היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הירינג אין קאורט מאנטיג

הירינג אין קאורט מאנטיג

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1922938

מבני_בניו » 19/5/2006 17:15

די זאליס ברענגען א לינק צו א וועבסייט וואו ס'שטייט אז די פיר אפעלעט זשאזשעס זאגן אז די קלערק פעלצער זאל מאכן א הירינג אויף די מאשען פון משה פרידמאן אז די בריוו פון רבין קעגן שאול פערלשטיין איז פאלש.

דא איז די לינק, אבער דא שטייט נישט ווען די הירינג גייט זיין

http://www.nycourts.gov/reporter/motions/2006/2006_68907.htm 

איינער ווייסט וואס דאס מיינט?

מבני_בניו » 19/5/2006 17:22

Supreme Court of the State of New York
Appellate Division: Second Judicial Department


M39472


S/nal


.ROBERT W. SCHMIDT, J.P


WILLIAM F. MASTRO


ROBERT A. SPOLZINO


.JOSEPH COVELLO, JJ



2006-01382



Congregation Yetev Lev D'Satmar of


Kiryas Joel, Inc., et al., respondents, v


,.Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc


.et al., appellants, et al., defendants


(Index No. 4495/05)


 DECISION & ORDER ON MOTION



Motion by the respondent Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc., by Berl Friedman, President, on an appeal from an order of the Supreme Court, Orange County, dated February 9, 2006, to [*] from the joint appendix (1) a supplemental affirmation of Rabbi Moses Friedman dated February 7, 2006, which appears on pages A-2426 through A-2431 of the appendix, and (2) a letter from the law firm of Rider, Weiner & Frankel, P.C., to Justice Rosenwasser, dated November 18, 2005, which appears on pages A-1763 through A-1764 of the appendix, on the ground that this material is dehors the record. i


Upon the papers filed in support of the motion and the papers filed in opposition and relation thereto, it is


ORDERED that the motion is referred to James Edward Pelzer, the Clerk of this court, as referee, to hear and report on the issue of whether the supplemental affirmation of Rabbi Moses Friedman dated February 7, 2006, which appears on pages A-2426 through A-2431 of the appendix, and the letter from the law firm of Rider, Weiner & Frankel, P.C., to Justice Rosenwasser, dated November 18, 2005, which appears on pages A-1763 through A-1764 of the appendix, were considered by the Supreme Court, Orange County, in determining the motions which resulted in the order dated February 9, 2006; and it is further, i


ORDERED that the referee shall file his report with all convenient speed. i


Under the unique circumstances of this case and in order to promote the expeditious determination of the appeal, a reference to hear and report into the issues raised by the motion is warranted. i


.SCHMIDT, J.P., MASTRO, SPOLZINO and COVELLO, JJ., concur



:ENTER


James Edward Pelzer


Clerk of the Court






האסט עס נישט אריינגעפעיסט במילאו, ממילא איז עס שווער געווען צו פארשטיין, מקוה_איד



תוקן על ידי - מקוה_איד - 19/05/2006 20:03:55

המממ, אינטערסאנט, עס האט א BUG, פון די ווארט * ווערט א שטערנדל (ASTERISK), דער הייד-פארק וועב סייט איז ווייט פון א דבר השלם תוקן על ידי - מקוה_איד - 19/05/2006 20:10:34

moshe06 » 19/5/2006 18:22

יענקעלע11, אדער איינער אנדערש וואס ווייסט

מעך קלאר וואס דא גייט פאר

1}פארוואס פארדינט די מאשון א עסטערע היריניג, ווענט זיך דען אין דעם די קעיס???

2}איז די איינציגעסטע מאשון וואס עס איז דא?? האבן דען מיר נישט אריינגעגעבן א מאשון
אז די בריוו וואס דער רבי זי"ע האט געשריבען פאר בערל פר"ם אז ער איז אויס ראש הקהל
אז דאס איז א פאלשע בריוו???? גייט זיין אויף דעם אויך זיין  א עקסטערע הירינג??

3}גייט אויך זיין א עקסטערע הירינג אויף יצחק'ס ראזענברוג מאשון אז מען זאל ענדערן די סטעי???

