היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » לימוד מסכת סוכה

לימוד מסכת סוכה

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1925375
בלאט: 1 2

מה_טובו » 22/5/2006 03:50

ס'ליגט נאך יעדן אין די ביינער די ווערטער וואס כ"ק רבינו שליט"א האט געזאגט ברוב עם דעם ל"ג בעומר לגבי דאס לערנען צוויי א האלב בלאט א וואך אין מסכת סוכה,

דא אין דעם אשכול וועט מען ארויפלייגען יעדן טאג דעם עמוד ווי מ'האלט,

אויך וועט מען זיך קענען אויסשמועסן א קשיא אדער א תירוץ פונעם עמוד פון יענע טאג.

מ'בעט ווער ס'ווייסט ווי מ'קען מיטהאלטען א שיעור אין די מסכת, אין סיי וועלעכע ביהמ"ד און סיי וועלעכע צייט און טאג זאל עס ביטע פאוסטען.

עכטע_נייעס » 22/5/2006 04:37

היינט האט מען אנגעהויבן ווער ס'האט נאך נישט געלערנט היינט קען נאך לערנען די ערשטע דף

דערסיגעטער » 22/5/2006 04:53

קען עס איינער דא ארויף לייגען אין מזכה זיין דעם רבים , איך בין געווען פארנומען ביינאכט איך האף מארגען יעצט אויפדערנאכט איך וויל דורכן טאג אריינכאפן דעם עמוד , שכוח למפרע

קהל_יטב_לב » 22/5/2006 04:53

רבינו שליט"א האט זיך יעצט משתתף געווען פערזענליך מיט די לימודים, קודם איז דער רבי שליט"א ארום געגאנגען און די גאנצע ביהמ"ד דערנאך זיך אראפגעזעצט לערנען אינעם היכל הביהמ"ד.

ווי נאר דער רבי איז ערשינען האט זיך דער קול תורה דערהויבן גאר גאר הויך (פרטים יבואו).

עכטע_נייעס » 22/5/2006 05:06

קהל יטב לב

ווען די שרייבסט עפעס שרייב מער דיטעלס

למשל די רבי שליט"א האט זיך געזצט לערנען און ווילימסבוירג ביהמ"ד הופפער סט.

איך האב געמיינט אז די רעדטס פון קרית יואל

monroe06 » 22/5/2006 07:19

אינטערעסאנט די ערשטע עמוד ענדיגט זיך א שטיקעל פונקט סוף עמוד.

מה_טובו » 22/5/2006 15:24

אוי איז עס גוט!

בעסער ווי גוט!!!

די רבי זאל זיין געזונט האט ביים ל"ג בעומר טיש זיך 'געבעטן' ביים עולם ממש ווי א מאמע צו א קינד וזל"ק בערך

"איך בעט ענק.. טעמו וראו כי טוב.. פרובירט עס אויס.. קאסטס עס.. וועט עטץ זעהן אז ס'איז גוט"

רבותי איך בין נישט די גרעסטע תנא קמא, כ'האב עס אבער אויספרובירט, און די רבי איז גערעכט
ס'איז גוט!

די מחלוקת פון די רבנן מיט ר' יהודא אין די משנה, דערנאך די חילוק פון עירובין און סוכה, וכו'.

א געשמאק! ס'געט חיזוק פאר א גאנצען טאג. תוקן על ידי - מה_טובו - 22/05/2006 15:26:13

עכטע_נייעס » 23/5/2006 03:29

היינט דארף מען לערנען דף ב עמד ב

מה_טובו » 23/5/2006 04:08

איינער קען מיר איבערזאגען?
וואס האלט ר' יאשי-ה? וואס האלט ר' זירא? און וואס האלט רב חנן בר רבה?
לאמיך זעהן ווער געדענקט פון וועם זאגען די 3 תנאים נאך זייער מימרא?

דור_האחרון » 23/5/2006 04:40

אלעס רב, רש"י זאגט אז ס'איז נישט קיין סתירה ווייל זיי זענען אמוראים וואס קריגן זיך אליבא דרב.

איך כאפ נישט פונקטליך די סברא פארוואס ווען ס'איז "דפנות מגיעות לסכך" איז אלס שולט עין, רש"י זאגט עפעס "דרך דפנות", וואס מיינט דאס?

