די קנאת סופרים צווישן די ארויסגעבער פון גמ' מבוארת שטייגט ברוך ה' וואס אמאל מער און שטערקער. עס איז שוין דא אזא אויסוואהל אז מען ווערט פשוט צומישט פון וויסן וועלכע איז בעסער און געשמאקער.
ארסטקרול איז דאכט זיך דער פיאניר אין דעם מבצע פון ארויסגעבן שיינע גמרות מיט א הערליכן ביאור וואס יעדע שטיקל גמ' ווערט איבערגעארבעט דורך איר פולע סטעף לומדים וואס קנעלן דורך גמ' ומפרשים און געבן ארויס א געוואלדיגע ארבעט. עס דערקענט זיך אבער אז זיי הייבן אן שפירן דעם קאמפעטישאן ווען זייער לעצטער עד האבן זיי ארויסגעשטעלט זייער מעלה מיט וואס זיי זענען מער ווי אנדערע, נעמליך ווייל זייער ביאור איז באצירט מיט הסכמות פון גדולי ישראל...
מסתם איז דאס א מעלה אבער זייער חסרון אז זיי זענען די טייערסטע אויפן מארקעט איז א געוואלדיגער. אין דער צייט וואס זייער נייע פארקלענערטער ווערסיע קאסט צוויי און צוואנציג דאלער קען מען האבן 'מסיבתא' פאר א נישטיגע זיבן דאלער, און מיט פיל מער הוספות ווי זייער. יא, עס איז טאקע מיט א ווייעכער דעקל, אבער וועגן דעם דארף עס קאסטן דריי מאל אזויפיל?
עס איז מיר אלעמאל געווען שווער צו פארשטיין פארוואס זיי נעמען אזא ריזן פרייז. זייער תירוץ אז זיי דארפן אויפהאלטן א גרויסע סטעף איז נישט א גענוגנדן ענטפער, האבן זיי נישט קיין נדבנים דערפאר? און וואס איז מיט מסיבתא, ושננתם ועוד האבן זיי נישט קיין סטעף אויפצוהאלטן?
אז מען רעדט שוין פון די אלע גמרות, איז דא דא אין פורום ווער עס האט שטודירט די אלע און קען אויסרעכענען די מעלות איינע קעגן די אנדערע?