4}פארוואס פעלט בכלל אויס א עקסטערע הירינג אויף מאשון'ס, גייען זיי דען נישט געבן איצט די פיינעל פסק??
תוקן על ידי - moshe06 - 19/05/2006 18:27:34

דור_האחרון » 19/5/2006 18:42

נאך א פראגע, וואס זענען דשאדשעס אזוי איילעדיג, פארוואס עפעס בחפזון?

יענקעלע11 » 19/5/2006 19:03

לויט ווי עס זעהט אויס איז דאס א אלטער מוישן וואס מען האט אריין געגעבן אקעגן דעם אפירמעישאן פון משה גבאי, אז מען זאל דאס נישט אקצעפטירן ווייל ס'איז נישט נוגע צו עם ענין, און אויף דעם האבן זיי פאלאנגט א הירינג ביים קארט קלוירק אלץ רעפערי, און דאס זאל זיין בחפזון ווייל דער גאנצער קעיס איז אויף א עקספעדישן MODE,

האטבטחון » 19/5/2006 19:16

לויט ווי איך פארשטיי פון דעם פארלירן די ארוינים די קעס,

און סאטמאר געווינט,

ס'קען זיין איך בין נישט גערעכט אבער אזוי זעהט מיר אויס.

ברענגנייעס » 19/5/2006 19:17

וואס איז די פאקט

דזשעף באס האט אריינגעגעבן א מאושן ארויסצונעמען די משה גבאי אפידעוויט פון די מפתח, ווייל עס איז נישט געווען אין פראנט פון ראזענוואסער, ווייל די דאטום פון משה פרידמאן [אוי געוואלד, איך פארגעס צו שרייבן ראביי, ואתכם הסליחה] איז פעברואר 7, דאס מיינט אז עס האט נישט געקענט זיין ביי ראזענוואסער ביי שרייבן דעם פסק וואס איז געווען אינדרויסן פעברואר 9

פארוואס האט מר. באסס פארלאנגט, און פארוואס פונקט דאס

פארוואס פונקט דאס, ווייל נאר דאס איז נישט געווען אין פארנט פון ראזענוואסער, און פארוואס ארויסמעקן, ווייל זיי זאלן קענען אריינריקן קיין נייע חידושים, און אויב בריוון פון רבין זצ"ל איז דא פון ביידע זייטן, קעגן בערל פרידמאן "און אויך" קעגן שאול פערלשטיין, און מן הסתם פאר דעם סיבה האט סקאט מאלען געפינען פאר וויכטיג דאס אריינצולייגן די לעצטע מינוט

פארוואס א הירינג איבער דעם

דאס ווייס איך נישט, ווייל איך קען נישט די פראצעדורן פון די קאורט, און אוודאי נישט פון די אפעלאט

פארוואס אזוי שנעל

ווי זיי שרייבן אליין אז דאס איז אייגנארטיגע קעיס [יוניק קעיס] און עס איז אויף די שנעלע רעלסן, [עקספעדייטעט], ממילא האבן זיי געבעטן אז מר. פעלצער זאל עס טאן די שלעסטע וואס שטימט מיט זיין באקווועמליכקייט

איז נאך מעסטראו אויפן קעיס

זיין נאמען פיגורירט נאך, אבער דאס מיינט נאך נישט קיין סאך, און מאנטאג ביים הירינג וועט מען לכאורה נישט קלוגער ווערן איבער דעם, ענדערט פרייטאג איבער דעם נייעם מאושן וועט מען לכאורה יא וויסן ווער די 4 ריכטער זענען

א גוט שבת אייך אלע

געגאנגען » 19/5/2006 19:20

ס'קוקט אויס ווי א ספין פון די סיגוטער צו טרייען ווייטער צו שלעפן די קעיס אין די וועלט אריין.

לאמיר האפן אז ס'זאל זיי נישט געלונגען צו פארשלעפן די פסק, ווייל אונז זעמיר שוין צו לאנג אויף די גאס.

ווי האט ר' בערל געזאגט: YOU CAN'T RUB IT OFF !!! If it''s good marketed, you''ll buy it. but if it''s real you''ll FEEL it!

מקוה_איד » 19/5/2006 19:32

געגאנגען, האסט א טעות, די מאושען איז פון די "רעספאנדענטס", דאס זענען די אהרונים, עס איז אונזער פארלאנג.

ברענגנייעס, שכוח פארן מסביר זיין, ס'מאכט סענס וואס דו זאגסט.