מה_טובו » 23/5/2006 17:46

ס'מיינט אזוי
א מענטש קוקט דארט ווי די אויגען טראגען אים, ווען מ'קוקט אויף א זאך קוקט מען אויף די גאנצע זאך ביז ס'ענדיגט זיך.
דעס איז פשט אז ווען די סכך איז נאנט צום וואנט זעהט מען עס ווייל די אויגען טראגען אהין,
אבער ווען די סכך איז העכער די וואנט - דאס הייסט ס'ריטשט נישט די וואנט - טראגען די אויגען נישט אהין מילא זעהט מען עס נישט.

menchele » 23/5/2006 17:52

רש"י (אדער גאר תוספות?) אויף עמוד ב זאגט עס קלאר. די סיבה איז ווייל ביים מבוי רעדט מען פון דער קורה אויבן, און אפילו זי שטייט אויף ברעטעלעך, זענען זיי נישט גענוג דיק אז דאס אויג זאל זיי כאפן. משא"כ ביי ט סוכה וואס האט גענוג ברייטע ווענט.

אגב, עמיצער ווייסט וואס דער סדר איז אויף פרייטאג און שבת? תוקן על ידי - menchele - 23/05/2006 17:55:18

מה_טובו » 23/5/2006 17:59

דוכט זיך מיר אז די רבי האט געזאגט צוויי א האלב בלאט א וואך, דאס מיינט א עמוד א טאג, 5 טעג א וואך.

menchele » 23/5/2006 18:05

איין זאך וואס איך האב נישט פארשטאנען איז אויבן אויף עמוד ב שמועסט די גמרא אויס פארוואס "כולהו אמוראי" האבן נישט אנגענומען קיין איינעם פון די דריי טעמים פארוואס א סוכה למעלה מעשרים אמה איז פסולה. די גמרא הייבט אן מיט רבה, וועלכער דרינגט זיין טעם פונעם פסוק "למען ידעו דורותיכם." טענה'ט די גמרא אז "ההוא לדורות." דערנאך גייט די גמרא צו רבי זירא, וועלכער לערנט זיין טעם פונעם פסוק "וסוכה תהי' לצל יומם," אז "ההוא לימות המשיח." פרעגט אויף דעם די גמרא צוריק, "ורבי זירא?" וואס וועט ער דערויף ענטפערן?

איז פארוואס פרעגט אבער נישט די גמרא דאס זעלבע צוריק אויך אויף רבה?

עכטע_נייעס » 23/5/2006 18:09

דער סדר איז אויף פרייטאג און שבת איז חזרה

טאראראם » 23/5/2006 18:11

מי כעמך ישראל ! ! ! ! !

עכטע_נייעס » 23/5/2006 18:14

אפשר איז דא איין ניק וואס איז גרייט יעדן טאג פארצולערן די דף?

ס'וואלט געווען מורדיג

טאראראם » 23/5/2006 18:15

לימוד התורה בכל עת ובכל זמן .... ! ! !
אפילו על.... 'הייד פארק'....! ! !

דור_האחרון » 23/5/2006 18:57

מענטשעלע, איך מיין אז רש"י ברמז אדרעסירט דיין קשיא און עמוד א' ד"ה "למען ידעו", איך מיין אז די חילוק פון רבה און ר' זירא איז אז רבה לערנט עס ארויס פון א פסוק און חומש וואס רעדט פון מצות סוכה, ממילא א פסוק אין די תורה איז די כלל אז מען האט א רעכט צו ארויסנעמען דרשות אויסער די פשוטע פשט, ווידער ר' זירא קומט מיט א פסוק אין נ"ך וואס רעדט בכלל נישט פון מצות סוכה, וואס מ'קען נישט מוצא זיין די פסוק מידי פשוטו, און די גאנצע לימוד איז נאר וואס די פירוש המילה פון "סוכה" איז בכל התוה"כ, ממילא אויף אזא מין אופן איז שייך צו פרעגן "ההוא לימות המשיח", ממילא קען מען נישט דרשנען קיין דרשות.

עס האט פשט וואס איך זאג?

Mench » 23/5/2006 19:42

הדור האחרון

איך מיין אז רש"י איז עס ענדערש מסביר אויף עמוד ב'

די סיבה פארוואס די גמרא פרעגט נישט צוריק וואס רבה וועט ענטפערן דערויף, ווייל רבה'ס פשט זעט אויס זייער דוחק'דיג, און די גמרא האט עס טאקע מיט דעם אפגעוואנדן, אז רבה'ס פשט שטייט בכלל נישט אין פסוק, ווייל "ההוא לדורות", דער פסוק רעד דא פון גאר עפעס אנדערש, אז די דורות הבאים זאלן וויסן אז מען האט אין מדבר אריינגעזעצט די אידן אין ענני הכבוד.

