אין א שאקירנדן אנטוויקלונג, האט דער סיגעטער געלייקנט שטיין און ביין אז איינער האט געווארפן שטיינער אויף זיין רביצין אדער איר מבזה געווען.
אין א דרשה וואס דער סיגעטער האט געהאלטן, האט ער געזאגט אז די מעשה וואס די "רשעים" פארקויפן איבער די רביצין איז שקר וכזב, קיינער האט אויף איר נישט געווארפן קיין שטיינער, און די גאנצע סיבה פארוואס מען האט אויסגעטראכט די מעשה איז נאר ווייל מען וויל אונטערברענגען דעם כח פון סאטמאר, אז אויב ס'איז נאך דא ערגעץ אין דער וועלט א איד וואס האט כבוד פאר סאטמאר זאל ער עס פארלירן.
ביים סוף פון די דרשה האט דער סיגעטער דערמאנט וואס דער פעטער בעל דברי יואל זכרונו לברכה האט געשימפט די קנאים און געזאגט אויף זיי מאמעלייאיך מאמעשייאיך ממך יצאו
לינק צו די דרשה וועט נאכפאלגן ביז מאמענטן.
הויפט זייט » כל העולם כולו » שאק: סיגעטער לייקנט מעשה מיט זיין רביצין
שאק: סיגעטער לייקנט מעשה מיט זיין רביצין
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1923303
הערט די שטוינענדע דרשה.
דא איז דער קליפ אויף רעפיד שעיר
דא איז דער קליפ אויף יו סענד איט
ארגינעלער
עס קען נישט זיין מער ארגינעלער
איין קליינער זייטיגער פראגע
ווען ער זאגט דארט "דער פעטער זכרונו לברכה" וועם מיינט ער, זיכער נישט דעם "רבין זכותו יגן
עלינו" , נו וועם מיינט ער יא???
[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס פארשטייסטו נישט? ער איז דאך סיגעטער רב. ער רעדט פון זיין פעטער דער סיגעטער רב זצ"ל, דער ברודער פונעם רבי'ן זצ"ל.
וועם רופט ער אן רשעים?
יודעלע?
פראדלזאן?
הייסט די פאליטיק צווישן אים און פראדלזאן איז שוין ארויס אפן?
יודעלע?
פראדלזאן?
הייסט די פאליטיק צווישן אים און פראדלזאן איז שוין ארויס אפן?
פערד
יעצט כאפ איך פארוואס די קול איז עפעס נישט פון זלמן לייב אבער די אקצענט יא וד"ל
יעצט כאפ איך פארוואס די קול איז עפעס נישט פון זלמן לייב אבער די אקצענט יא וד"ל