געגאנגען » 19/5/2006 19:43

מקוה איד. נאכדעם וואס די סיגוטער האבן אריינגעגעבן שפעט די מאושען, מוזן שוין די אהרונים פארלאנגען אז מ'זאל עס ארויסווארפן.

אבער דאס וואס זיי האבן עס אריינגעגעבן אזוי שפעט איז לכאורה אויך נאר כדי צו שלעפן די צייט, סיי ביי ראזענוואסער און סיי ביים אפעלעט.

ברענגנייעס, יישר כח פאר די קלארע ווערטער, אבער פארוואס זאגסטו אז ס'מיינט גארנישט וואס מ'זעט נאך מעסטרא? וואס גייט געשען צווישן מאנטיג און פרייטיג?

ברענגנייעס » 19/5/2006 19:51

איך האב געשיקט די צעטל וואס משה גבאי האט אריינגעגעבן, פאר א צווייטן און איך האף אז יענער וועט עס פאוסטן דא ווי שנעלער

אזוי אויך, פראדלזאהן האט דאס אונטערגעשריבן פעברואר 7, אבער מר. דאן די זאלי לויער פון אפסטעיט אויף זיין צעטל שטייט שוין פעברואר 8 האט ער עס הענד דערליווערט צו דעם טשיף קלוירט, וואס די שאנסן אז ראזענוואסער זאל עס האבן געזעהן פאר זיין פסק איז צווישן נול און גארנישט

אזוי אויך, סקאל מאלאן [אונטער משה פריעדמאן'ס נאמאן] רייסט זייער שטארק אראפ מר. דזשעף באסס, און דאס איז מן הסתם די סיבה פארוואס באסס קען עס באשטיין עס זאל נישט זיין אין די אפיציעלע רעקארד

ברענגנייעס » 19/5/2006 19:57

געגאנגן פרעגט, פארוואס זאגסטו אז ס'מיינט גארנישט וואס מ'זעט נאך מעסטרא? וואס גייט געשען צווישן מאנטיג און פרייטיג?

זייער פשוט, ווייל עס איז קלאר אז מעסטראו איז "געווען" אויף די קעיס די פראגע איז - לויט די אומבאשטעטיגע באריכטן - צו ער גייט "בלייבן" ביים דיסיידן דעם קעיס, ממילא איז אפילו אויב איך וועלן אנעמען אז ער איז "איצט" נאך אויף די קעיס, מיינט נישט אז ער גייט בלייבן, בפרט אז עס איז ניטאמאל א ראי' אז ער איז נאך איצט אויף די קעיס, נאר אז ביזדערווייל איז נאך נישטא קיין צווייטער

און נאר, ווען די מאושן פון אונז וועט זיין פיינעל  אריינגעגעבן, אונזערע פעיפערס, זייער ענטפער, אונזער צוריק ענטפער, דעמאלטס וועט מען שוין מן הסתם וויסן ווער די ריכטער זענען

מקוה_איד » 19/5/2006 20:24

מ'דארף צו וויסן 2 זאכן

1. די דשאדש'עס ליינען נישט די פאפירן גלייך ווען יעדער צד געבט עס אריין, זיי לאזן קודם יעדעם אריינגעבען אלעס צום קלורק, נאכדעם ווען אלעס איז שוין דא, ליינען זיי אלעס אפ אויף איינמאל, דאס מיינט לעת עתה האבן די דשאדשעס נאך גארנישט געזעהן, ממילא פארלאנג מיר אונז פונעם קלורק אז צוויי זאכן זאלן ארויסגעווארפן ווערן, וואס די דשאדשעס זאלן עס נישט נעמען און באטראכט, וועגן דעם בעטן די דשאדשעס אז די קלורק זאל מאכן די דעסיזשען, ווייל זיי ווייסן נישט דער תוכן.

2. ווען עס קומט צום אפעלעט קען מען נישט ברענגען קיין שום פרישע עווידענס און באווייזן, דאס איז נישט דער נושא דארט, מ'מעג נאר רעדן פון וואס דער טרייעל קארט האט שוין געזען און פארוואס דער טרייעל קארט האט געגרייזט אדער נישט.