מה שאין כן ר' זירא האט נאר ארויסגענומען זיין פשט פון א דיוק, אז סוכה ווערט אנגערופן צל. ער האט גארנישט משנה געווען פונעם משמעות הכתוב. האט די גמרא בהוא אמינא געקלערט אז ר' זירא לערנט אז "דאס" וויל טאקע דער פסוק דא זאגן, אז באדייט פון סוכה איז "לצל". אויף דעם פרעגט די גמרא, אז נישט דאס וויל דער פסוק דא זאגן, דער פסוק וויל דאך דא עפעס זאגן וועגן ימות המשיח. ענטפערט דערויף די גמרא, אז דאך, קען ר' זירא ארויסלערנען פון א דיוק, ווייל ער וואלט עס געדארפט אנרופן חופה וכו'.

כ'האף כ'אב מיך גענוג מסביר געווען

עכטע_נייעס » 23/5/2006 20:50

1
[בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 23/5/2006 21:00

איך גלייך זייער דעם סיסטעם, אז מ'לערנט ווייניג און גרינטלעך, דף היומי איז צופיל, אויב איך ענדיג שנעל דעם עמוד, לאז איך מיך אריין און א תוס' וראשונים,

וואס האלט עטס?

menchele » 23/5/2006 21:08

הדור האחרון,

רש"י פירט דארט אויס (כ'געדענק נישט דאס לשון) אז עכ"ז לאזט זיך דער פסוק אזוי דרש'ענען. און בכל אופן דארף מען פארשטיין רבי זירא.


אחי הגדול MENCH,

איך פארשטיי וואס דו זאגסט; אבער למעשה זאגט דאך די גמרא באלד איז דאס איז מן התורה. איז דאך לכאורה רבי זירא'ס לימוד נישט גלאט אזוי אן אסמכתא אדער א "זכר לדבר." כ'בין גערעכט?

מקוה_איד » 23/5/2006 21:15

אויף עמוד ב' איז וויכטיג צו לערנען 2 תוספות צו פארשטיין פשוט פשט,

ד"ה "יש בה", און ד"ה "כמאן דלא כחד"

מקוה_איד » 23/5/2006 21:21

גערעכט, דאס אז למעלה מכ' פסולה, דאס איז א דאורייתא אזוי זאגט רש"י און עמוד א' ד"ה "סוכה מדאורייתא", לויט ר' זירא לערנט מען עס ארויס פונעם פסוק ב"סוכות" תשבו שבעת, וואס מיינט דאס א סוכה? אויף דעם געפין מיר א פסוק אין ישעי' אז דער שם "סוכה" איז "לצל", ממילא ווען די תורה זאגט ב"סוכות" תשבו מיינט דאס "לצל"

עכטע_נייעס » 24/5/2006 01:41

נישט פארגעסן צו לערנען היינט דף ג עמד א

monroe06 » 24/5/2006 19:07

אויף דף ג' עמוד א' אונטען, ברענגט די גמרא "מאן תנא להא דת"ר בית שאין בו ד' על ד' פטור מן המזוזה וכו' ואין מערבין בו ואין משתתפין בו וכו'"
רש"י איז מסביר וואס ס'מיינט אין מערבין בו, אז "דרך בתיהם להיות פתוחין לחצר וכו'"
און אין משתתפין בו מיינט "שתיקנה חכמים על כל חצר הפתוחה למבוי וכו'"

לויט ווי איך פארשטיי מיינט אין מערבין בו אז ס'פלעגט זיין איין פראנט יארד פאר אפאר משפחות, און אין די פראנט יארד האט מען נישט געמעגט טראגען נאר אויב מ'האט געמאכט א עירובי חצרות.
און דעס זאגט ער אז ווען די הויז איז אזוי קליין נישט מער ווי ד' על ד' דארף די הויז נישט מיט מאכען צוזאמען מיט יעדן א עירוב.

אבער דעס וואס רש"י איז מסביר אויף אין משתתפין בו פארשטיי איך נישט,
וואס מיינט חצר הפתוחה למבוי?

זענטער » 24/5/2006 20:30

ווי איך האב פארשטאנען מיינט דאס אזוי:

מען דארף מאכן צוויי מאל אן עירוב, איינס צו טראגן אין יעדן חצר פון הויז צו הויז (אדער פון הויז צום חצר).

