ובוודאי לא שם רע.

אם אחשוב שיש ענין לפרסם דבר שהוא מציג אחרים באור שלילי, אבדוק אם זה לצורך לפני שאכתוב.

ב. אשתדל להקפיד על לשון נקיה. להשתמש במילים המתאימות לאדם ירא שמים. לא להשתמש בביטויים שאינם הולמים.

ג. אשתדל להתעלם מאשכולות שיש בהם שם רע ורכילות.

ד. גם אם מישהו יכעיס אותי, יעליב, או יפגע בי או ביקרים בעיני (כגון הרב שלי והאדמור שלי) אם אמצא לנכון למחות, אעשה זאת בלשון נקיה ובאופן עדין ומאופק.

ה. אשתדל לכתוב בצורה שתהא קרובה ככל האפשר לקידוש ה'.


באשר האדם הוא אדם, אלו קבלות שנראות מרתיעות. אך בסך הכל נראה לי שאפשר לעמוד בהן.

ונזכור נא את דברי הגאון מוילנא שאמר כי על כל רגע שאדם חוסם פיו ולשונו מדבר רע, הוא זוכה לאור הגנוז שאפילו מלאכים אינם יכולים לשער.

וזה שייך גם בכתיבה וקריאה באינטרנט.

מי שרוצה, מוזמן לצרף את שמו לאמנה.

שומר פיו ולשונו
שומר מצרות נפשו