געגאנגען » 19/5/2006 20:35

איך קען עס נישט גלייבן. די אפעלעט זשאדזשעס האבן נאכנישט געזען די פעיפערס? וועסט מיר זאגן אז זיי ליינען עס איינמאל אפ און אזוי מאכן זיי אפ זייער פסק אין פינף מינוט (איך רעד נישט פון די קעיס, וואו זיי האבן זיכער מיטגעהאלטן אפילו אן די פעיפערס, איך רעד געווענטליך) ?

פאטאקי08 » 19/5/2006 21:30

געגאנגען

זיי ליינען נישט אפ די פעעפערס אין 5 מינוט
עס געדויערט זיי ניטאמאל קיין מינוט
זיי זעצן זיך אראפ אויפן אונטערנעט און קוקן זייער באנק אקאונט באלאנס
און דערנאך קוקן זיי זייער פי אר וואס וועט ארויסקומען דורך וועלכע וועג זיי וועלן פסק'נען

די ארבעט צו ליינען די ווייסע פעיפערס לאזן זיי פאר זייערע געהילפן וואס וועלן מיט די צייט ווערן לויערס און פארדינען מילינען און דערנאך דזשאדזשעס און פארדינען כבוד מלכים
דעטס אלל

עכטע_נייעס » 22/5/2006 04:40

וואס איז געבליבן גייט זיין א הירינג מארגן?

איך_הער » 24/5/2006 01:48

איז עפעס געווען נעכטן ? איך האב עפעס געהערט אז מ'האט דערמאנט דארט ראזנוואסער איינער ווייסט צו עפעס איז בכלל געווען דארט ?

in_time » 24/5/2006 02:02

איינער זאגט מיר אז מ'האט עס צוריקגעשיקט צו די "לאוער קאורט" [נידעריגער געריכט]

איז עס בכלל שייך דא ?

אויב יא, ווער איז ביי אינזער פאל דער דזשאזש ?  ראזענוואסער איז שוין נישטא מער ?

עכטע_נייעס » 24/5/2006 05:22

ס'איז געווען אזוי

די קלעריק האט געזאגט אז מ'זאל גיין פרעגן ראזענוואסער אויב ווען ער האט ארויסגעגעבן די פסק האט ער שוין אריין געקלערט און די צעטיל פון משה גבאי

(ס'איז אינטערסאנט אז ער שיקט פרעגן א דזשאדזש וואס איז שוין נישט און אמט)

yones69 » 24/5/2006 21:44



די קלעריק האט געשריבען א בריוו צו ראזענוואסער זאל אים זאגן צו ער האט געזעהן די בריוו פון פראדל פאר זיין פסק צו נישט.

kj_village » 24/5/2006 21:54

אין בין נישט ציפרידען פין דאס אז מען שיקט א בריוו פאר ראזענוואסער, עס מאכט מיר נערוועז

ווייל אויב קען מען שיקן א בריןן צי ראזענוואסער הערן זיין מיינוג
קען מען דאך פינקט אזוי שיקן צי באראש, הערן זיין מיינוג

ביידע זענענן שוין נישט אין אמט, מאי שנא האי מהאי??

איך פארשטיי אז עס איז נישט ממש די זעלבע,
אבער וואס איז די גדר?? ווען שיקט מען יא בריוון פרעגן, אין ווען נישט??
אפשר קען מען פרעגן באראש אויך, זיין אפניען איבער בערל פר"ם??

תוקן על ידי - kj_village - 24/05/2006 22:27:36

יענקעלע11 » 24/5/2006 22:13

אויסער דעם האב איך א גרעסערן פראבלעם, 

כאטשיג איך ווייס נישט גענוי וואס פאר א עפידעוויד מיר האבן פארלאנגט ארויס צונעמען, נאר דער פאקט אז מיר האבן דאס פארלאנגט, זעהט עפעס אויס אז דאס איז א היפש שעדליכער עפידעוויד, יעצט מיר ווייסן דאך אז ביי ראזענוואסער איז נישט געווען קיין טרייעל, נאר א "סאמערי דזשאדזשמענט" דאס הייסט דער ריכטער ראזענוואסער האט מחליט געווען אז ער האט שוין "אלע" חוויכטיגע אינפארמאציעס בנוגע דעם קעיס, און ער איז גרייט ארויס צו געבן א פסק, און לויט זיין מיינונג וואלטן די צדדים במילא נישט געהאט וואס מוסיף צו זיין קיין ערנסטע הוכחות ביים טרייעל, ווי ער האט געשריבן אין זיין פסק, אז ער האט געליינט גרינטלעך יעדעס שטיקל פאפיר, אפילו די פאפירן וואס מען האט עם געגעבן נאך דעם זמן וואס ער האט באשטימט,