און צווייטנס צו טראגן פון יעדן חצר צום בשותפותדיגן מבוי (איך מיין אז נאר אויב עס איז נישט דא קיין קורה, נאר עס איז אפן צום רשות הרבים, אזוי איז משמע אין רש"י - אבער איך האב נאכנישט געלערנט עירובין - אפשר קומט דאס נעקסט..)

איז "אין מערבין" מיינט אז מען דארף נישט מאכן קיין עירובי חצירות צו קענען טראגן פון אדער צום חצר.

און "אין משתתפין" מיינט אז מען דארף נישט מאכן קיין עירוב צו קענע טראגן פון חצר צום מבוי.

יעצט לערן איבער די רש"י (איך גיי עס באלד אריינלייגען דא) וועסטו לכאורה בעסער פארשטיין.

דא איז א בילד לויט ווי איך האב פארשטאנען:

[בילד – נישט אפגעהיט]

זענטער » 24/5/2006 20:39

אין צווייטן ד"ה ואין משתתפין בו, איז רש"י מסביר אז אויב איין הויז איז נישט גרויס ד' על ד' און עס איז נישטא נאך א הויז (וואס איז יא גרויס ד' על ד') אין יענעם חצר, דאן דארף דער חצר נישט מאכן קיין עירוב צו טראגן צו אדער פונעם מבוי.

[בילד – נישט אפגעהיט]

monroe06 » 24/5/2006 21:41

יישר כח

כ'האב איבערגעלערנט די רש"י,
אבער ס'קוקט אויס אז רש"י רעדט פון צוויי מציאות'ער, נישט אז די חצר איז אפען צו א מבוי,
רש"י זאגט דאך (די ערשטע רש"י) והן יוצאין דרך חצר לרשות הרבים דאס טייטשט אז מ'איז געגאנגען גראד פון חצר צום ר"ה, מ'איז נישט דורך געגאנגען א מבוי,

פאטאקי08 » 24/5/2006 22:34

איך זע דער עולם האקט שטיקער דא
אפשר קען עמיצער ארויף לייגן די שיעורים אויפן פארק
כדי די וואס זענען טרוד על המחי' ועל הכלכלה זאלן קענען מיטהאלטן דורך הערן אין ביינאכט אין היכל וועט עס זיך שוין גריגער לערנען

אין קרית יואל איז די שיעורים פון עזר התורה יעצט מס' פסחים
און מען קען טאקע יעדן טאג עס הערן אויפן טעלעפאון 212-461-8880
און מס' סוכה זאגט למה נגרע פארוואס קען מען עס נישט טוהן מיט מיר אויך
אז ס'וועט זיין אויף א טעלעפאון קען איך עס אראפ כאפן פון טעלעפאון אריין אין מיין קאמפ. און עס ארויף לייגן דא אויף די כוואליעס
אויב עס וועט זיין אינטערסירטע

זענטער » 24/5/2006 22:56

צושטייטעלעך, לאמיר צוריק מישן א בלאט צו דף ב' עמוד א' און לערנען די רש"י ד"ה שהוא גבוה, דארט איז רש"י זייער קלאר מסביר וויאזוי די חצרות ומבואות האבן געארבעט, און לויט דעם האב איך געמאלען מיין בילד.


נאר איך מוז צוגעבן אז אין מיין עוז והדר גמרא האב איך געזען אז ער לייגט צו א ווארט פון כתב יד: וחצירות פתוחות לו ויוצאות ובאות בו לרשות הרבים. ווייל אן דעם ווארט איז אונז שווער געווען אז מען גייט דאך נישט אריין און ארויס פון חצר דירעקט צום רשות הרבים? מען מוז דאך דורך גיין דעם מבוי?


נאר רש"י איז דא מסביר די מציאות פון א מבוי, ממילא זאגט רש"י אזוי: ראשו (פונעם מבוי) פתוח לרשות הרבים, וחצירות פתוחות לו (צום מבוי) ויוצאות ובאות (די חצירות) בו (דורכן מבוי) לרשות הרבים. דערנאך איז רש"י מסביר פארוואס מען ברויך אן עירוב, און פירט אויס: ולפי שאין לו (פאר'ן מבוי) מחיצה רביעית "וקרוב הוא להיות דומה לרשות הרבים" הצריכו היכר בראשו וכו'...


יעצט גיי מיר צוריק צו די רש"י אויף דף ג'.


