מ'האט עס געזען גראד די ערשטע שבת, אז דער סיגוטער האט קוים געקענט אנפילן האלב ראדני, ווען א ריזיגער עולם פון סאטמאר האט זיך צאמגענומען אין א טענט אויף די גאס, מ'האט עס געזען אלע שבתים נאכדעם, מ'האט עס געזען ל"ג בעומר ווען נאכן ברענגען פינף באסעס פון קר"י האט ער קוים אנגעפילט א פערטל פון ראדני, מ'האט עס געזען די וואך ביים זכר פרייטיג צו נאכט'ס, בקיצור איבעראל זעט מען - אויך הערט מען עס פון זיי אפן - אז אפילו די וואס שטיצן אים פאר שנאה זענען א גרויס חלק אבער נישט גרייט צו גיין צו די רעביסטווע זיינע.
פון די אנדערע זייט דארף מען דאך נישט רעדן, ווער ס'זעט נאר אדער רעדט צו א סאטמארער חסיד די לעצטע פאר וואכן זעט און הערט ווי סאטמאר האט ממש אויפגעלעבט, די בילדער און די תורות רעדן פאר זיך.
במילא האבן זיי יעצט אנגעהויבן א נייעם קאמפיין, מ'גייט אנהייבן א מבצע וואס גייט זיך רופן "בזיון תלמידי חכמים", מ'גייט ארבעטן אויף אלע פראנטן אז די סאטמארע זאלן טון עפעס קעגן איינעם פון זייערע "דיינים", און אזוי וועט מען קענען גיין שרייען אז סאטמאר פארשעמט תלמידי חכמים.
אנגעהויבן פאריגע וואך ווען ז"ל פיליפף איז געקומען אין בארא פארק פארלערנען טראץ מ'האט אים קלאר געבעטן קום נישט, גיי אין סיגוטער שול.
נאכדעם איז ח"ד כ"ץ געקומען מיט גראבע בוליס און באדי גארדס, געבראכן שלעסער און טירן, און געטרייט מיט אלע כוחות צו מאכן מהומות.
נאכדעם איז די סיגוטער רעבעצין ארויפגעפארן צו די בחורים אין ישיבה, טרייענדיג מיט אלע כוחות אז די בחורים זאלן עפעס טון, און ווען די בחורים האבן גארנישט געטון האט מען אליין געמאכט א מעשה כאילו זיי האבן עפעס געטון.
ח"ד כ"ץ האט דירעקט געעפנט א שול פאר די סיגוטער, און ער איז אליינס געקומען אין גרויסן ביהמ"ד אין 53 מיט אפאר שלעגערס, און געהאפט אז אזוי וועט אים געלונגען ס'זאל זיך אנהייבן מהומות.
יעצט איז ווייטער דא א רעדע אז ז"ל פיליפף קומט מארגן פארלערנען א שיעור אין 53, וואס אויסער מאכן מהומות האט עס נישט קיין שום אנדערע ציל. און מסתמא גייט ער קומען מיט באסעס בוליס פון וויליאמסבורג אזויווי פאריגע וואך מיטוואך, און ער האפט אז ס'וועט אים געלונגען צו מאכן גוטע מהומות, אפשר יעצט וועלן די רבנים יא מוחה זיין אז מ'פארשעמט אים (כאטשיק די רבנים וואס איז געשטאנען אין דער איד...).