יעצט, וואס וועט ראזענוואסער ענטפערן?, שרייבט ראזענוואסער אז ער האט דאס נישט געליינט, דאן קען מען אינגאנצן ארויס ווארפן דעם "סאמערי דזשאדזשמענט", און צוריק שיקן צו טרייעל, שרייבט ער אז ער האט דאס יא געליינט, דאן בלייבט דארט דער עפידעוויד, וואס ווי אויבן געשריבן איז לכאורה א שעדליכער עווידעוויד.

פאטאקי, איך פראביר אריאל 10, וואס איך מיין אז ס'איז אביסל צו קליין. LETS SEE.

חיים_נחום » 24/5/2006 22:19

יענקעלע, סתם א שאלה, אויב א דזשאדש איז שוין נישט אין אמט, איז נאך גילטיג עפעס וואס ער זאגט יעצט? קען באראש היינט זאגן וואס ער האט דעמאלטס געמיינט אויך? וויאזוי ארבעט עס?

יענקעלע11 » 24/5/2006 22:29

איך וועל פראבירן צו האבן א ענטפער אויף דעם אי"ה מארגן.

אייןסאטמאר » 24/5/2006 22:32

איך פארשטיי אז א מיינונג קען מען שוין נישט פרעגן, אבער נאר פרעגן צו ער האט עפעס געלייענט צו נישט איז סתם פעקט פיינדינג, נישט וואס ער האלט במילא פארוואס נישט.

kj_village » 24/5/2006 22:33

יענקעלע

לאגיק פארשטייסטע דען וואס די עפידעוועט איז שעדליך??
איז דען עפעס פין ראזענוואסערס פסק געבויעט אויף דעם,
צי דער רבי זי"ע האט ליב געהאט דעם פערלשטיין
אדער אים האט אים פיינט געהאט אין ער האט אפילו געשריבען א בריוו קעגן אים

מילא אפילו לאמיר זאגן אז ער האט עס נישט געזען בעפאר דעם פסק
טוישט עס דען עפעס?? וואלט ער דען אנדערש געפסקנט, ווען ער ווייסט ווען אז עס איז ליגענט??

נ.ב. בכלל וואס האבן מיר פארדינט מיט דעם צעטיל קעגן פערלשטיין????

יענקעלע11 » 24/5/2006 22:39

KJ
איך האב דאך געשריבן אז איך ווייס נישט וואס פאר א עפידעוויד מיר האבן פארלאנגט ארויס צו ווארפן?,
וואס שטייט דארט?, און פארוואס איז דאס שעדליך?.

yones69 » 26/5/2006 17:46



ריכטער ראזענוואסער האט גענטפערט די אפעלאט אז ער האט נשיט געזעהן משה גבאי בריוו פאר זיין פסק, די אפעלאט האט ארויסגעווארן די עפידעוד פון משה גבאי, און מען קען עס נישט ניצן אין קארט.

געגאנגען » 26/5/2006 18:07

איך הער אז ראזענוואסער האט געשריבון א מעמא פון 3 זייטן, וואו ער שניידט שטיקער פון די זאליס אז ס'גייט א רויך. איינער קען עס דא ארויפלייגן ?

געגאנגען » 26/5/2006 18:14

די חילוק פון באראש ביז ראזענוואסער איז, אז ראזענוואסער האט רעטייערט אינגאנצן דריי וואכן צוריק, און באראש האט געהאט רעטייערט פיר חדשים פאר מ'איז אריין צו ראזענוואסער אין קאורט, און באלד א יאר פאר ראזענוואסער האט געגעבן זיין ערשטע פסק. נאך א וויכטיגע חילוק, אז ביי ראזענוואסער איז די רעדע פשוט פון א פאקט, האסט געזען אדער נישט געזען. ביי באראש איז די רעדע געווען פון א שיקול הדעת, וואס איז די פשט פון דיינע ווערטער, און אויף דעם קען שוין א רעטייערטער זשאזש ליגעל נישט ענטפערן.