אין די ערשטע ד"ה ואין מערבין בו, איז רש"י מסביר דעם חיוב עירוב ווען מוויל טראגן פון בית צום חצר. רש"י דערמאנט בכלל נישט דעם ווארט מבוי. און דאס וואס רש"י זאגט והן יוצאין דרך חצר "לרשות הרבים" קען זיין אדער צום מבוי און רש"י רופט דאס אן רשות הרבים ווי ער זאגט אויף דף ב' "וקרוב הוא להיות דומה לרשות הרבים" אדער אויף אן אופן ווי עס איז נישטא קיין מבוי נאר דער חצר גייט גלייך צום רשות הרבים.


און די צווייטע רש"י ד"ה "ואין משתתפין בו" איז רש"י מסביר דעם חיוב עירוב ווען מוויל טראגן פון חצר צום מבוי. און רש"י זאגט קלאר: שתיקנו חכמים על כל חצר הפתוחה למבוי, (א נייעם מין עירוב) "כדרך שתיקנו" עירוב לבתי החצר (ווי רש"י האט שוין מסביר געווען אין פריערדיגן ד"ה).


איך האף אז איך לערן גוט פשט און אויב נישט ביטע רופט זיך אן רבותי!


ביי די וועי, אויב וועל איך אמאל ווערן א מגיד שיעור, האף איך אז נישט אויפן פארק... עס קאסט צופיל צייט...


זייט מיר געזונט חברים, איך דארף שוין גיין צום שיעור...

תוקן על ידי - זענטער - 24/05/2006 23:04:19
[בילד – נישט אפגעהיט]

verbeenich » 24/5/2006 23:29

דא האט עטס די לשון הרמב"ם פרק א' מהלכות עירובין

הלכות עירובין פרק א

א  חצר שיש בה שכנים הרבה, כל אחד מהם בבית לעצמו--דין תורה הוא, שיהיו כולן מותרין לטלטל בכל החצר, ומבתים לחצר, ומהחצר לבתים:  מפני שכל החצר רשות היחיד אחת, שמותר לטלטל בכולה.  וכן הדין במבוי שיש לו לחי, או קורה--שיהיו כל בני המבוי מותרים לטלטל בכולו, ומחצרות למבוי, וממבוי לחצרות:  שכל המבוי, רשות היחיד הוא.  וכן הדין במדינה שהיא מוקפת חומה גבוהה עשרה טפחים, שיש לה דלתות ננעלות בלילה--שכולה, רשות היחיד היא.  זה הוא דין תורה.

ב  אבל מדברי סופרים, אסור לשכנים לטלטל ברשות היחיד שיש בה חלוקה בדיורין, עד שיערבו כל השכנים כולן מערב שבת--אחד חצר, ואחד המבוי, ואחד המדינה; ודבר זה, תקנת שלמה ובית דינו הוא.

ג  וכן יושבי אוהלים, או סוכות, או מחנה שהקיפוהו מחיצה--אין מטלטלין מאוהל לאוהל, עד שיערבו כולן.  אבל שיירה שהקיפוה מחיצה--אין צריכין לערב, אלא מוציאין מאוהל לאוהל בלא עירוב, לפי שהן כולן מעורבין, ואין אותן אוהלים קבועין להן.

ד  מפני מה תיקן שלמה דבר זה:  כדי שלא יטעו ויאמרו, כשם שמותר להוציא מן החצרות לרחובות המדינה ושווקיה, ולהכניס מהם לחצרות--כך מותר להוציא מן המדינה לשדה, ולהכניס מן השדה למדינה; ויחשבו שהשווקים והרחובות, הואיל והן רשות לכול, הרי הן כשדות וכמדברות, ויאמרו שהחצרות בלבד, הן רשות היחיד; וידמו שאין ההוצאה מלאכה, ושמותר להוציא ולהכניס מרשות היחיד לרשות הרבים.

ה  לפיכך תיקן שכל רשות היחיד שתיחלק בדיורין, ויאחוז כל אחד ואחד בה רשות לעצמו, ויישאר ממנה מקום ברשות כולן, ויד כולן שווה בו כגון החצר לבתים--שנחשוב אותו המקום שיד כולן שווה בו, כאילו הוא רשות לרבים, ונחשוב כל מקום ומקום שאחז כל אחד מן השכנים וחלקו לעצמו, שהוא בלבד רשות היחיד; ויהיה אסור להוציא מרשות שחלק לעצמו לרשות שיד כולם שווה בו, כמו שאין מוציאין מרשות היחיד לרשות הרבים, אלא ישתמש כל אחד ברשות שחלק לעצמו בלבד עד שיערבו כולן, אף על פי שהכול רשות היחיד.

