היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » העלפט מיין חבר זוכן א דזשאב אויפן וועב

העלפט מיין חבר זוכן א דזשאב אויפן וועב

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1922985

קרעמער » 19/5/2006 17:56

מיין ליבער חבר האט זיך עפעס פארפלאנטערט אין געשעפט, עס איז דא א מעגליכקייט אז ער וועט אין די נאנטע צוקונפט ברויכן זוכן א נייע ארבעטס פלאץ, בעט ער מיר אז איך זאל אים העלפן אויסגעפונען וואו מען קען אנהייבן זוכן שטעלעס אויפן אלגעמיינעם וועלט ברייטן געוועבעכץ המכונה "אינטערנעט".

ער איז נאכנישט זיכער אז ער וועט טאקע למעשה מוזן אויפגעבן דעם גוטן פאזיציע וואס ער פארמאגט יעצט, אבער די וועלט זאגט דאך "better be safe then sorry", וויל ער יעצט אנהייבן זוכן און נישטערן פאר א נייע אמט ערגעץ וואו, אבער ער וויל דווקא זוכן אויפן אינטערנעט, ער שעמט זיך דערווייל אנצורופן אויפן טעלעפאן די לאקאלע ארגאניזאציעס.

אלזא רבותי, ווער עס וויל האבן א יד אין העלפן א אידיש קינד, זאל ביטע צוצייגן עפעס וועבזייטלעך וואו מען קען פרובירן אנצוטרעפן א גוטן דזשאב, פארשטייט זיך אז די רעדע איז פון א ריכטיגע היימישע סביבה, א אידישע פלאץ.

אין נאמען פון מיין פריינט: יישר כחכם למפרע!

mefikel » 19/5/2006 19:16

וואס זענען זיינע קוואליפיקאציעס/עקספערטיז עטסעטרע?

אפשר האב איך אים א דזאב, נאך פאר ער דארף צוקומען צום טריפה'נעם אינטערנעט

[בילד – נישט אפגעהיט]

whats_up » 19/5/2006 19:41

mefikel

אויב די טרעפסט אים א דזשאב, קומט עס שוין אויך דורך די טריפה'נעם אינטערנעט.

Konyak_101 » 23/5/2006 18:55

Konyak_101 » 23/5/2006 19:57

הצלה2006 » 24/5/2006 01:27

עולם כאפטס אריין עס איז א שאד יעדע טאג וואס גייט אריבער,
כאפטס אייך מיט מיט די צענדליגע הייד פארק מעמבערס וואס דאנקען מיר פארן אן שדכן'ען די גלעגנהייט,
 ווילט איר קענען זיין פון די מענטשן וואס ביי זיי איז געלט נישט קיין פראבלעם,
דאן גייטס צו די לינק
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1848418
 אדער ריפטס שוין 800-242-0363  אין לייגטס אריין די עקסטענשן נאמבער 5556
אין לאזטס איבער א קלארן מעסידזש מיט אייער נאמען טעל. אין ווען עס איז די בעסטע צייט אייך צוריק צו רופן,
מען קען איבער לאזן די מעסידזש אויכעט אין אידיש

איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט" http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296