חיים_נחום » 26/5/2006 18:16

כ'פארשטיי נישט, כ'האב שוין נעכטן געפרעגט יענקעלע, האט ראזענוואסער נאך א ווארט צי זאגן וואס ער האט געהאלטן אין וואס ער האלט יעצט? מאכט דען עפעס אויס זיינע בריוון יעצט? נאכדעם וואס ער האט שוין רעזיגנירט פין אמט? אויב יא קען מען דאך פרעגן באראש די זעלבע וואס ער האט געמיינט מיט סטאטוס קווא, עפעס איז זייער נישט קלאר דא. יענקעלע די קענסט דא ארויסהעלפן.. (נישט קיין חילוק אין וועלכע פאנט..[בילד – נישט אפגעהיט])

פאקטיש » 26/5/2006 18:21

יענקעלע

קודם די פאקט

מען רעדט פון א אפידעוויט ו

ווער: משה גבאי האט אריינגעבן

ווען: פעברואר 8 [משה האט אונטערגעשריבן דער 7'טער אבער דער לויער דאטום איז דער 8'טער

וואס: א צעטל צו לייקענען דעם צעטל אז שאול פערלשטיין איז ארויסגעווארפן געווארן פון רבין זי"ע

יעצט די מאושען

ווער: דזעפרי באס

ווען: אפריל 30 - צוויי טאג נאכן אריינגעבן אונזערע פאפירן, און א חודש נאך וואס די דשוינט אפענדיקס איז ארייגעגעבן

וואס: אז אזויווי ראזענוואסער'ס פסק איז האט דער דאטום פעברואר 9 און אין פאקט איז שוין געווען צו באקומען פעברואר 9 אינמיטן טאג, מוז בהכרח זיין אז דער צעטל וואס משה האט געסיינט פעברואר 7 און דער לויער פעברואר 8 האט נישט געקענט זיין ביי ראזענוואסער וועט ער האט געשריבן זיין פסק, און דעריבער איז אריינגעגעבן געווארן צו שפעט, און דעריבער דארף מען עס ארויסווארפן פון די רעקארד

פארוואס: דזשעפרי באס האט  זיכער דאס פארלאנגט - לויט מיין מיינונג - ווייל אין דעם אפידעוויט וואס איז 6 זייטן, און די לייקענען אז דער רבי האט עס געשריבן איז נאר עטליכע שורות, איז די איבעריגע איז א העץ קאמפיין קעגן דזשעפרי באס, דעריבער וויל ער - באשטיין קען ער זיכער - אז עס זאל נישט זיין קין דער רעקארד

די פאקט: עס איז קלאר אז אויף די קעיס,  איז עס נישט משנה, ווייל אויב יא, האבן די זאליס שוין געווינען נעכטן, ווייל די גאנצע דיון, אויב רבינו ז"ל האט ארויסגעווארפן ר' בערל, רבינו ז"ל האט אויך ארויסגעווארפן שאול פערלשטיין, רבינו ז"ל האט נישט ארויסגעווארפן שאול פערלשטיין, מיינט נאר איין זאך, אז רבינו ז"ל קען ווארפן און אויב האט ער געווארפן איז יענער אינדרויסן, און אז נישט נישט

פארוואס יעצט: נאך א ראי' אז עס איז נאר א קלייניקייט, ווייל די זאליס האבן אריינגעגעבן פאפירן מארטש 31, מיר האבן אריינגעגעבן אפריל  28, זייער צווייטע מאי 5'טער, איז אזוי, לויט די ריכטערס פארארדענונג האט מען אריינגעגעבן א 'דזשוינט אפענדיקס' [מפתח כללי] אויף "אלע" פאפירן,  און עס איז געמאכט געווארן פון ביידע זייטן, עס איז אריינגעגעבן געווארן ווען די זאליס האבן אריינגעגעבן געווארן זייער ערשטע פאפירן מארטש 31, יעצט אויב זאל עס זיין א קריטישע פונקט, פארוואס האבן מיר דאס נישט געטשאלענדזש תיכף ומיד, אין פאקט, האבן מיר עס ערשט געטאן צוויי טאג נאכן אריינגעבן אלע פאפירן, ווען עס איז שוין נישט געווען בעסער וואס צו טאן, נאר הוא הדבר אשר דברתי, אז עס איז סתם א שריט פון מר. באסס קעגן סקאט מאלען פאשקעווילן קעגן אים

חיים_נחום » 26/5/2006 18:22

געגאנגען, דיין ערשטע חלק מאכט נישט קיין סענס, וואס איז א חילוק איין טאג אדער א יאר? ריטייערט איז ריטייערט! דיין צווייטע חלק לייגט זיך שוין מער אויפן שכל, אבער ס'איז נאך אלץ נישט נוגע זיין מעמא (MEMO) וואס ער האט געשריבן? יא צי ניין?