ו  ומה הוא העירוב הזה:  הוא שיתערבו במאכל אחד שמניחין אותו מערב שבת--כלומר שכולנו מעורבין ואוכל אחד לכולנו, ואין כל אחד ממנו חולק רשות מחברו; אלא כשם שיד כולנו שווה במקום זה שנשאר לכולנו, כך יד כולנו שווה בכל מקום שאחז כל אחד לעצמו, והרי אנו כולנו, רשות אחת.  ובמעשה הזה, לא יבואו לטעות ולדמות שמותר להוציא ולהכניס מרשות היחיד לרשות הרבים.

ז  העירוב שעושים בני החצר זה עם זה, הוא הנקרא עירובי חצרות; ושעושין אנשי המבוי זה עם זה או כל בני המדינה, הוא הנקרא שיתוף.

ראדני152 » 25/5/2006 00:28

איך האב געהערט א גיטס היינט פאר וואס די ארוינים לערנען סוכה,

ווייל זיי דארפן וויסען די הלכה פון א טענט כמו סוכה.

פאטאקי08 » 25/5/2006 01:11

העי ראדני!!

נו!!!  ביטול תורה!!!!

גיי זעץ דיך לערנען ענקער סוגיא אין ראדני מס' מכות
און שטער נישט

אייןסאטמאר » 25/5/2006 01:14

ווי זאל ער גיין? אין היכל ראזענוואסער, עס איז שוין לאנג אינטערגכגאנגען

זענטער » 25/5/2006 11:34

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

monroe06 » 25/5/2006 14:57

זענטער

איך האב היינט פארטאגס איבער געלערנט די גאנצע זאך, א דאנק דיר פארשטיי איך עס מורא'דיג

לויט ווי איך פארשטיי זאגט די צווייטע רש"י (ואין משתתפין בו) אזוי:

ואם בית קטן זה פתוח לחצר שבמבוי - אויב די הויז איז ATTACHED גראד צום מבוי
ואין בית אחר פתוח לה - ס'האט נישט נאך א הויז מיט זיך אין איין חצר
אין משתתפין בו - איז רש"י מסביר אין צריכה ליתן בשיתוף - מיט אלע חצרות.

זאג מיר אויב כ'האב גוט געלערנט פשט.

Mench » 25/5/2006 17:17

מוחה מוחה מוחה, בכל תוקף ועוז

איך בין מוחה מיט אלע מיינע כוחות קעגן די פירצה נוראה פון אריינברענגעגן דא דעם אפיקורסות נוראה

ווי באקאנט האט דער רבי זכככותו יגן עלינו נישט געהאלטן פון עירוב

קומט מען דא און מען שמועסט אויס עירוב, מען ברענגט נאך צו רמב"ם הלכות עירוב,

באלד וועט שוין נישט גענוג זיין אז מען האט געמאכט א עירוב אין וויליאמסבורג נאר מען וועט נאך מאכן א עירוב אויף כל העולם כולו

אזוי הייבט זיך עס אן, היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו לך עבוד ע"ז (עירוב זרה)

דער אהרן האט מיר איינגעפירט נייע זאכן, מען לערנט גמרא, א זאך וואס דער רבי זכככותו יגן עלינו האט קיינמאל נישט געוואלט, און יעצט פירט ער מיר אריין דעם עולם אינעם טמא'נעם עירוב רחמנא ליצלן

ב"ה ביים עכטן סאטמארע רבי כ"ק אדמו"ר מממיעייעך וממחבייעך שליט"א וועט דאס נישט פאסירן, ער וועט נישט הייסן לערנען יענעם און ער וועט אליין נישט לערנען קיין גמרא, וועט מען נישט צוקומען נכשל צו ווערען אינעם עירוב וואס איז מינות וכפירה

ברוך ה' אשר לא השבית לנו גועל

זענטער » 25/5/2006 20:12

מאנרא
קודם האסטו זייער גוט געטון, רבינו שליט"א זאגט אלעמאל אז פארטאגס איז דער מוח קלאר צום לערנען און די לופט איז ריין. איך האב אויך היינט אינדערפרי אסאך בעסער פארשטאנען דעם שיעור.
יעצט לאמיר נאכאמאל פרובירן מסביר זיין וואס כ'האב נעכטן געזאגט:
ווען עס איז דא עטליכע בתים אפען צו יעדן חצר, און עס איז דא עטליכע חצירות אפען צו איין מבוי (אזוי ווי כ'האב געמאלען דעם בילד), דעמאלס ברויך מען מאכן צוויי זאכן (נאר נעכטן האב איך זיי ביידע אנגערופן "עירוב"):
1) עירובי חצירות - כדי אלע מענטשן פון איין חצר זאלן קענען טראגן פון זייער הויז צום בשותפות'דיגן חצר אדער צו אן אנדערען הויז אין זעלבן חצר.
2) שיתופי מבואות - כדי אלע מענטשן פון אלע חצירות זאלן קענען טראגן פון זייער חצר צום בשותפות'דיגן מבוי.

די צוויי נעמען ווערן אויך דערמאנט אין דעם רמב"ם וואס ווער-בין-איך האט אריינגעשטעלט - הלכה ז'. עס איז אויך דא פארשידענע חילוקי דינים צווישן די צוויי מיני עירובין ווי די גמרא זאגט ווייטער אויף עמוד ב'.

יעצט די ערשטע רש"י "אין מערבין בו" זאגט אז ביי א בית שאין בו ד' על ד' ברויך מען נישט מאכן קיין עירובי חצירות.
און די צווייטע רש"י "ואין משתתפין בו" זאגט אז ביי א בית שאין בו ד' על ד' ברויך מען נישט מאכן קיין שיתופי מבואות.
אבער דאס (אז מען דארף נישט מאכן קיין שיתופי מבואות) איז דוקא אויב דער בית איז אליין אין א חצר. דאס הייסט אז אין זיין חצר איז ער דער איינציגער הויז. ווייל וויבאלד שיתופי מבואות איז געמאכט צו קענען טראגן פון חצר צום מבוי, ממילא אויב איז דא נאך א הויז אין דעם זעלבן חצר וואס איז יא ד' על ד', ווערט דער גאנצער חצר שוין מחויב מיט שיתוף.

און דאס איז רש"י זייער שיין מסביר:
ואם בית קטן זה פתוח לחצר שבמבוי - אויב די הויז איז אפען צום חצר וואס איז אינעם מבוי, (נישט גראד צום מבוי).
ואין בית אחר פתוח לה - ס'האט נישט נאך א הויז מיט זיך אין איין חצר (זייער גוט!)
אין משתתפין בו - איז רש"י מסביר אין צריכה ליתן בשיתוף - מיט אלע חצרות. (זייער גוט!)

קאפטשאוסט?

monroe06 » 25/5/2006 20:24

מיין רבי זענטער

מיין שיעור געווענליך איז נאר פארטאגס.

איך האב עס היינט איבער געלערנט מיט מיין חברותא, מיט דיין פיקטשער, ס'האט געארבעט וואונדערבאר.
איך בין געווארען זייער קלאר אין די גאנצע זאך.

א גרויסען יישר כח

אלעסאמת » 26/5/2006 23:31

איך וואלט פארגעשלאגן אזא עצה:

אז נאך יעדע בלאט זאל זיך איינער מתנדב זיין און ארויפלייגן א בחינה אויפן פארק פון יענע בלאט.

עכטע_נייעס » 29/5/2006 04:39

רבינו שליט"א איז יעצט און הופפער דרייט זיך צו ווישן עולם זעהן ווי אזוי מ'לערנט סוכה

מה_טובו » 29/5/2006 04:56

איז נישט היינט די דינער פאר ייטב לב?

עכטע_נייעס » 29/5/2006 05:16

אינזער רבי קען ב"ה ביידע

ער איז געווען און הופפער זיך אימקוקען און האט זיך געזעטס לערנען דערנאך איז ער אריבער צו די דינער

askonim » 29/5/2006 11:26

 
http://dafyomireview.com/advisor/article.php?seriesid=5&docid=14
here is a link for questions & answers for each daf of sukah. which you can download to your computer or palm. it is very helpfull.
 Each daf contains approximately 20-30 questions in flashcard format. This means you
can see the question and then click for the answer
you can download it for free, also you can download a free ereader for your computer or palm. 
http://www.ereader.com/search?keywords=ereader
תוקן על ידי - askonim - 29/05/2006 11:28:54

זענטער » 29/5/2006 18:01

דאס וועט אפשר העלפן פאר מאנכע צו פארשטיין קלארער די מחלוקת צווישן רבי יוסי און די רבנן סוף דף ג' עמוד ב' / אנהויב דף ד' עמוד א'.
תוקן על ידי - זענטער - 29/05/2006 18:06:20
[בילד – נישט אפגעהיט]