געגאנגען » 26/5/2006 18:31

ס'איז דא א TIME LIMIT ביז א געוויסע צייט נאכדעם וואס א זשאזש גייט ארויס, וואס ער קען נאך אריינרעדן אין זיינע אלטע קעיסעס, איך מיין ביז דריי חדשים. אונז האמיר ספעציעל געווארט ביז נאך די TIME LIMIT אריינצוגעבן די מאושען ביי ראזענוואסער, אז באראש זאל שוין נישט קענען אריינרעדן. אויסער דעם וואס שאול פערלשטיין האט ערשט דעמאלטס געשיקט זיין בריוו צו דוד עקשטיין...

חיים_נחום » 26/5/2006 18:33


אהה.. שכויח פאר די אינפארמאציע. עס איז נייעס פאר מיר. אקעי אלעס שטימט.

יענקעלע11 » 26/5/2006 18:57

חיים נחום,
די זאך איז זייער פשוט, וואס באראש האט "געמיינט" מיט STATUS QUO איז בכלל נישט קיין שום חילוק, דאס טוישט נישט דעם מציאות, וואס ס'איז באמת געווען STATUS QUO, על כן קען מען נישט און מען דארף נישט פרעגן באראש וואס ער האט "געמיינט" דערמיט, און צולייגן מיינונגען אדער מאדיפייען דעם פסק האט ער בכלל נישט קיין כח, על כן פרעגט מען עם נישט אן, ווידער ביי ראזענוואסער, פרעגט מען עם נאר א מציאות, הראית או לא, האסטו דאס געזען, און א דזשאדזש אפילו נאך זיין רעטייערן איז נאך אלץ א רעספעקטפולער מענטש און א טראסטבארער מענטש, און מען גלייבט עם אז ער וועט זאגן דעם אמת,

בכלל, נאך א שטיקל אינפארמאציע, די אפעלעט דזשאדזשעס, בעסער געזאגט דער הויפט פון די אפעלעט דזשאדזשעס, האט א רעכט צוריק צו ברענגען א רעטייערטן דזשאדזש צו פרעזיידן אויף א קעיס, אפילו נאך זיין רעטייערמענט.

מקוה_איד » 26/5/2006 19:02

יענקעלע, אבער נישט דער זעלבער דשאדש וואס האט ארויסגעגעבן די פסק...ווי איך פארשטיי...עס לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל...קען זיין איך בין נישט גערעכט

ברענגנייעס » 26/5/2006 19:03

יענקעלע

גערעכט, און עס גייט נאך ווייטער

א ריכטער וואס האט "געמוזט" ריטייערן, דאס מיינט ער האט שוין אויסגענוצט "אלע" עקסטענשאן, [דאכט זיך ביי 76 יאר] איז אלץ געזעץ שוין נישט אין עקסזיסטענץ, פאר די  זעלבע סיבה וואס האט ער האט זיך געמוזט אויפהייבן און ארויסגיין פון געריכט הויז, ווייל ער איז שוין צו אלט,

אנדערש איז אבער, ביי איינער וואס האט ריטייערט, קען ער צוריק קומען ווערן א ריכטער ווען ער וויל, דעריבער איז זיין מיינונג אינטערעסאנט, און מען קען און מען מעג זיך רעכענען דערמיט

יענקעלע11 » 26/5/2006 19:15

מקוה איד, און ברענגנייעס,
איר זענט ביידע זייער גערעכט.
בכלל איז א זייער זעלטענע ערשיינונג מען זאל דארפן צוריק ברענגען א דזשאדזש פון רעטייערמענט,
דאס פאירט נאר ביי א אויסער געווענדליכער קעיס וואס מען וויל דארט א ספעשל דזשאדזש.