זענטער » 1/6/2006 12:13

אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!
ששמת חלקי מיושבי בית המדרש ולא שמת חלקי מיושבי קרנות וכו'

וואס מרן רבינו שליט"א האט געמאכט מיט מיר צווישן אנדערע טויזענטער סאטמארער חסידים איז אומבאשרייבליך!
איך האב ב"ה נישט אויפגעגעבען מיינע אנדערע שיעורים,
נארוואס דען? שטייט מען אויף א האלבע שעה פריער און מ'כאפט אריין אן עמוד גמרא טאַג-טעגליך.
ב"ה מ'האלט שוין ביי פינף בלאט!!!

איר ווייסט וויפיל מאל איך האב שוין פרובירט צו לערנען גמרא? ס'איז מיר עפעס קיינמאל נישט געגאנגען געהעריג, איך האב שוין לאנג אפגעמאכט אז גמרא איז נישט פאר מיר (אפשר נישט יעדער פארשטייט מיך אבער אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו). יעצט בין איך געוואויר געווארען אז נישט נאר איך קען, נאר ס'איז גארנישט דא בעסערס פון דעם!!!

דעם געשמאק וואס מיר אלע פילן איצט ביים לערנען די יסודי התורה שיעורים, און דעם תענוג ונחת וואס רבינו שליט"א האט אזוי פונקטליך פון פאראויס מבטיח געווען "טעמו וראו כי טוב!" דאס קענען מיר קיינמאל נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס האט דאס נישט פרובירט. א גאנצען טאג זיץ איך אין די סוכה!! קשיות און תירוצים פליען מיר ארום אין מוח בשעת די ארבעט, ביים עסן, ביים פארן, און קוים וואס מ'קען זיך מצמצם זיין דעם מוח צום דאווענען!

יא יא! ביי מיר האט דאס פאסירט!

איך וויל מסיים זיין מיט דעם וואס רבינו שליט"א האט די וואך זונטאג געזאגט אז די סוכה איז משפיע ניצוצי השמש בגבורתו, להיות מהשומעים חרפתם ואינם משיבים.
יעצט פארשטיי איך שוין זייער פשוט די רמזים וואס מ'האט געברענגט פון די ספרים אז לימוד מסכת סוכה איז מסוגל אויף שלום, ווייל דאס דארפט איר וויסן אז רבינו שליט"א וועט אי"ה מאכן ארדענונג! אז מ'וועט זיך נישט טענה'ן אפאר חדשים מיט "וויכוחי סרק" וועט אטאמאטיש זיין אסאך רואיגער און מ'וועט קענען אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן ווי ס'ברויך צו זיין, און נתעלה ווערן ברוחניות פון אלע זייטן.

אבער נישט נאר מסכת סוכה איז מסוגל אויף שלום, (מ'וועט דאך ר"ח חשון דארפן גיין ווייטער...) נאר אז מיר וועלן לערנען פלייסיג וועלן מיר אטאמאטיש ברענגן שלום ושלוה.
אזוי זאגן מיר יעדן טאג ביים דאווענען (יא ווי געזאגט קען איך מיך נישט צוריק האלטן די מחשבות...):
תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם...
שלום רב לאוהבי תורתיך ואין למו מכשול
יהי שלום בחיליך שלוה בארמנותיך
למאן אחי ורעי אדברה נא שלום בך...

און אז מיר זענען מחותנים מיט די תורה (די וואס האבן ביז יעצט אויך געלערנט, זענען געווארען דאפעלטע מחותנים...) און די תורה איז אונז קענטליך קענען מיר זיך גרייטן צו קבלת התורה
ה' עוז (אין עוז אלא תורה) לעמו, יתן ה' יברך את עמו בשלום!

א לוסטיגן און פרייליכן יום טוב!
(און פארגעסט נישט צו מאכן אן עירוב תבשילין, און איבערחזר'ן די פינף בלאט...)

עכטע_נייעס » 7/6/2006 16:30

דער עולם האלט נאך מיט?

תמימותדיג » 7/6/2006 17:12

אודאי האלט מען מיט, היינט איז א שווערע עמוד, דאס קען מען נישט לערנען און א האלבע שעה,
צו דעם עמוד דארף מען האבן א קאפ צו רעכענען,
בלאט: 1 2